היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לוח המודעות אדער דבר יום ביומו?

לוח המודעות אדער דבר יום ביומו?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1576641

דיפלאמאט » 18/9/2005 17:28

אמאל ווען מען געהאלטן ביים מאכן א שמחה איז געווען זייער שווער איינצולאדענען דעם עולם, און מען געדארפט האלטן א ביכעלע (אדער אין סעלפאן ווען דאס איז שוין יא געווען) מיט אלע נומערן פון אלע באקאנטע און אנרופן יעדן באזונדער אז מען זאל זיך קומען באטייליגן אין די שמחה. היינט איז ב"ה אכשור דרא און מ'איז באשאנקען געווארן מיט פילע מיטלען דאס צו טאן. די בעסטע וועג דאס איינצומעלדן איז מסתם איינע פון די צוויי (איך רעד פון וויליאמסבורג, די אנדערע געגענטער ווייס איך נישט): דבר יום ביומו איז א טעגליכער בלעטל, און לוח המודעות קומט ארויס אום ערב שבת.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וואס דער עולם האלט, וועלכע פון די צוויי איז בעסער און וועט אנקומען צו מער מענטשן? איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרויסער נפק"מ, אבער פארוואס זאלן מענטשן ברויכן צאלן דאפלט ווען ביידע קומען אן צו בערך די זעלבע צאל מענטשן?

איך האלט מער פון לוח המודעות. און דאס צוליב עטליכע סיבות.

1) דאס איז דער ערשטע וואס איז געווען אויפן מארק, און עס איז רעכט איר צו שטיצן, בפרט ווען ביידע איז די זעלבע פרייז.

2) עס ליגט אנגעקלעבט אויפן וואנט און נישט אלס טרעף איך די דבר יום ביומו, מיט אירע פיצעלע אותיות (עפעס קארגט ער צוצולייגן נאך א בלעטל אזוי ווי מען האט געטאן אין ב.פ.)

נו, וואס זאגט איר?

זאל איך דא מעלדן מיין שמחה?...

טובעין » 18/9/2005 18:27

דיין ערשטע טענה איז נישט ריכטיג ווייל קאמפעטישאן איז א רעכט וואס יעדער האט, די זעסט דא השגת גבול?

די מעלה מיטן דבר יום ביומו איז טעגליכע חתונות אין שמחות וואס עס איז נישט דא ווי אזוי צו וויסען אין געדענקען, שבתדיגע שמחות ווי נישט רופט מען נאך אויס אין בית המדרש איז א האלבע צרה.

jewboy » 18/9/2005 18:55


מזל טוב פאר שר העסקנים הר"ר ארי' לייב גלאנץ הי"ו לרגל הולדת הנכדה.

shia550 » 19/9/2005 00:25

דער עיקר צרה מיט דעם דבר יום ביומו איז. אז אויב מען איז מיד קען מען שוין נישט זאגען פארן בעל שמחה פארגען אז מען האט גארנישט געוויסט.

בעל כרחך דארף מען זיך אויפהייבען פון קאוטש אין זיך ארויסשלאפן שפעט ביינאכט.

וואלדמאן » 19/9/2005 08:33

ביי אונז אין בארא פארק האבן מיר נישט די פראבלעמן, מיר האבן ב"ה א "לוח הציבור" טאג טעגליך,

ערב שבת קודש האלט עס שוין ביי 8 זייטן

באקומען אויף אימייל פון די פארגאנגענע וואך
[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלדמאן » 19/9/2005 08:34

,
[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלדמאן » 19/9/2005 08:34

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלדמאן » 19/9/2005 08:35

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

nypics » 20/9/2005 13:21

ווי קען איך עס באקומען איך בין נישט פין בארא פארק ?

יאגעלע » 20/9/2005 18:06

ביסט שוין געגאנגען צו אלע שמחות אין וויליאמסבורג? אז דו ווילסט וועל איך דיר עס שיקן יעדע וואך אויף די פאסט, נאר געב מיר דיין אדרעססע...

nypics » 20/9/2005 22:43

ניין, אבער איך דארף עס נישט פאר שבת איך דארף די פון א גאנצע וואך