דאס זיידענע העמדל
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1571736
טייערע חשוב'ע חבירים!
קודם כל וואלט איך "קליינע קאפ" געוואלט אריינשטופן צווישן אזעלכע ריזן ,פון וואו עס נעמט זיך מיר די "גאטס" ווייס איך נישט.... קאן געמאהלט זיין פון קליינקעפיג'קייט....
אנומאלט,
וואס זאגט דער היימישער עולם דא אין קרעטשמע דערצו? הא?
איך בין נאך ניי דא שעם איך מיך צו צוגיין צום טישל וואו די אלטגעזעסענע קנאקערס זיצן אין טרינקען און שמועסן ת אבער ווען איך בין געגאנגען צום דריטן מאל קטן'ען האב איך דערהערט דא און דארט א שניפסל קאנווערסאציעת איז לדעתי הקטן'ן לאמיר עס ברייטליך באהאנדלן , ווער מיט פאקטן ,ווער מיט פאנטאזיע,ווער סתם א נפחא... אבער געשמועסט זאל זייןץץץ אויף די העכסטע טענער!!!!!!!!!
נא!!!!!!
נא
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוידעמקאל א 'גרויסן' שאלעמאלייכעם (כ'אף הענט האט איר יא 'גרויסע' צו קענען אויפנעמען אזא גרויסען בארי-כאבע...).
הערט מיך גוט אויס. איר זענט טאקע קליין קעפיג, אבער כ'על פרובירן צו רעדן קלאר און שטייט, אזוי אז אפי' איר זאלט אויך גוט פארשטיין.
איר זענט נאך טאקע א נייער, אבער אונזער "היימישע קרעטשמע" איז ספעציעל אויף דעם געווידמענט, וועקישמוי קיין הי, ס'איז א "קרעטשמע" ווי א 'יעדער' אן א אויסנאם איז א "היימישער". נישט קיין כיליק נייע מעמבערס צו אלטע מעמבערס, יונגע ווי אלטע, נגידים ווי ארעמעלייט, גרויסע קעפ ווי קליינע קעפ, און אזוי ווייטער.
שעמט אייך נישט מיט אייער קליינקעפיקייט, ס'נישטא דא פארוועם...
קומט אריין כאפט א שנאפס עפנט אייער מויל, אייער פעדער און אייער קליינקאפ, ענ"ד דשזוי"ן ד"ע קלא"ב.
כ'האב הנאה פון ר' זרח'ל; טראץ זיין גרויס פארנומענקייט געפונט ער צייט צו מקרב זיין די נדחי ישראל וואס פאלן אריין דא אין אונזער קרעטשמע.
קליינעקאפ;
קליינע תיקון טעות: אנשטאט 'אנומעלט' אין די ערשטע תגובה, וואלט געברויכט שטיין 'אלענפאלס'.
אויף די פלעי האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין... אפשר ווען עס וועט זיין אויף ד.ו.ד. וועלן מיר כאפן א בליק דערויף, ווייל פלעי'ס זענען גע'אסר'ט.
קרעמער;
תיקון טעות (כ'מיין אזוי):
ביי אונזער קרעטשמע פאלט מען נישט אריין, קיינער איז דא נישט קיין אריינגעפאלענער...
ביי אונז איז יעדער באזוכער אזוי וועלקא"ם ווי כאילו ער איז שוין דא אלטער תושב.
אגב (אנעם בי"ת); וואס מיינט אנומעלט?
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט באמת נישט וואס 'אנומעלט' מיינט, אדער דו ווילסט סתם מתקן טעות זיין בבחינת על דאטפת אטפוך.
'אנומעלט' מיינט בערך אזוי: פלוצלינג, אומגעראכטן.
והנה = און נון.
כ'אב באמת נישט געוואוסט. און איך ווייס נישט פארוואס זאלסט מיך אפי' חושד זיין...
אלענספאל
א גרויסן שערקויעכ
טייערע ידידים , גלייבט מיר אויף מיין נאמנות אז יאך האב חלילה נישט געוואלט פאראורזאכן קיינע געפעכטן בין אדס לחזירו, ביטע אנטשוךדיגט,
אלנפאלס,
קרעמער, נשמה'לע טייערס!
גע'אסרט? אוי וויי' ס'איז עק וועלט. כ'בין ווערטערלאז...
זארעכפעפער. א דאנק פאר די ווארעמע אויפנאמע! און טוה מיר צוליב און שאר נאר אהער ס'פלעשל אכצן יעריג'ער וויסקי
ווי באקאנט פאר יודעי ומכירי ריר יאך נישט צו אינטער אכצן....
צוריק צום פלעי!
ווער גייט עקטן?
'סארא עולם 'עט גיין? ליפא גרופיס?
באלעבאטיש?
זענט איר באאיינפלוסט פונעם באזזז?
צו וועם מ'רעדט איז אדער אינוואלווד , אדער זיין קאזינעס א קאזינעס שוועסטערקינד דערינען
א קיצור, א סאך לעלוס און שוויצערס זענען העפטיג אינקלאדעד.......הויך יאמטעוו
קליינע קאפ;
קרעמער מיט נשמה'לע האבן קיין שייכות. ודו"ק. (נשמה'לע זינגט אויף שלמה'לע טעיפס... וועלכע שלמה'לע? שלמה ק. פון די ספירה טעיפ.).
נאך א זאך:
וואטש אוט יור לענגוויטש. איי דאונט וואנט טו העוו טו קריטיסייז יו עט אלל. סאו פליעז, דא מי עי פלעיווער (וועיפער) ענד קיעפ יורסעלף טו די תקנות הפורום. (והמבין יבין).
טיפע אנטשולדיגונג
דער רבי ז"ל טאכטער, נשמה'לע קארילבאך גייט דאווענען פאר'ן עמוד קבלת שבת פרייטאג צו נאכט'ס אין שוהל אנשי חסד, נוא יארק יצ"ו, דע הינדערדסטע גאס און וועסט ענד.
מוצש"ק וועט זי ווייטער מהנה זיין דעם עולם מיט נגינה כמנהג אבותיה. וכמובן וועט זיין חמין במוצ"ש.
אויך וועט מען דארט קענען קויפען איהרע סי.די'ס פאר עטוואס ביליגער.
נתפרסם לע"נ רבי שלמה'לע זי"ע
א קנעפל פאלט נישט ווייט פון רעקל.
אוי, אנטשולדיגט; א עפל פאלט נישט ווייט פון בוים!
אגב; געזען לעצטנס בשם כ"ק אדמו"ר הפני מנחם מ'גור זצ"ל, האט ער געזאגט ברוב ענוותנותו אז הגם עס איז ידוע אז אן עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, אבער אויב דער בוים איז זייער הויך, איז מעגליך אז דער עפל זאל אוועקפאלן ווייט דערפון. (נמשל: היות זיין טאטע דער אמרי אמת זצ"ל איז געווען אזא ריז בתורה ויראה ומעשים טובים, איז יא מעגליך אז ער - ברוב ענותנותו - זאל אוועקפאלן).
talking about apples i luv green apples mmmmm
where did this "eshkol" derkeiklt?.....oy vey
און אז מען רעדט פון עפל, וויאזוי זאגט מען גיב מיר אן עפל אדער גיב מיר א נעפל?
א קנעפל.
פון דא האט זיך גענומען מיין טעות פון א קנעפל פאלט נישט ווייט פון רעקל...
בעצם איז דאס דאך נישט אלעמאל אמת, ווייל עס ווענדט זיך ווי שטארק דער רעקל האט געשמייכלט איידער ער האט אויסגעשאסן... ודי למבין.
אגב; אין גור פלעגט מען זאגען: מען זאל אזויפיל עסן ביז דאס קנעפל זאל זיך אפרייסן פון רעקל, און מיט אזא קראפט אדורכפליען דאס פענסטער אזש אז דאס לעכל אין גלאז זאל זיין קלענער פונעם קנעפל!...
און אז מ'רעדט שוין פון גור און פון עסן;
דער אלטער גערער רבי דער אמרי אמת האט געזאגט אז צוויי זאכען האט ער אכטונג געגעבן אויף די אינגע יארן: שלאפן ווינציג, און עסן אסאך. אויף דער עלטער האט ער אויף ביידע זאכען חרטה געהאט, ווייל ער וואלט געברויכט שלאפן נאך ווינציגער, און עסן נאך מער. כדי ער זאל האבן מער כח אויף די עלטערע יארן.
(געזען אין א ספר בשם אדמו"ר מ'קאסוב ירושלים שליט"א)
רעדענדיג פון גור, איך בין אמאל געווען דארט אויף א קידוש, זיי געבן דארט הערינג מיט הארטע אייער או ס'איז דא דערין טאמעטאס,זייער געשמאק און בא'טעמט
ברשותכם הכבודה, וועל איך מאכן א לאנגע שארטקאט...
צוריק צום פלעי גייען מיר אצינד,
טייערע חבירים קומטס מיט מיר מיט,
(געזינגן מיטן ניגון הידוע ליודעי חן)
ווי קען מען זיך איינגעבן צו זיין א עקטאר? אדער אן עקסטרא?
ווי אזוי ארבעט דאס? כ'מיין מאלע איך ,כ'בין שוין צו אלט,אבער כ'קאן מענשן וואס 'עאן ווען געלאזט פלאנצן אן איבעריגס אבי צו קאנען ווירטשאפטן,
אויף א צווייטן מאל ווער האט אינפארמאציע אין גענעראל ווער? וואס? מיט וועמען? לאזט אייך הערן ביטע
דו רעדסט פון די נארישע היימישע שפילערייען, אדער וואלסטו געוואלט זיין דזשעימס באנד? (כ'הער אז זיי זוכן נאך א פאסיגן קאנדידאט).
דזעימס באנד איז נישט פאר מיר,איינס מברויך שערן די מארדע,זא זיי מסביר א איך בין שיין נאר דערמיט.....
אבער דזעסי דזשעימס ,פונעם ווילדן ווילדן מערב, נא מאלע
אין דעם 'עט איך ווען אריינגעביסן
אדער שפילן סתם אבי ווער, וואס כאפט געהרג'טע מכות םון סטאלאן אדער נארריס,אדער ווערט צו'מזיקט גלייך ביים אנפאנג
דאס על פי חשבון 'עט ווען געקאנט ארבייטן, הא?
אפשר וואלסטו געקענט זיין דער חרדישער אינגערמאן וואס טאני סאפראנא האט געסטראשעט ארונטערצושניידן די פריוואטע חלקים אויב ער 'גט' נישט זיין פרוי.
אגב;
מזל טוב פאר דזשעימס גענדאלפיני (טאני סאפראנא), ער האט זיך נעכטן געעלטערט אין פריידן. נעכטן איז געווען זיין געבורטסטאג.
דער סאפראנא כאראקטער, איז מי השתנה אקייגן אונזער אייגענעם מאיר לאנסקי, און אפילו בנימין סג"ל (המכונה באגזי בלע"ז)
איני יודע מה אתה סח. איך קען נישט די צוויי כאראקטערן וואס דו האסט דא ערווענט.
search on google
mayer lansky
and/or
bugsy siegel
2 smart ruthless vicious mafia kingpins
that were heimish yiddish'lich
אלרייט, כ'זעה דיין פינטל
posters all over the place,
and ticket lines like crazy
tickets are selling like hotcakes
i was looking to get a whole row and i couldnt anymore ,its nuts, ...p
נא וויזוי איז עס געווען?
i was there today on acont from 1 to 10 i give it a 6 the 1st 1 was alot better the songs where the only good part . lipe was almost very good but the rest was boring like iachzal was so stupid word 2 word from the first play (the 1992 play) .if ur abuv the age of 20 21 DONT GO......
אריין גענארט דעם עולם, ליפא איז נישט קיין גיטע עקטער, ער זינגט מוראדיג, אבער עקטען קען ער נישט, די גיטע עקטערס זענען געווען.
1. חיים יודא האפמאן
2.קאפי עלענבויגן
3. פיני פריעד
4.מרדכי הערש הערשקאוויטש
5.אבא ווינקלער
פרענקל איז געווען גאנץ גיט
לאמער הערן אייער מיינונג
al pacino, robert de niro,
זעענן מיינע בעסטע עקטערס,
הא קליינער קאפ?
oh my god
words are too poor to describe, the whole show was electrifying , i dont know about bush & iraq but talk about shock & awe , baby, the show rocked and shhhh dont tell no one but HOFFMAN stole the show , he was the star and LIPA looked like a supporting actor, more of a scene by scene analisyss after yom tov .....be'ezras hashem