היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » חזר ושנה נעשה לו כהיתר

חזר ושנה נעשה לו כהיתר

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1582463

קרינסקי » 22/9/2005 04:38

יעדע נאכט ווערט היידפארק חרוב אויף א פאר שעה.

עס איז שוין ממש א רגילות.

טאגליכט » 22/9/2005 04:39

אינטערסאנט אז נאר די פעמעלי קעיס קען מען זעהן

זאליweaky » 22/9/2005 04:45

כ'האב נישט אזא פראבלעם דערמיט, ער זאל נאר זאגן פונקטליך ווען דאס וועט פאסירן, נישט יעדע נאכט א אנדערע צייט.

wassa_dif » 22/9/2005 04:51

קענסט נאך צוקומען צו כמעט יעדער אשכול. ס'באווייזט זיך נאר נישט אויפ'ן בלאט. קליק אויף דיין (צו א צווייטענס) נאמען וועט ארויפקומען אלע זיינע תגובות. פון דארטען קומט שוין יא ארויף געהעריג

בענעדיקט16 » 22/9/2005 05:27

הערה בעלמא: "עבר ושנה נעשה לו כהיתר".

נישט חזר ושנה.

און יא, איך ווער אויך צוזעצט פון היידפארק יעדע נאכט.

בןמלך » 22/9/2005 19:43

אויך באמערק איך אז געוויסע אשכולות ווערן אינגאנצן נעלם, ביז מ'שלעפט אים צוריק פון ערגעץ וואו ביים שוואנצל...

עפשטיין » 22/9/2005 20:01

בןמלך איז גערעכט

היידפארק האט עפעס א פאקעט אונטן פון בלעטל ווי אשכולות ווערן אינגאנצען נעלם.

צודערזאך » 22/9/2005 22:41

איך שטיי און וואונדער מיך, ווער איז נאך אויף אין אזא שפעטע שעה