היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??

ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1582656

aaatozzz » 22/9/2005 09:55

הזהרה******** קול באשה *******************

http://www.clipshack.com/UserInfo.aspx?id=2972

תוקן על ידי - aaatozzz - 22/09/2005 9:59:43

natan101 » 22/9/2005 14:20

they are the ones with prob. now, having to answer why they believed in zoinizim till now

jid_613 » 22/9/2005 16:09


מורא'דיג!

יישר כח aaatozzz, וואס קען מען זאגען.

דער וואס זיינע אידישע געפילען ווערען נישט גאר שטארק נתעורר דורך דעם, איז צריך בדיקה אחריו.

איך גלייב נישט אז ווען ס'מאכט זיך א ענליכע מצב ביי אונז, (ד.ה. אז אונזער ציבור זאל זיך פילען מחמת סיבה אין אזא פארלוירענע מצב ווי זיי זענען,) אז מיר וואלטען געהאט אזא התעוררות פון תשובה ותפלה ווי דארט.

עכ"פ, מיט דער אידישע הרגש זיכער נישט.

tzvibp28 » 22/9/2005 16:44

אינטערעסאנט איז אבער אז מאנכע וועלען זאגען אז ס' איז גארנישט מיט נישט, און די געפילען זענען אין בעסטען פאל פוסטע "ציוני'שע", אדער אין ערגסטען פאל "אפיקורסישע", אדער ביידע

איך דענק אז די אלע אטומי לב וואס וועלען אזוי זאגען זענען נישט בעסער ווי די ציוניסטישער פאליציי און אפשר נאך ערגער, זיי האבען כאטש א תירוץ אז מ'מוז פאלכען די באפעלען

aaatozzz » 22/9/2005 17:41

דאס איז די אמת'ע כלל ישראל. אזוי האבען אויסגעזעהן אונזערע עלטערען איידער עס האט זיך אנגענהויבען ביי אונז די פאליטישע אינטערעסען וואס מען האט אונז אומגאנצען אוועק געדרייט פונם אמת. ד.ה. אזוי וואלטען מיר אויסגעקוקט ווען מיר האבען רבנים אנשטאט רבי'ס.

איןבעיה » 22/9/2005 17:45

פינקי קוק ווי ווייט דיינע נגונים דערגרייכען.........

נאך א קליפ http://clipshack.com/SearchResult.aspx?viewmode=3

aaatozzz » 26/9/2005 20:05

איך האב געהאט ביי מיר אין אפיס א משפחה פון מאנרו גאנץ נארמאלע מענטעשן און איך האב זיי געלאזט זעהן דם קליפ זיי זיינען נעבעך געווארען אומגאנצען צומישט זיי האבען עס נישט געוואוסט ווי אזוי צו הענדלען.

ליידער האבען די "שיטה'ניקעס" געמאכט א מצב וואס פשוט'ע אידישקייט איז פרעמד צו זיי... למשל

ה' הוא האלקים
כותל מערבי
ארץ ישראל
אהבת ישראל
דף גמרא
כבוד התורה



קענט איר עפעס מוסיף זיין ?

תוקן על ידי - aaatozzz - 26/09/2005 20:09:48

wassa_dif » 26/9/2005 22:33

ס'א רירענדע קליפ און גוטע פראפאגאנדא.
איך שטעל מיך פאר אז א ווארעמע קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער דאווענען וואלט אויך געווען רירענד, און אפילו א קאטוילישע צו מוסלאמינער.
דאס שוועריגקייט צצוזעהען יענעם'ס ווייטאג איז א מענטשליכע געפיהל, אפילו ווען דער ווייטאג איז אן אומזין
נאר א שאד די פאלעסטינער האבען נישט אזעלכע גוטע פראפאגאנדיסטען
וואס האט דעס מיט חשיבות צו טאהן?

תוקן על ידי - wassa_dif - 26/09/2005 22:32:40

aaatozzz » 26/9/2005 22:40

אבער ענקערע געפילען מיט פולע בייכער דאס איז אמת ? אה ?

זאג מיר מיט וואס דו ביסט בעסער פון זיי ?

דו וועסט דאך א ודאי זאגען "ציונות" ! "אמונה" !

אבער דאס איז פוסטע דיבורים ווייל עטץ זיינט געגליכען צו א פיש סטאר וואס האט א סיין אז עס איז א דשולערי סטאר, עטץ האט א פאלשע סיין, ווייל אזעלעכע ציניקער און אפלאכער פון יעדע אמת'ע אידישע געפיל ווי עטץ זיינט איז דאך נישטא אין די וועלט, און איר אליין האלט נישט איין ענקער אייגענע "שיטה" ! עטץ מאכט די גרעסטע לצנות פון ענקערע אייגענע רבנים, וואס איך האב אליין געהערט פון ענקערע פלאטשיגע ביבער היטלעך בארעדען דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו, און ווער רעד נאך פון ר' יח"מ ר' נ"י מייזעלס, ר' יחזקא' ראטה ועוד ועוד.

די גוש קטיף אידן פאלגען אויס מיט א תמימות וואס זייערע רבנים זאגען, זיי האלטען די תורה בפשטות לויט ווי זיי פארשטייען עס, און לפי דעת הרבה איז דאס דער ריינער אמת, עטץ זיינט די ריכטיגע ריפארמער און נאך ערגער ווייל אטץ זיינט לצים.

תוקן על ידי - aaatozzz - 26/09/2005 22:55:38

wassa_dif » 26/9/2005 22:48

רעדסט צו מיר?

איגריקע » 26/9/2005 22:51

א ריכטיגע בכי' של חנם, אזוי ווי די מרגלים.

wassa_dif » 26/9/2005 22:52

להבדיל אלף אלפי הבדלות פון די מרגלים. די מרגלים זיינען געווען עהרליכע אידען וואס זיינען פארשטרויכעלט געווארען און זיי זיינען סתם הפקר יונגען

aaatozzz » 26/9/2005 22:59

איז דא און גוש קטיף אזעלעכע פראבלעמען ווי ר' אהרן רעד און זיין דרשה וועגען "דערשנאפען" ? הההההפפפפקקקקרררררררררררר יונגען וכו' ?

איגריקע » 26/9/2005 23:04

איך ווייס נישט,

מעגליך,

למאי נפק"מ?

tzvibp28 » 26/9/2005 23:07

ברידערלעך
נישט דאס האט די רבי זי"ע געמיינט, לאכען פון אידן

wassa_dif » 26/9/2005 23:10

AAATOZ
האסט גארנישט געזעהן די באשרייבונגען פון וואס האט זיך אלץ דארט געטאהן, אה?
ווייסט נישט פון וואסערע זיידענע סחורה מ'רעדט?
אוודאי איז נישט דא די אלע פראבלעמען וואס ר' אהרן האט גערעדט אין קרית יואל. מ'דארף זיך נישט קוקען אונטער די מחיצה אדער פארשטעלען פאר א קאר סערוויס. מ'קען אריין קומען פראנק און פריי מיט א הייליגע ספר תורה..
און דאס איז אין בעסטען פאל. די צייטונגען האבען באריכטעט אז ס'האט אפגעטוען דארטען ווי א געהעריגע היפי'ס קאנווענשאן. דראגס מיט אלע גוטע סחורה. אויב מ'האט נישט גוט אכטונג געגעבען וועט דער פארשטארבענער גוש קטיף האבען א שיינע פאר קינדער וואס וועלען נאך קענען הייסען נאך עם..

aaatozzz » 26/9/2005 23:23

איך גלייב נישט אז עס איז דארט דא פראבלעמען פון "פארהייראטע פרויען וואס דערשנאפען" כלשונו הקדוש ביי די פרומע וואס וויינען "אל תסתר פניך ממנו".

תוקן על ידי - aaatozzz - 26/09/2005 23:24:47

wassa_dif » 26/9/2005 23:30

ערשטענס, ווען מ'הוליעוועט ביז דער דרייציג און מ'לאזט זיך גוט וואוילגיין איז טאקע א סאך לייכטער נאך דעם. צווייטענס, דארפסט נישט גלייבען. איך וואלט דיר געקענט דערציילען מעשות פון היינט ביז מארגען אבער וואס פעלט עס אויס? און סיי ווי וועט מען דאס אויסמעקען

עפשטיין » 27/9/2005 14:13

ATOZ

איך ווייס באמת נישט פון וועלכער גלויבען די ביסט, אבער ווען איך האלט אין איין זען אין דיינע אשכולות אז די רעדסט פון ענק מיט אזא האס קעגען אנדערע אידן וואס אפשר האבען א אנדערע השקפה פון דיר קען איך זאגען במלוא מובן המילא אל יהי חלקי עמכך.

אנטשולדיקט אבער אזוי פיל איך פאר ראש השנה.

בענעדיקט16 » 27/9/2005 16:24

WASSA DIF

קריגסט פון מיר אזאנס:

merkaz » 27/9/2005 16:33

פוי, שעמסטיך נישט ארויפלייגן א קליפ פון פרויען מיט מיידלעך זינגען, ס'איז דאך א בפירוש'ער איסור,
און די פרעגסט נאך ווער סאיז בעסער,

באראפארקער » 27/9/2005 16:38

איך זעה נישט פארוואס מאנכע מיינען אז עס איז דא אונז מיט א זיי, עס איז אחינו בני ישראל, וואס זענען מתפלל אין אן עת צרה, אונז וואלטען מיר נישט קיין סאך אנדרעש מתפלל געווען,

כולנו בני איש אחד נחנו.

פארוואס איז דא בכלל א שינוי דעות צווישען אונז און אונז, אונז און זיי, זיי און זיי??


ווער זאגט אז עס בכלל דא א חילוק??

ווער זאגט אז לגבי די פרויען איז דא א חילוק??

ביידע זענען אדער יא אדער נישט מזנה, ביידע זענען מתפלל, ביידע דינען דעם אויבערשטען, און ביידע האבען נסיונות.

און אונז אלע זענען באשאפען פין די זעלבע שטאף.




wasadif

מתוך דבריך און פין בענעדיקט וואס האט דיך געגעבען א האנדס אפ, נשמע, אז די האלטס אז די איינגעצוימקייט ביי אונז ברענגט צו .... "זנות",

פאררעכט מיך אויב די האלטס נישט אזוי.

בענעדיקט16 » 27/9/2005 16:49

איך לאז וואסא-דיף ענטפערן אין מיין נאמען... איך שטעל אים אויף די חזקה אז ער קען בעסער פון מיר.

ודע מה שתשיב.

wassa_dif » 27/9/2005 17:01

באראפארקער
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
ערשטענס, צו ס'סרענגט יא צו נישט איז נישט קיין נפקא מינה. דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלען זיין איינגעצוימט -און אפגעהיטען. מיר זיינען נישט פון די אויבער חכמים וואס ווילען מאכען פשרות אויפ'ן חשבון אז אזוי לוינט בעסער.
צווייטענס, ס'זיכער אז ווען א גרויסע ציבור איז איינגעצוימט וועט זיין א שוואכע עולם וואס וועלען האבען דורכפעלער. א גרויסע חלק פון די דורכפעלער איז ווייל מ'רעדט זיך איין אז "די גראז איז גרינער אויף יענער זייט".
משא"כ די וואס האבען זיך גוט וואויל געלאזט, צו עד ולא עד בכלל, אדער ווי דער רוב, עד ועד בכלל, ווייסען דעם ביטערען אמת אז ס'גארנישט דא וואס צו זוכען דארטען.
צו איז בעסער א חשוב'ען איינגעצוימטען ציבור, מיט זיינע מינדערהייט פון דורכפעלער, אדער אן אויסגעלאסענעם ציבור וואס זיינען נישט עובר קיין איסורים ווייל זיי האבען שוין לאנג אלץ מתיר געווען? לאז איך פאר דיר אליין.

בענעדיקט16 » 27/9/2005 17:45

אוי וויי וואסא-דיף, אין וועמענ'ס הענט לייגסטו יעצט אריין דעם דיון

באראפארקער » 27/9/2005 17:57

ר' וואסאדיף,
איך האלט נישט אז עס בעסער נישט איינגעצוימט, אדרבה ואדרבה, איך האב נאר געזעהן פין דיינע ווערטער אז די פארענטפערסט קרית יואל'ס הנהגה, ווייל זיי זענען איינגעצוימט, האב איך פין דיר פארשטאנען אז די זאגסט אז איינגעצומקייט ברענגט זנות.

און יעצט זאגסטו אז אין הכי נמי, נאר וואס קען מען טוהן? די תורה הייסט און פערטיג.

מען קען זיין מחולק, לכאורה שטייט נישט אין די תורה אז מען מוז זיך פירען גענוי ווי אין קרית יואל, עס איז אן הנהגה פין גדולים, און די טעם פין די הנהגה איז כדאי צו פארמיידען זנות, און אויב לדעתך איז עס מרבה זנות, דעמאלס דארף מען זיך פירען אנדרעש....

(לדעתי איז עס נישט מרבה, די סיבה וואס קרית יואל פארמאגט פראבלעמען, איז אין די חינוך דארט).

wassa_dif » 27/9/2005 18:17

באראפארקער
שוין צו'ם צווייטען מאל נישט פארשטאנען. האסט געליינט מיין ערשטען האלב ענטפער און רעאגירט דערויף, נישט צולייגענדיג קאפ אז איך האב דיר עס געשריבען בדרך לו יהי.
ביטע ליין איבער דער צווייטען העלפט.
אונז האבען ברוך השם אן אפגעהיטענעם ציבור, מיט א פאר, מערסטענספאלס אין די צוואנציג יעהריגע שוואכלינגס וואס פאלען דורך, צו פאר די חתונה צו נאך. ביי זיי איז פאר די חתונה כמעט נישט קיין פעלער און מעשים שבכל יום און איך גלויב אז פראצענטואל האבען זיי א סאך מער מעשות נאך די חתונה אויך.
איך האב בסך הכל געוואלט באטאנען אז ביי אונז זעהט עס אויס גרויס, ווי א שווארצען פלעק אויף א ווייסען קלייד, און זיי זיינען שווארץ פון קאפ ביז פוס, האבען זיי נישט קיין "פלעקען". איך האף אז איך האב זיך קלאר געמאכט.

שלום_משה » 27/9/2005 18:24

איך הנאה צי זען ווי ''באראפארקער'' האט באוויזן אפילו אין דעם אשכול צי מאכן דעם פראבלעם פין.... א קרית יואל'ער פראבלעם,

ווען נישט היינט איז סליחות וואלט איך מרחיב געווען בדיבור וואס אין 'באבוב' איז נייעס לגבי די נושא

נאר ב''ה ''באראפארקער' האט איז נאך פיינט,

בענעדיקט16 » 27/9/2005 18:36

אזוי באראפארקער בעט זיך אזוי שיין, וועל איך אים אויך געבן עפעס.

נאדיר

jid_613 » 28/9/2005 02:37

לאמיר נאר פאר איין מינוט קלאר מאכען ווער דא זענען די שונאי ישראל, און פארשטייען מקיים צו זיין, אלע מצוות פון באגראבען א צווייטען איד, לכבוד די הייליגע טעג...

(אנטשולדיקט ידידי ר' בענעדיקט, אבער דאס מאל האב איך מיט דיר א מיינונגס פארשידענהייט.)

לאמיר ארויסנעמען פון חשבון אלע גשעהנישען פון קרית יואל, און וואט עווער גארבעטש איינער האלט יא אדער נישט אז ס'גייט פאר ביי אונז.

איין פשוט'ע פראגע. (נאר פאר דער וואס האבען אויסגעהערט דעם קליפ... -- הבנתי, אז וואסא דיף האט עס אויסגעהערט.)

זענט איר נתרגש געווארען פון הערען דעם קליפ?

אויב נישט, וואס האלטסטו באמת, איז דער סיבה פאר'ן נישט נתעורר ווערען?

איך מיין אז אלע אנדערע שארפע תגובות דא, (קעגען וואסא דיף), זענען געוועהן א תגובה אויף דער indifference צו א צווייטע איד'ס צער, וואס עטליכע פון אונזער עולם האט זיך געגעבען א היתר אונטערען מאנטעל פון "קנאות". (וואס ווער נאר ס'קען מיר ווייזען אזא מצוה אין די תורה, באקומט פון מיר דריי גרינע אגוד'לעך...)

די תירוץ פון וואסא דיף והדומים לו אין אנדערע אשכולות אין דער נושא, איז געוועהן אז דער צער איז א גרויסע טובה פאר זיי, און דער וויינען דארף מען אהנקוקען אזוי ווי א מאמע וועט רעאגירען אויף א קינד וואס גייט אריבער אן אפעראציע.

ווער ס'וויל זעהן דער שקר גס אונטער דעם טענה, זאל איבער קוקען דעם אשכול נאך אמאל.

כתיבה וחתימה טובה, צו אלע אידעלעך וואס זענען אוהבי ישראל, און זענען זיך נישט מוציא פון כלל ישראל.



תוקן על ידי - jid_613 - 28/09/2005 2:44:44

באראפארקער » 28/9/2005 03:35

בענעדיקט
לגבי דיין ווי אזוי שטייט אין פסוק? נעתרות נשיקות ....

און צו דיר ר' וואסא דיף.

איז זיי מחליט, מיט וואס גענוי איז ערגער אין קרית יואל (און דיין תשובה אז אין באבוב איז נישט אנדרעש איז טיפיקעל סטעריאטייפ, ד.ה. די האסט נישט וואס צו ענטפערען פראבירסט די צו דרייען אז ביי מיר איז נישט בעסער, קודם כל מאן יימר, והשנית איך האב אמאהל געזאגט אז נישט? אדער אז יא? ווי קומט עס אריין???????), ווי ביי די חברה דארט אין גוש קטיף??? די אליין שרייבסט אז די "חילוק" נעמט זיך פין איינגעצוימקייט. איז יא דא א "חילוק" אדער נישט??


טאמער די האלטס אז די האסט דיך פאררעדט ווען די האסט געשריבען אז ביי "אונז" איז דא פראבלעמען וועגען איינגעצוימקייט, איז שרייב ארויס, "טעיתי", עס וועט דיך גארנישט שאטען, אפשר וועסטו נישט באקומען אזאנס פין בענעדיקט, אבער די וועסט זיכער פארדינען אין די לאנג ראן, ווי איידער דא זיצען און שרייבען תירוצים און קוועטשערייען פין יש לדחוק וליישב, און סטראשען אז טאמער וועל איך ווייטער אנגיין וועסטו קומען מיט מעשיות אויף באבוב.

איך פארשטיי אז די ביסט אן אינטעליגענטער מענטש, איז שרייב עפעס אז עס זאל האבען א פשט, נישט קיין שטותים, און דער עיקר, זיי מודה ווען די מאכסט א טעות. עס וועט דיך גארנישט שאטען (פאר דיין ניק עכ"פ).


איז אלזא נאך אמאהל די שאלה, קלאר און דייטליך, און ענטפער נישט מיט קיין טיילען נאר בקיצור גמור.


איז די מצב אין קרית יואל ערגער ווי אין גוש קטיף?? יא אדער ניין? (מדבריך עד הנה, יא).

איז עס ווייל מען איז דארט מער איינגעצוימט?? יא אדער ניין. (מדבריך עד הנה, יא).

מיינט עס אז איינגעצוימקייט ברענגט זנות??? (ווי אזוי זאגט מען? איינס מיט איינס איז אפשר דריי?).

שרייב א תשובה וואס מאכט סענס, און וואס פאסט פאר א חכם ונבון שכמותך.

Average » 28/9/2005 04:31

יא עס איז דראמאטיש!



פון האליוואוד ערשיינט וועכנטליך דראמאטישע פילמס. אבער דאס איז אנדערש.

אינדערצייט וואס האליוואוד'ס וואלט געקענט באווייזן די זעלבע דראמטישע סצענע, איז דאס אבער נאר אקטיארן וואס ווייזן וויאזוי צו שפילן באזארגט, צומישט, אנגעווייטאגט און טרויעריג.

דא האב איך געזעהן א שטאפל ווייטער.

איך האב געזעהן א דראמאטישע סצענע וואס איז מייסטערהאפטיג אויפגעסעט. זיי האבן באוויזן צו ערצייגן עכטע באזארגטע, עכטע צומישטע, עכטע אנגעווייטאגטע און עכטע טרויעריגע קונדערלעך.

זיי – מיין איך די פאליטישע אקטעוויסטן (דו אראנדזש מאוומענט, וואו מ'זעהט פון די טי-שורטס)

קונדער'לך רוף איך זיי, ווייל איך האב געזעהן, מיינסטענס, מיידלעך און נישט קיין ערוואקסענע, ביידע צוזאמען פארמירט א מעכטיגע דעתן קלות, א פערפעקטע רעצעפט צו פארמירן א קולט.

איך האב אסאך געליינט איבער קולטס ( פריש געשאפענע רעליגע'ס, עקסטרעמע. מיינסטענס געפירט דורך מיינד מאניפילעטארס, ווי זיי כאפן אריין צובראכענע אדער שוואכע מוחות און זיי מאכן מיט זיי כל האטארעס) עס איז סך מער דראמאטיש! טוט עס דען איבערצייגן דו ווארהייט איבער די תוכן פון די קולט? לגמרי נישט!

אומערוואקסענע בכלל און מיידלעך בפרט, קענן מען איינרעדן אז די לבנה גייט בקרוב איינפאלן און זיי צוזאמנעמן און א שול הויף און גוזר תענית זיין, קריעה רייסן, שופר בלאזן, מחרים זיין אאוו.




ווען די דיבעיט גייט אריבער פון א לאגיק צו הייפ און עמאציען איז שווער צו מיטהאלטן, ווייל דאמאלס רולט נישט קיין לאגיק....


מהאט שוין געהערט אזוינס און מדינת ישראל, אז מ'גיט צוריק שטחים. אבער קריעה רייסן? מאן דכר שמיה?

נאר וואס דען? ס'ווענד זיך וויאזוי מ'בעט דאס אונטער לאנג ביפאר די קאמערעס קומען פילמירן.

די גראונדווארק ברויך געלייגט ווערן אסך פריערט. נאכדעם איז שוין גרינג צוזאמצושטעלן א דראמטישע מאשען פיקטשער, געשפילט דורך אקטיארן וואס מיינען עס אמת'דיג. זיי ווייסן בכלל נישט אז די גאנצע ספעקטאל איז בלויז פאר די קאמערעס.


ווען דאס איז ווען מיין קונד וואלט איך איר אוועקגעטראגן סך פריערט, זי זאל נישט דארפן בתמימות זיך מקריב זיין פאר די פאליטישע אינטערעסען פון אנדערע.

עס איז זייער דראמאטיש. די טרומא קען נעבעך אפעקטירן די אומשולדיגע מוחות פאר אייביג.

שלום_משה » 28/9/2005 04:42

Average

lipala » 28/9/2005 04:48

איך האב יעצט באקומען דעם לינק האטס הנאה
http://seconddraft.org/streaming/pallywood.wmv

jid_613 » 28/9/2005 04:51


איך באמערק אז די עולם דא זיכט עפעס זיך שטארק צו פארענטפערען, איך ווייס נאך נישט אויף וואס, עכ"פ דער וואס נישט, איז פארנומען אריין צו קוועטשען אגוד'לעך...

אלזא, לאמער פרואווען ציען דעם שמועס מיט אביסעל לאגיק, ב"ה אז ביזדערווייל איז אין דעם אשכול נאך נישט אויף געקומען קיינער צו זאגען אז מ'רעדט דא אפיקורסות, און ממילא, וועל איך איבערשרייבען מיין פריערדיגע שאלה.



זענט איר נתרגש געווארען פון הערען דעם קליפ?

אויב נישט, וואס האלטסטו באמת, איז דער סיבה פאר'ן נישט נתעורר ווערען?



איך דארף באמת גאר נויטיג האבען א תשובה, ווער ס'קען, ווערט געבעטען צו שרייבען.

יישר כחכם.

jid_613 » 28/9/2005 05:04


איך מיין אז דער תגובה פון ליפא'לע, איז ראוי פאר אן אייגענע אשכול, וכן אעשה.

דארט וועט מען קענען אדורך טוהן דעם קליפ לאורכה ולרוחבה...

שלום_משה » 28/9/2005 05:14

זשיד

Average האט עס זייער גיט ארויסגעברעגט, עס ברויך נישט מער הסבר

Average » 28/9/2005 05:18

Lipal's video, while amusing in contrast, does reinforce my theory. Indeed polywood is taking place on both sides.

One picture is more then a thousand weapons. And that's the name of the game.



זשיד, וואס פונקטליך מיינסו מיט "נתעורר"? צו תשובה? ניין אבסולוטלי נישט.

צו דאס הארץ גייט אויס? אבסולוטלי יא!

מיין הארץ איז פארקלעמט, איי וויש איך וואלט געקענט צוגיין און זאגן, נעם דיך נישט צום הארצן.

די פרעגסט וואס דער עולם פארענטפערט? איך זעה נישט דאס. איך זעה ווי דער עולם איז מסביר פארוואס מ'איז יא אדער נישט געווארן נתעורר. דו ווילסט דאך נישט בלויז א טרוקענע יא אדער ניין. נישט אזוי?

תוקן על ידי - average - 28/09/2005 5:19:37

באראפארקער » 28/9/2005 06:08

average

כלפי דיין תגובה בראש העמוד.

איך מיין אז די ביסט אביסעל פארשטיינערט, ווען מען זאל מאכען א גירוש אויף ווילי אדער בארא פארק, וואלסט די געזאגט אז עס איז נישט געפעהרליך, ווייל כבר הי' לעולמים?????


געוואלד, מען רעדט דאך פין א גירוש, מען האט ארויסגעטריבען אכט טויזענט אידישע משפחות פין זייערע היימען!!

איך ווייס נישט וואס די ביסט, א ציוני אדער פארקערט, אבער די ציונים האבען כאטש א מהלך פין נישט זיין צו בעצבות, ווייל זיי קענען האלטען אז מען גיט שטחים פאר שלום, אבער איינער וואס איז א אנטי ציוני, איז דאך דאס א מעשה רשעות פין "גוים" קעגען אידען!

מיט וואס איז דאס אנדרעש ווי די גירוש פין שפאניע אדער גירוש אשכנז, צו וועלכע פין די צענדליגע גירושים וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט אין די לעצטע צוויי טויזענט יאר?

ווייל זיי זענען מתנחלים? איז וואס? מאכט זיי דאס אויס אידען?

בענעדיקט16 » 28/9/2005 06:50

באראפארקער

כ'האף אז ווען דו וועסט זעהן די ווערטער, וועסטו שוין האבן געכאפט א שטיקל דרימל... ווייל פון דיין פאריגע תגובה קוקט אויס ווי דו קענסט עס נוצן.

אין אנדערע נייעס

קוקט אויס ווי באראפארקער איז 'פארב-בלינד', ווייל דער מענטשעלע וואס איך האב דיר פארגינט איז געווען בלוי און נישט גרין...

ואתך הסליחה

jid_613 » 28/9/2005 07:39


average

הסברים אויף צו ווערען נתרגש, און מיט צו פילען מיט אידען, ב"ה אז איך דארף נישט יעצט אויף די מאמענט...

וואס איך זיך איז, דער וואס ווערען נישט נתרגש, זאלען ביטע מסביר זיין פארוואס נישט. דהעטס איט.

איך מיין אז נאך די הסברים פון די שונאי ישראל כדוגמת וואסא דיף, וועט זיך נישט פארלאנגען פון מיר קיין שום תגובה, ס'וועט רעדען פון זיך.

און פאר דער וואס ווייסען נישט אז ס'איז דא אזוינע פערשוינען דא אין פארק, וואס ס'אינטערעסירט זיי נישט אידיש בליט, זאלען ביטע צירוק קוקען אין די ערשטע בלעטעל פונעם אשכול.

aaatozzz » 28/9/2005 07:40

די היינטיגע יונגעלייט ווייסען נישט וואס הייסט תשובה.

נתעורר גאווארען צו תשובה זאגען זיי וואס איז דאס ?

תשובה איז איין ווארט זיין נאנט צו אייבערשטען, איין ווארט דעטס איט.

אויב איינער ווייסט נישט וואס דאס מיינט זאל ער פרעגען זיין רבי'ן (אויב דער רבי איז בכלל אין די ליין).

די יונגע מיידלעך וואס עברית איז זייער מאמע לשון פארשטיין קלאר וואס די פסוקים פון תפלה לעני מיינען פארדעם נעמט עס אזוי אדורך צוצוקוקען זייער געבעט, ולפני ה' ישפוך שיחו, ה' שמעה תפלתי ושעותי אליך תבא און די שטערקסע פוינט "אל תתתתסתר פניך מממממנו ביום צצצר לי", אוי וויי א געוואלד !!!!!

און דערצו איז דער ענין פון אמונה ביי זיי ריין און נישט פארפאטשקעט מיט ציניציזם און אויפגעקלערטקייט. ליידער איז תמימות א זאך וואס מען ווערט געבוירען דערמיט און איינמאל מען מאכט עס קאליע קען מען עס קיינמאל נישט צוריקהאבען. על זה דוה לבינו.

wassa_dif » 28/9/2005 08:54

באראפארקער
איך האב נישט געשריבען קיין איין איינציגע ווארט וועגען באבאב. דיין צומישען אנדערען'ס תגובות מיט מיינער זאגט אסאך וועגען דיין ניווא פון פארשטיין בכלל.
איך וועל פראביערען נאך איין מאל צו ענטפערען, און איך האף אז דו מאל וועסט דו יא פארשטיין, כאטש איך טו מיך נישט מער ווי איבערחזר'ען נאך אמאל.
אויף א ווייסע קלייד זעהט זיך אן א שווארצען פלעק. אויף א שווארצע קלייד נישט.
אין ווילי איז דא א פראבלעם פון עטליכע בחורים צו אינגערלייט וואס נעמען דראגס. אין הארלעם נישט. (נישט אז זיי טוען עס נישט נאר ס'נישט קיין פראבלעם)
אין קרית יואל איז דא א "פראבלעם" פון א שוואכער עלעמענט. ביי די מזרחיסטען נישט. נישט ווייל זיי טוען נישט די זעלבע זאכען נאר ווייל ביי זיי איז עס אנגענומען און נישט קיין פראבלעם.
ביטע זאג אז דו האסט שוין פארשטאנען. איך ווער שוין מיד איבערזאגען נאכאמאל און נאכאמאל

wassa_dif » 28/9/2005 09:12

JID
וואס האסט דו זיך אנגעטשעפעט צו מיר?
איך האב געשריבען אין אנדערע אשכולות אז זייערע וויינען איז (נישט ווי דו זאגסט, ווי א קינד ביי אן אפעראציע, נאר) דאס פון א משוגענער וואס מ'שלעפט עם צוריק פון עק דאך און מ'לאזט עם נישט אראפטאנצען.
לאגיש, איז נישט דא קיין שום ענין פאר א נארמאלער מענטש צו שפירען "מיטלייד".
דא האב איך געשריבען אז די קליפ איז רירענד. צוצוזעהן ווי אנדערע מענטשען וויינען ערוועקט נאטורליכע מענטשליכע געפיהלען. (איך ווייס נישט צו דאס האט מיט אידישקייט איינגעשטויסען.) ס'א שיינע שטיקעל פראפאגאנדא. פראפאגאנדא, און אזוי אויך אדווערטייזינג איז געבויט אויף שפיעלען צו די געפיהלען און דער אומלאגיקען טייל פון מענטש.
א טראכטענדיקער מענטש קען צוריקשטיין און טראכטען, א מינוט, וועלכע געפיהלען מיינט מען דא צו ערוועקען און צו איז עס טאקע אזוי?
מין הסתם ביזט דו פון דער זאמביס (ZOMBIES) וואס לויפען ארויס גלייך קויפען נאך א גוטע אדווערטייזמענט. שפיר נישט שלעכט. א מולטי מיליון דאלער אינדאסטרי איז געבויעט נאר אויף מענטשען ווי דיר.

באראפארקער » 28/9/2005 17:27

איך מיין איך געב אויף, זאל יעדער איבערקוקען, און זעהן ווי מען קען מיט די חברה נישט פירען קיין נארמאלע דיסקאסיע, זיי ענטפערען נישט אויף וואס מען רעדט, לייקענען און לייקענען אויף דעם וואס זיי האבען געשריבען, און ווילען נישט מודה זיין, מילא, איך געב אויף, מיט די חברה לוינט זיך נישט צו פירען קיין וויכוחים, אבער,

איין זאך וואס מען זעהט יא דא איז, אז עס דא א זאך וואס רופט זיך שנאת ישראל, וואס דאס טוט ארויסשטעקען ביי פארשידענע שרייבערס דא אויף א מאסיווען פארנעם.

ווי אזוי האט יענער דייטשער גר געזאגט? פארוואס האב איך אויסגעקליבען צו זיין אין סאטמאר? ווייל דער גרעסטער אידעשער שונא ישראל איז א סטאמארער.

שלום_משה » 28/9/2005 18:52

יא,יא

איך בין שטארק מסופק, וועלכע שנאה עס איז שטערקער

די שנאה וואס דער דייטשער גוי האט פיינט דעם איד,

אדער די שנאה וואס ''באראפאקער''האט צום פרומען ערליכען עלימענט,
???

wassa_dif » 28/9/2005 18:52

לוינט זיך טאקע נישט פאר איינער ווי דיר צו פירען וויכוחים. קענסט מיר אנצייכענען ווי איך האב למשל געריבען איין ווארט וועגען באבאב. אדער סיי וועלכע אנדערע סתירה וואס דו האסט אויספאנטאזיערט?

באראפארקער » 29/9/2005 18:27

וואסאדיף
לוינט זיך טאקע נישט, ווייל די פירסט די וויכוח אין דקדוק פין נארישקייטען (אפילו אויב מען זאל דן זיין די וויכוח פאר נישט נאריש).

איך האב אמאהל געשריבען אז "די" זאגסט שרייבסט וועגען באבוב??? עיין דף ב בדברי שלום משה, ער האט געסטראשעט, און אויף דעם האב איך מיך באצויגען!! נישט אלעמאל רעדט מען צו דיר,

אבער לאמיר אנהייבען נאך אמאהל,

1.
איך מיין עס איז גאנץ קלאר אז קרית יואל האט א פראבלעם וואס קיין אנדער חרד'שער מקום האט נישט, ר' אהרן, הגם ער האט א פרעכער שפראך, גלייב איך נישט וואלט זיך אויף געשטעלט זאגען זאכען וואס איז לא הי' ולא נברא, און יעדער ווייסט אז א מצב וואס ער האט אראפגלייגט, געפינט זיך "נישט" אין ב"פ, נישט אין ווילי און נישט אין מאנסי, ביים "היימישען" ציבור.


2.

די שאלה איז פארוואס?? האסטו (וואסאדיף) פארגלייגט, אין דיין מהדורא קמא עכ"פ, אז די סיבה איז ווייל מען לעבט דארט מער איינגעצוימט.

אמת?????


3.
האב אני הקטן אויף דעם געזאגט צוויי הערות.
א. אז לפי דבריך קומט אויס אז די סיבה פין קלות קומט פין איינגעצוימקייט,
ב. אני הקטן בין מחולק, לדעתי קומט די פראבלעם אין קרית יואל וועגען די חינוך דארט האט פראבלעמען.


ביז יעצט, האסטו נישט גענטפערט דיירעקט אויף מיינע הערות פין דיינע ווערטער, איך האב גוט גליינט וואס די שרייבסט, אבער לדאבונך, שרייסטו נאר פרישע טעמים און תירוצים, למשל אז עס זעהט זיך מער אהן, און די טוסט געבען משלים אויף דעם (באלט שענער פין דובנער מגיד...), אבער שאלתי ובקשתי, פארדריי נישט, ענטפער אויף דעם וואס די האסט פריער געזאגט. פארשטאנען??


אויף דעם וואס די זאגסט אז איך שרייב נישט צו די זאך, האב איך פאר דיר אן הערה
ווען איינער איז מחולק מיט דיר, מיינט נישט אז ער רעדט נישט צו די זאך.

און געדענק, ווען די שרייבסט פראביר אליין זיך אריין לייגען און יענעם'ס פלאץ, און טראכט מיט וואס וואלסטו דיך משכנע געווען, פראביר צו שרייבען "צו דער זאך".

בענעדיקט16 » 29/9/2005 18:48

בארא פארקער

קודם כל

1.
פארוואס האט דיר גענומען א פולע מעת לעת ביז דו ביסט אויפגעקומען מיט די באמבע תירוץ וואס מאכט אונז אלע אייננעמען א שתיקה



2.
איך האב פרובירט דיר צו פאלגן (אלס מצוה לשמוע דברי 'אויבער'-חכמים) און זיך אריינלייגן אין דיין מצב איידער איך ענטפער.

אבער זייענדיג עטליכע מינוט אין דיין מצב האב איך געשפירט אז איך ברויך זיך עטוואס צולייגן... מיין קאפ האט מיר אביסל געשווינדעלט... האב איך באשלאסן שנעל ארויסצושפרינגן פון דיין מצב און זיך צוריקקערן צו מיין אייגענער מצב...



3.

wassa_dif » 29/9/2005 19:16

באראפארקער
איך ציטיר דיינע פריערדיגען תגובה
"און צו דיר ר' וואסא דיף.

איז זיי מחליט, מיט וואס גענוי איז ערגער אין קרית יואל (און דיין תשובה אז אין באבוב איז נישט אנדרעש איז טיפיקעל סטעריאטייפ, ד.ה. די האסט נישט וואס צו ענטפערען פראבירסט די צו דרייען אז ביי מיר איז נישט בעסער, קודם כל מאן יימר, והשנית איך האב אמאהל געזאגט אז נישט? אדער אז יא? ווי קומט עס אריין???????), ווי ביי די חברה דארט אין גוש קטיף??? די אליין שרייבסט אז די "חילוק" נעמט זיך פין איינגעצוימקייט. איז יא דא א "חילוק" אדער נישט?? "
מיט דיין לעצטע
"איך האב אמאהל געשריבען אז "די" זאגסט שרייבסט וועגען באבוב??? עיין דף ב בדברי שלום משה, ער האט געסטראשעט, און אויף דעם האב איך מיך באצויגען!! נישט אלעמאל רעדט מען צו דיר"
ביטע פארגלייך די ביידע און זאג מיר צו איך בין דער וואס קען נישט ליינען צו...?

און יעצט צו'ם זאך. האסט מיר מיספארשטאנען. איך האב גערעדט פון די היימישע ציבור אין אלגעמיין, נישט דוקא קרית יואל. ריכטיג אז קרית יואלער רב האט גערעדט אפענער ווי אנדערע רבנים אבער די מצב אין וויליאמסבורג איז נישט קיין סאך בעסער און די מצב אין באראפארק איז פיל ערגער.
איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעטא די וואוינסט אדער וואס מ'האט דיר שוין פארקויפט אויף קרית יואל אז דו גלייבסט אז דארט טוט זיך עפעס וואס דא נישט. גייט'ס אריין אין די שענק אויף נארט-סייד, אין די שוויץ בעדער און מאסאדז פארלארס אין מאנהאטען, און זאג מיר אז אלע אידען דארטען זיינען געקומען צו פאהרען פון קרית יואל. כנ"ל אטלענטיק סיטי, כנ"ל נאך פלעצער וואס איך וועל נישט דערמאנען מפני הכבוד. וויפיהל חסידישע יונגערלייט קומען ארויס פון די ווידיאו געשעפט אויף 18 עק 45?
איך פריי מיך איך האב ענדליך געכאפט דיין טעות.
לכבוד דיר האב איך איבערגעליינט מיינע אלע תגובות אין די אשכול פון אנהייב ביז צו'ם סוף און במחילת כבודך, איך גיי זיי דא ציטיערען(דאס גייט זיין א לאנגע תגובה אבער פארפאלען, איך זעה נישט קיין אנדערע עצה)

דאס האב געענטפערט אויפ'ן ערשטען בלאט


AAATOZ
האסט גארנישט געזעהן די באשרייבונגען פון וואס האט זיך אלץ דארט געטאהן, אה?
ווייסט נישט פון וואסערע זיידענע סחורה מ'רעדט?
אוודאי איז נישט דא די אלע פראבלעמען וואס ר' אהרן האט גערעדט אין קרית יואל. מ'דארף זיך נישט קוקען אונטער די מחיצה אדער פארשטעלען פאר א קאר סערוויס. מ'קען אריין קומען פראנק און פריי מיט א הייליגע ספר תורה..
און דאס איז אין בעסטען פאל. די צייטונגען האבען באריכטעט אז ס'האט אפגעטוען דארטען ווי א געהעריגע היפי'ס קאנווענשאן. דראגס מיט אלע גוטע סחורה. אויב מ'האט נישט גוט אכטונג געגעבען וועט דער פארשטארבענער גוש קטיף האבען א שיינע פאר קינדער וואס וועלען נאך קענען הייסען נאך עם"

איך וועל פראביערען צו מסביר זיין, לאנגזאם, קלאר און דייטליך. די מענטשען האבען נישט אזעלכע פראבלעמען פון קוקען אונטער א מחיצה אדער פארשטעלען ווי א קאר סערוויס. פארוואס? ווייל זיי טוען זייערע מעשה נבלה אפענערהייט. אין דער קליפ אליין קענסט דו זעהן רע-בנים דרייען מיט די ספר תורה צווישען די מיידלעך. ווער רעדט נאך וואס זיי טוען אין דרויסען אן קיין מחיצה.

זעהסט דו דא איין ווארט וועגען איינגעצוימטקייט?

דאס האב איך געשריבען אויפ'ן צווייטען בלאט.

ערשטענס, ווען מ'הוליעוועט ביז דער דרייציג און מ'לאזט זיך גוט וואוילגיין איז טאקע א סאך לייכטער נאך דעם. צווייטענס, דארפסט נישט גלייבען. איך וואלט דיר געקענט דערציילען מעשות פון היינט ביז מארגען אבער וואס פעלט עס אויס? און סיי ווי וועט מען דאס אויסמעקען

נאכאמאל, ליין שטאטלעך. אונז האבען א גרויסע ציבור וואס האט חתונה ביי דער אכצען, ניינצען, אין פארגלייך מיט זיי וואס האבען חתונה אין די שפעטע צוואנציגעס פריעסטענס. איינער וואס איז שוואך אין ענייני קדושה ביי אונז, איז נאך דא א גרויסע מעגליכקייט ער זאל גליטשען נאך זיין חתונה.
ביי זיי, האט מען שוין אפגעטוען כל דבר אסור און זיך ארויסגעגעבען אלע תאוות לאנג פאר זיי האבען געקלערט חתונה צו האבען, אויך האבען זיי חתונה אלץ א סאך מער ערוואקסען (MATURE בלעז) איז אפילו אויב מ'וועט נאכגעבען אז זיי האבען א קלענערע פראצענט פון מעשות נאך די חתונה, וואס ווי איך האב צוגעשריבען, איז בכלל נישט אמת, איז דאס פשט.

אויף די צוויי תגובות האסט דו מיר באפאלען אז איך רעד פון "איינגעצוימטקייט".
איך האב גענומען דער מיה אפצושרייבען א לאנגע תגובה, ביטע זיי דו אויך אזוי גוט, זיי מיר מסביר ווי און וואס דו האסט געזעהן ביי מיר אנדערש פון אנהייב ביז צו'ם סוף.