היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ודע מה שתשיב: אויף די ווידיא אויפדעקונג

ודע מה שתשיב: אויף די ווידיא אויפדעקונג

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1580209

יוסף90 » 20/9/2005 18:09


דרייניץ שרייבט און חדשות אנ"ש:

איך האב נישט גערעדט צו מ. י. וו. אדער צו קיין אנדערע פון די וואס האבען דעמאלטס אפגעכאפט די טעיפ, אבער קודם לאמיר זיך דערמאנען וואס יעדער איינער געדענקט זייער גוט.

זומער תשנ"ט איז געווען דער זומער נאך דעם וואס דער רבי האט ממנה געווען דעם רב שליט"א פאר רב קהילתינו בוויליאמסבורג, דער רב איז יענעם זומער צוריקגעפארען אויף ירושלים, און די אנשי ר' אהרן האבען נאך געחלומ'ט אז מען קען נאך צוריקדרייען דעם זייגער.

יעדען טאג איז מען געקומען מיט פרישע סטעיטמענטס, דער רבי האט געזאגט פאר ..... אז "איך האב קיינמאל נישט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג" "ער האט אזא שיינע קהילה אין ירושלים, פארוואס קומט ער צוריק אהער" וכו' וכו'.

אבער פארשטייט זיך אליינס, אפילו ריש גרגותא מן שמיא קא מוקי ליה, און די אלע שאנטאזשען האבען גארנישט אויפגעטוהן דעם אייבערשטען'ס רצון קען א בשר ודם נישט איבערדרייען נישט קיין חילוק ווי שטארק ער וויל, אפילו אזא שטארקער מענטש ווי ר' אהרן.

יעדער איינער געדענקט, ווי אזוי די ארוינישע קהל פלעגט ארויפקומען זיך טענ'ן מיטען רבי'ן קעגען די התמנות, רוב עולם האט אפילו געהערט די טעיפ ווי אזוי ר' חיים אליעזר גראס טענ'ט מיטען רבי'ן און סטראשעט אפילו דעם רבי'ן אז די מחלוקה איז א פייער וואס וועט ברענען הונדערט יאר, און דער רבי ענטפערט איהם במתינות אז אעפ"כ דארף מען טוהן וואס מען דארף צו טוהן און מען קען זיך פארדעם נישט אפשטעלען און אז מען וויל אז סאטמער זאל בלייבען סאטמער דארף כ"ק דער רב שליט"א זיין רב אין סאטמער.

די טעיפס איז געווארען צושפרייט אזוי אז יעדער האט געוויסט אז די קהלישע געשפרעכען ביים רבי'ן אין שטוב ווערט אראפגעכאפט אויף טעיפ.

איינמאל פאר אזא ארוינישע אסיפה ביים רבי'ן אין שטוב זענען אריינגעקומען צוויי ארוינישע אינגעלייט, בעריש פעלדמאן ושותפו לדבר ... וואס איך געדענק נישט יעצט זיין נאמען און האבען געמאכט א שטרענגע אונטערזוכונג אינעם רבינ'ס דירה אין קרית יואל צו טרעפען די אונטערהער אפאראטען, ווען מ.י.וו. האט געזעהן אז זיי וועלען עס טרעפען איז ער שנעל געלאפען און ארויסגענומען די ווידעא פון באהעלטעניש, די צוויי חברה האבען זיך געשטארקט און ארויסגענומען די ווידעא פון איהם און עס אוועקגעלייגט ביז לעצטענס ווען מען האט דאס מגלה געווען אין די פאפירען און אויף היידפארק.

דאס איז די background צו די ווידעא, און דאס זענען פאקטען וואס יעדער געדענקט פון נישט אזוי לאנג צוריק.

די מציאות פון די ווידעא איז שוין א באקאנטער פאקט זייט דעמאלטס, און פארשטייט זיך אליינס אז דער ארויני וואס שרייט היינט געוואלד אז ער האט געהאט פרייוואטע געשפרעכען מיטען רבי'ן, איז דער זעלבער ארויני וואס האט דאס שוין דעמאלטס געשריגען און ער האט שוין זינט דאן אייביג געהאט דעם חשד אז זיינע שמועסען ווערען אונטערגעהערט.

דער יעצטיגער שפיעל כאילו זיי ווערען יעצט געוואר עפעס נייעס אז עס איז געווען ווידעא, איז נאר דאס, א שפיעל, יעדער געדענקט די מעשה און דער וואס איז דעמאלטס אויפגעשוידערט געווארען האט שוין געהאט 5 יאר צייט זיך צו בארואיגען און דער וואס איז דעמאלט נישט אויפגעשוידערט געווארען דער וועט היינט אויך נישט ווערען אויפגעשוידערט פון די ארוינישע היסטעריע.

איי אויב אזוי פארוואס איז דער שפיעל יעצט געווארען פעליג???
מיר וועלען באלד פרובירען צוריקצוקומען צו דעם..

יעצט לאמיר זעהן וואס מען זעהט אויפען טעיפ?

1 אז דער טעיפ וואס זיי האבען דעמאלטס ארויסגעכאפט איז געווען דער ערשטער טעיפ וואס מען האט אפגעכאפט, מען זעהט ווי אזוי מ. י. וו. באקומט אינסטראקשענס ווי אזוי דאס אנצושטעלען און אראפכאפען.
2 מען זעהט אז דער זעלבער טעיפ איז געווארען גענוצט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, וואס ווייזט קלאר אז מען האט גענוצט דעם טעיפ אפצוכאפען געוויסע זאכען נישט אז דאס איז שטענדיג געלאפען אין רבין'ס שטוב
3 מען זעהט אז ר' אהרן טענ'ט מיט א שטארקייט מיטען טאטען און עס זעהט נישט אויס ווי זיי לערנען מתוך

עס שטעלט זיך מיר א מוראדיגע קשיא.
ר' משה גבאי איז א מוראדיגער נייגעריגער מענטש אדער שמוציאן -ווי אזוי איר ווילט-, פארוואס האט ער געווארט ביז זומער תש"ס אנצוהייבען אפצוכאפען די "פרייוואטע געשפרעכען" וואס חסידים האבען מיט זייער רבי'ן???? 20 יאר האט ער זיך איינגעהאלטען ביי די 30 יאר האט ער זיך קאנטראלירט און ביי די 50 האט ער מער זיך נישט געקענט איינהאלטען??? און איינגעגעבען צו זיין יצר הרע פון נייגעריקייט?

ווי אויך אזא בר מזל דער ר' משה, פונקט ווען מען האט געלייגט די ווידעא זעהט מען אזא העפטיגע געטענעריי צווישען ר' אהרן מיטען רבי'ן, אזוי גוט האט איהם דער מזל צוגעשפילט, אז ער האט פערצופאל אפגעכאפט דעם שמועס?

דער תירוץ איז פשוט, משה גבאי איז נישט אינטערעסירט געווען צוואנציג יאר אין די "פרייוואטע" שמועסען, ער איז אבער יא אינטערעסירט געווען אין תש"ס צו פאראייביגען די חוצפה פון די ארוינישע ראשי הקהילה און פון ר' אהרן, ירד משה לסוף דעתו של אהרן -וואס איז אגב נישט אזוי טיף- און האט געוויסט זייער גוט מיט וועם ער האנדעלט, און אז מען דארף פאראייביגען וואס דער רבי זאגט איהם ער זאל נישט קענען לייקענען און ער זאל נישט קענען זאגען שקרים אין רבינ'ס נאמען כדרכו.

יא עס האט זיך בטעות אריינגעכאפט א בילד פון א פרייוואטען מענטש, וואס איז אן עוולה, אבער נישט דאס איז געווען דער ציהל.

און צו ענק ארוינים האב איך א קשיא, ענקערע פירערס ווייסען שוין פון תש"ס אז מען כאפט אפ ווידעא, היתכן מען האט ענק נישט געווארענט אז ענק זאלען נישט רעדען קיין פרייוואטע געשפרעכען מיטען רבי'ן???????

היתכן מען האט געהאלטען דעם שוידער אין זיך פון תש"ס ביז יעצט.

דער תירוץ איז
אין כאן לא "שוידער" ולא "דיסעפוינטמענט" אבל יש כאן נסיון צו אפווישען די אייגענע צואה דורך פרובירען צו ווארפען צואה אויף יענעם.

יעדער ווייסט שוין פון די ווידעא 5 יאר, נאר יעצט ווען ר' אהרן דארף אפווישען זיין שמוץ פון גיין אין קאורט קעגען זיין אייגענעם טאטען, וואס איז נאך נישט געהערט געווארען ביי היימישע אידען, וואס דאס איז אזוי נידעריג אז אפילו די קלוגע פון צווישען זיינע אייגענע קינדער האבען זיך צוריקגעהאלטען פון אונטערצושרייבען, פרובירט ער צו וויינען און מאכען א היסטעריע כאילו מען האט יעצט געכאפט דעם ..... און פארדרייען דעם נושא פון זיין קאורט צו די אלטע מעשה פון די ווידעא.

און צו ענק ארויניםלך איז מיין שאלה, זעהען ענק נישט ווי אזוי מען מאניפולירט ענק??? מען פרובירט ענק צו דערשרעקען אז מען האט אונטערגעהערט ענקערע געשפרעכען בעת איר ווייסט שוין פון דעם ווידעא 5 יאר.... מען פרובירט אייך אויפצושוידערען יעצט ווייל יעצט פעלט עס אויס פאר די פאליטיק. זעהט עטץ נישט ווי ענק זענען כחומר ביד היוצר, מעט פארדרייט די ביסעל מח וואס איר האט לויטען פארגעניגען און אינטערעסען פון די פארטיי פירער מיט ר' אהרן בראש. און ענק בהמות זאגען עס נאך נאך אין ביהמ"ד מיטען גרעסטען תמימות...

און פאר די ארוינים וואס קענען זיך נאך אלץ נישט בארואיגען פון די געפערליכע מעשה נאך 5 יאר, וועל איך ענק מוזען טרייסטען מיט...
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי אהרונים.....

סימןטוב » 20/9/2005 20:14

פּעשי, איך זע אז דו ארבעטס געטריי פאר דיין באָס!