פאריגע וואך איז פארגעקומען די חתונה פון ר' בן ציון בן ר' יחיאל פאפיער עב"ג בת המנוח ר' ישראל שטראם ע"ה. די בני המשפחה האבען געבעטן הרה"צ ר' בן ציון בלום שליט"א (דומ"ץ) אז די בחורי הישיבה זאלען זיך באטייליגען ביים קבלת פנים כנהוג (דער חתן איז א תלמיד ישיבתנו בלונדון).
הרה"צ הנ"ל האט אבער נישט מסכים געוועהן, זאגענדיג אז פון היינטמאל אהן טאמער וויל איינער אז די בחורים זאלען קומען צו זיין קבלת פנים מוז ער עס מאכען אין באבוב, און נישט אינעם חופה זאל. די משפחה (בראשם שטייט א צוברראכענע אלמנה) האבען געבעטן אז ער זאל כאטש לאזען שיעור ג' גיין אבער ער האט צו גארנישט מסכים געוועהן.
נו, ער האט א 'פוינט'. ס'ז דאך חודש אלול און ער וויל נישט די בחורים זאלען מפסיק זיין פון לערנען.
לא'מיר אבער זעהן וואס איז ווייטער געשעהן...
דעם פארגאנגענעם דינסטאג (כי תצא) איז פארגעקומען די חתונה פון ר' בן ציון שלמה בן ר' דוד ליכטענשטיין עב"ג בת ר' ש"י שווארץ (נישט א באבוב'ער משפחה) און זיין קבלת פנים איז פארגעקומען באלד אנהייב נאכמיטאג סדר אינעם זאל פונעם חופה. ר' דוד האט אפי' נישט גערעדט מיט די הנהלת הישיבה וועגן דעם אז די בחורים זאלען קומען.
נו, וואלט דאך יעדער פארשטאנען אז הרה"צ ר' בן ציון בלום שליט"א וועט נישט לאזען די בחורים גיין. אבער ניין, דער גאנצע ישיבה איז געגאנגען (יש לציין אז ווען הרה"ג ר' זושא האכהייזער שליט"א ר"מ בישיבה האט חתונה געמאכט איז נאר די עלצטע שיעור געגאנגען) און געזעסן ביים קבלת פנים מתחילה ועד סוף. א קבלת פנים נישט אין באבוב נאר אין חתונה זאל. אין חודש אלול. מבטל געוועהן א גאנצע סדר.
זעהט אויס אז זיין בלוט איז רויטער ווי דער בלוט פון א צובראכענע אלמנה.
קאמענטאטען זענען איבעריג.