היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » בר מצוה מתנה

בר מצוה מתנה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1580823

not2bz » 20/9/2005 23:22

מיין קליינע קאזען גייט א בר מצוה האבן קומענדיגע וואך און איך וויל אים געבן א מתנה וויל איך פרעגן דעם עולם דא וואס האלט עטץ איז די מערסטע אינטערעסאנט

א ספר?

א גיפט סארטיפיקט פון די ספרים סטאר?

אפאר דאלער?

(אפאר פעקלעך סעפטי קארדס?)

אדער עפעס אנדערש?


(איך קען שוין די ווארט פון יאנקעל מיללער אז ער קויפט א שירעם ווייל דעס וועט מען זיכער עפענען)

קרעמער » 20/9/2005 23:39

איך פיר זיך צו קויפן א קליין - אבער וויכטיג - ספר'ל פאר אונטער צען דאלער. איך קויף געווענליך א ספר וואס איך וואלט געוואלט אז מען זאל מיר קויפן היינטיגע צייטן, נישט א ספר וואס א דרייצען יעריגער האט ליב (אידיש, אדער גרינגע לשון קודש). ווייל למעשה: דאס וואס מען באקומט ביי די בר מצוה, פארבלייבט אויף אייביג, און מען וויל זיך באנוצען דערמיט לאורך ימים ושנים.

אבער איך קויף נישט פאר יעדן קאזען, נאר דארט וואו איך ווער געלאדענט צו עסן דארט די סעודה צוזאמען מיט די פאמיליע (אזוי אז מען שפארט זיך א נאכטמאל אין שטוב), אדער ווען איך קען דעם בחור פערזענליך גוט.

קרעמער » 20/9/2005 23:43

עפעס שטימט מיר נישט דא. פארוואס פארמאגט דער אשכול שוין "181" בליקער, בשעת ווען אנדערע - וואס זענען נאך פריער געגרינדעט געווארן - פארמאגן אונטער דרייסיג ???

dtrbky » 20/9/2005 23:54

not to bz has to be bz with somthing

קרעמער » 21/9/2005 01:02

its no joke at all, someone had a good time, the viewership is up at 400 already

nafcha » 21/9/2005 01:04

At my computer it's only 200 something, so maybe is something wrong with you.


תוקן על ידי - nafcha - 21/09/2005 1:03:57