ענינים וואס ס'שמעקט נישט קיינעם
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1573710
למשל
באדערט דיך דיינע האר אויפן רוקן?
איר ווייקט אייך רואיג אין בור און פלוצלונג.....אייער שווער שלייכט זיך אריין מיט א גרויסע אההההה
אדער שטייענדיג אנגעצויגן ביים ליין ביי די רעדזיסטער די ווייבל וואס פאקט זיך אויס דעם גרויסן ארדער , און די מורטשעסט זיך אינטער,נערוועז,נא, ווען זי הייבט זיך אויף דעם קאפ דערקאנסטו לדאבונך
אז דאס איז די צנועה וואס האט דיך אפגעזאגט נאכ'ן צווייטע בישאו......
קליינע קאפ; אוי וויי, וואו בין איך... איך ציטער וואס דער אשכול גייט ענטהאלטן. איך בעט דעם עולם זיך צו האלטן צו תקנות הפורום...
בענין דער שווער אין מקוה: עס שטייט אין פסחים (נ"א ע"א, ומקורו במס' שמחות פרק י"ב) עם הכל אדם רוחץ, חוץ מאביו וחמיו ובעל אמו ובעל אחותו, ור' יהודה מתיר באביו מפני כבוד אביו והוא הדין לבעל אמו, ואתו אינהו וגזור בשני אחין משום בעל אחותו.
אבער אין שו"ע (אבן העזר סי' כ"ג סעיף ו' ברמ"א) ווערט גע'פסק'נט אז היינטיגע צייטן פירט מען זיך יא צו גיין אין די זעלבע מקוה ווי די טאטע אדער ברודער וכו', ווייל דער עולם פירט זיך צו גיין צוגעדעקט וליכא למיחש להרהורא. ועי' בפתחי תשובה (סק"ה) שהחמיר מאד עי"ש.
לדינא זאל מען פרעגן א דיין אויב מען מעג גיין אין די זעלבע מקוה ווי א טאטע אדער א שווער אדער א ברודער וכו'.
ב"ה דער פרייטיג איז דורך מיט א רואיגקייט...אומזיסט געווען דער פארכט אין אנגסט.
נאך אן ענין וואס האט מיר גארנישט געשמעקט דעם שבת
פרייטיג צונאכטס נאכן דאווענען אין מיין בא'טעמ'ט שולכל, און נאכן אנזעטיגן זיך מיט די גאנצע הבלי 'בלימ'דיגער וואכעדיגס פארפאסטער פאליטיק ,פארשטייט זיך מיט די כיטרע אנאליזן פון קליינע שמייכלנדיגע תם'עוואטע אויסזעענדע באבערדעלטע יונגעלייטלעך, וואס 'עטן זיי געגאנגן שטודירן אין געקראגן א דאקטאראט 'עטן זיי זיכער געוועזן די "סטעפאנאפאלס, אדער,א שטייגער די גרינשפאנ'ס פונעם דור,נאר וואדען די "השגחה " האט אנדערש געוואלט... ברויכן זיי ליידער אויסגעבן דאס אינווענדיגסטע פאר אינז מוחין דקטנות...און נעבעך צוווארטן ביז אן אנדערער באשטריימל'טער האריגער זאגט פששששששששיאהה.
א קיצור
נאך אלעם האט אונזער רב'ל (אויף אים-רבינו- 'על מיר מרחיב זיין א צווייט מאל) געגריסט א ווארעמן גוט שבת, גיט שאמבעס...וועל מיר דיך זען מארגן צו שחרית ? מערצעשעם זאג איך,וויסענדיג אז מארגן גיי איך אין א אנדערן עק
שוין נא וואס אי'דען
מה עשה?
שבת צופרי שפאנציר איך אין שול גייענדיג מזרח'וועגס
נו? ווער קומט מערב'דיג מיר אקייגן מיט נאסע פיאות? אז נישט אינזער צאדיק'ל..און מיט א גרויסן "גוט שבת" א הילכיגס, וואס האט ארויפגעווארפן דאס אלטיאריגער יידישער "שולד" {גילט} בלע"ז
וואס זאל איך אייך זאגן ס'האט מיר גארניש געשמעקט ס'גאנצער ענין
נאך א זאך שמעקט מיר בכלל נישט
וואס איז דאס? בין איך טאקע אזוי א "יוצא מן הכלל"?
איז נישטא נאך איינער וואס האט עפעס צוצולייגן?
אומווילענדיג מאכט איר מיר בושות....כ,על א לייטישן שידוך נישט קענען טאן, מיין אשת איש פארלירט רעספעקט פאר מיר ,א יעדע מינוט וואס מער,
מיינע קינדער שעמען זיך ווען זיי שטייען מיט חבירים, און איך באגעגן זיי,
או חברותא או מיסיס א.
דאכט זיך אז כ,גיי שפרינגן פונעם בריק
אדער אפשר נישט?
'עמער באלד דיסיידן,כ'מיין מ'שטיינס געזאגט ,ווי יאג איך מיך מיט א החלטה?
מ'קען נאך מיינען א ס'איז לעבנסוויכטיג הא הע הע
מיר וועט כלל נישט שמעקן אז מען וועט שמועסן אין די גאסן אז איינער פון די חברי היימישע קרעטשמע האט זיך דאס לעבן גענומען. הגם דער האט א קליינע קאפ, און נעבעך... שוין, קיינער איז נישט שולדיג. אבער דאך...
אלזא, ביטע שיין... בלייב אויפן בריק.
כל העולם כולו גשר צר מאוד, והעיקר שלא לפחד כלל!!!
אוי קרעמער! כאפ מיר אן די האנט
די ביסט ווי א רעטונגס שרעטל אין א ווילדן אקעאן
די געסט האפענונג ,ווי די זון וואס קריכט אריין אדורך די שפאלטענס צו יענעם אלטן פארפרארענם יטשמעך מיטן צוריסענעם קאלדרע......
און וואס שייך צו מיין ניק
אהעמממם
דאס איז גענימען געווארן אין א שוואכע מינוט ווען דער גיטער ייצר האט שולט געוועזן,און ענוה האט מיר אויגעקוקט קיל'ישלעך, אבער האב נישט קא'טעות שוועסטערקינד
ווען מען זעהט די בעל הבית שטייט אונטערן רוקן און מען האלט אונמיטן טייפן א תגובה
(איך מיין אז עס שמעקט פאר קיינעם נישט)
נאך פיל ערגער איז ווען די ארבעטער קומט צו צי דיר, "אוי, די ביסט 'נפחא'".
ווען מ'שרײבט א תגובה אין קײנער מאכט זיך נישט װיסנדיג
נאך אסאך ערגער איז ווען מען עפנט א 'נייעם אשכול' און קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג....
איך מיין אז דעס איז א 'מכה אשר לא כתובה בתורה'.
די עצה דערצו איז מיין איך, אז יעדער איינער זאל זיך מאכן נאך א ניק, אז לעת הצורך ווען קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, זאל די צווייטע ניק זיך וואוסענדיג מאכן.
אדער זאל מען יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, זיך יעדער איינער פארנעמן, אז מ'גייט זיך וואוסענדיג מאכן פון יענעם.
א גוט שבת.
וואס הייסט איך מאך מיך נישט וואוסענדיג ?!
וואס דען טו איך יעצט ?!
גאנץ נישקשה
די ווערים אין בויך
אזוי ווי איך קען נישט אויסענווענדיג די קי בארד און איך דארף קוקן אויף די קי בארד ווען איך טייפ מאכט זיך אסאך מאל וואס איך בין זיכער ביי מיר אז עס איז אנגעשטעלט אויף אידיש אדער אויף ענגליש און איף טייפ אפ צוויי דריי שורות און איך וויל איבער קוקן אויב עס איז דא א טעות זע בערך אזוי
איחדיא ד גלאל ש'רר טאגלטש ולסגירדאטח גדיאחדרג עךןףעגד גחטחט
אדער אזוי
augrh;seh rayuhgaurhg jsfhjsh hfghfj j af uhu fhu hghhf
דאס שמעקט מיר נישט און איך שטעל מיך פאר אז פאר ענק אויך נישט
צו טרעפן זאכן וואס שמעקט נישט איז זייער גרינג צו טרעפן, אדרבה זאל איינער אויפברענגען אן ענין וואס איז יא באטעמ'ט...
תוקן על ידי - שנאפס - 03/11/2005 18:28:50
יישר כח התאחדות
ווען איך וועל האבן צייט וועל איך עס אויסטרייען
חזק ואמץ, קיפ און גאונג,
לעט מי נאו ווען יו פיניש
בלי נדר
מיר שמעקט נישט.
ווען איך צינד אן מיין קאר מיט מיין רימאוט סטארדער, און איך זעץ מיך אריין און איך געב א דריק די ברעק אריין צו גיין אין דרייוו, און באמפ, די קאר האט זיך אויסגעלאשן ווייל איך האב פארגעסן אריין צו לייגן די שליסעל.
מיר שמעקט בכלל נישט אריינצולייגן א רעמאוט סטארטער, קודם ווייל ווען איך דארף עס כאפט עס
פונקט נישט, און נאכטעמקאל, ווייל איך קען מיט די $250 קויפן באלד 300 פעקלעך "טשו טשו'ס"
די צווייטע סיבה פין דאכענע וואלט ווען ליבערשט באדארפט אריינציגיין אינטערן אשכול
פין "קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות", עס שטימט מער אהין.
ייש"כ צייטליך פאר דיין אנאליז, כ'ווייס נאכנישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער איך שטעל דיך
אויף די חזקה אז דו זאגסט גוט.
I DON'T KNOW WHAT YOU'RE SAYING, BUT I'LL TAKE IT AS A COMPLIMENT
And for yanash a receipt doesn't smell
קאנוי, דו רעדסט אפשר צו מיר, איך בין דער וואס טענה'ט אז א רעסיט שמעקט, אבער איך האלט זיך ווייטער דערביי@
גראף
איך לערן פשט אין קנאי'ס ווערטער אזוי.
ווי באקאנט האט יאנאש פראבירט אנצושטעלן אז ער ווייסט נישט פון אזא זאך אז רעסיטס האבן א גערוך, זאגט יעצט קנאי אזוי (איך וועל עס פראבירן איבערצוטייטשן אויף אידיש און צולייגן א קאמע אינדערמיט).
אין פאר דיר יאנאש, שמעקט נישט קיין רעסיטס.
פארשטייסט שוין גראף? אויב נישט פרעג איבער.
א גוטע נאכט.
3x0;
א גרויסן יישר כח! איך האב באמת נישט געכאפט וואס 'קאנוי' רעדט, יעצט כאפ איך (נאך צוויי מאל זאגן קלאר, פארשטיי איך געווענליך אויפן ווינק [יאגי בערא.......]).
ווען די שיך בענדל צורייסט זיך אין מקוה.
שוין העכסט צייט זאלסט דיר אנטאן
דאס.
(יישר כח פאר נאט-טו פארן מיר אויסלערנען וויאזוי מען מאכט די לינקס).
גראדע גיי איך מיט שיך וואס איז זייער ענדליך צו דעס וואס די האסט מיר געבעטן איך זאל נייצן. אבער די מעשה איז געשען היינט צופרי אין מקוה צו מיין שכן. ער האט געגעבן א שריי אויס הויך ***, און איב האב אים געפרעגט אויב עס האט זיך צוריק צוזאמגעשטעלט נאכן שרייען ***, האט ער מיר געזאגט אז ניין אבער איך פיל מיך אסאך רואיגער.
גראף;
איך געדענק נישט די זאלסט האבן געבעטן נאטו דיך צו אויסלערנען, לערנט ער דאס אויס אפילו אומגעבעטן?
יאנוש'ל, אין די אני מאמין זאגען מיר נאר אויף איינעם אז ער איז דער יודע כל מעשי בני אדם וכל מחשבותם, וויאזוי ווילסטו וויסן אלעס וואס טוט זיך אפ צווישן מיר און נאט-טו אין תיבה אישית?
וואס מיך שמעקט נישט שבת קודש.
ווען איך קום אין שוהל, אויסגערוהט פונעם ערב שבת'דיגן דרימל, העט הייס פון די מקוה, און עס שטעלט זיך צו א ש"ץ-פ"ץ, וואס קרוכט אויף די ...
ווען דער בעל קורא צעפלאמט זיך ביי אלע "הייליגע" מקומות, און איך מוז זיצן און אויסהערן וואס ס'טוט אים וויי...
ווען די באנק שאקלט זיך, און דער שכן פון הונטן האלט א הויכן ספר...
ווען איך שלעפ מיך צו א קידוש און ס'איז נישטא קיין לייטיש שטיקל מזונות...
ווען איך דארף גיין עסן ביי שבת שבע ברכות, און מען "מוז" ווארטן אויפן מחותן'ס זיידע...
ווען איך שטיי אין די שורה ביי שלוש סעודות זיך צו וואשן, און ענדליך נאכן וואשן, רירט מיר איינער אן בטעות...
ווען עס ריקט זיך אן אזא איינער ווי 'צדיק-בעיניו' און האט נישט קיין שכל צו שרייבן דא מיט א צווייטע ניק ווי אין מקומות המטונפות.
קרעמער
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך שטעל מיך פאר אז ער האט זיך נישט געכאפט מיט וועלעכע ניק ער שרייבט.
אז מ'קוקט גוט זעהט מען אז ער האט זיך שוין איינמאל טועה געווען, ביי יוסף הצדיק'ס אשכול, איך מיין ביי ליפא'ן
איך ווארף די שניי מיטן שאוועל אויף ריקוועגס
און מיין ליבער שכן טוט דאס זעלבע.........
ס,האט מיך דערמאנט פון די דריי סטודזשיס..... הא הא
וואס אגב ברויך מען ווען אויסשמועסן זייער טאלאנט און וויאזוי עס האט באאיינדרוקט אונזערע
יונגע מוחות
נו - קליינעקאפ - הייב אן, אבער צוערשט זיי מסביר פארן עולם ווער די דריי סטודזשיס זענען געווען, און וואס זיי פלעגן טאן.
אין דאס איז אייך גישמאקער?
שבת נאכמיטאג נאכען שלאף ווען איר כאפט זיך אויף די לעצטע מיניט
אין איהר לויפט אין שוהל, די לעצטע מנין מנחה האלט שוין ביי שמו''ע איהר כאפט
זיך מיט די מחשבות
לופן המשך פון שלאף אבער אייער ליפן זאגן דאס דאווענען
......אפ איייער הענט קלאפט סלח לנו ,איינצוהאלטן די בושות נעמט איר זיך קראצן
ווי א מצורע אה
קרעמער,
דריי משוגעים פלעגן ארויסגעבן פילמס אין די 1930 יארן, עס פלעגט זיין זייער פאני...
http://www.threestooges.com/ איינער האט געקענט ארפ סטעיפלען א קארפעט אויפן פלאר, בשעת ווען דער אנדערער איז געלעגן אינטער דעם, וכהנה וכהנה.
תוקן על ידי - כיטוב03 - 20/02/2006 17:26:44
מיך שמעקט נישט ווען איך יאג מיך זייער צופרי
און איך קום אן ווען מען האלט שוין אינמיטן דאווענען און איך וויל מיך מיט כאפן
איך פאנג אן צו זאגן די עקידה און נאכדעם רבונו של עולם און ווען איך האלט שוין ביים סוף דערמאן איך מיר אז היינט איז ראש חודש
איך זיץ מיר אזוי געמיטליך אין אפיס, אין פלוצלינג .....
שפרונגט מיר ארויס א ראט פון אינטער די פיס.
ימש"ו
מיר שמעקט נישט ווען איך עפן א אשכול און ב"ה דער עולם רופט זיך אן,
און איך גיי אין ביהמ"ד, ווען איך קום צוריק גיי איך דורך דעם קרעטשמע קוקן אויב איך האב שוין א פאסיגען תירוץ אויף מיין שאלה,
און...
נישט מער און נישט ווייניגער די אשכול איז נישטא!
און די גרעסטע בראך איז נאך אז איך ווייס נישט פארוואס מ'האט עס אפגעמעקט,