היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות

קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1569350
בלאט: 1 2

nafcha » 16/9/2005 19:59

וואן פאטעיטא טו פאטעיטא טרי פאטעיטא פאר,

פייוו סיקס סעווען מאר.

קרעמער » 16/9/2005 23:48

פעדעקס;

אינימינידיקסאדיני איז שוין געשריבן געווארן באריכות אין איינע פון אונזערע לאנגע ארטיקלען. עיין שם.

אויך אוגידוגיסטעפרייטאוט

שלמה_זלמן » 18/9/2005 20:09

די פאלגענדע עפיזאד איז אן אמת'ע:

קינד א': מיין טאטע איז שטערקער פון דיין טאטע
קינד ב': א נא. מיין טאטע איז שטערקער
קינד א': מיין טאטע איז א פאליסמאן
קינד ב': מיין טאטע איז א סאלדזשער
קינד א': מיין טאטע איז א נאצי...

געהערט פון מיין קאזין וואס ארבעט אין א ספעשל עד סקול.

שלמה זלמן

jrelocate » 18/9/2005 22:56

ווער וויל שפילען קאגעלעך? איך קען ציען א חלק.
איזה ואיזה - חוץ.


א ניקל פירסט ענד לעסט שאט.

milk milk lemon aid around the corner.... איך געדענק נישט פינקטלעך

קרעמער » 19/9/2005 02:24

דזשו-רילאוקעיט;

אז מען געדענקט נישט ברויך מען צוריקגיין אין חדר אריין...

mefikel » 19/9/2005 02:48

וואו ווי, א חתונה מיט קאקאראוטשעס!!!

benkel34 » 19/9/2005 03:15

חאמערייזעל פיטערייל נא זאגטס פשט און דעם

benkel34 » 19/9/2005 03:28

אין טוילעט און אריין אין לאנד כנען
שופטים ושוטרים תתן לך מאכטס א ברכה קאקאריקאקא

benkel34 » 19/9/2005 03:43

נאך ריסעס פלען מיר שרייען -אין טוילעט און אריין אין לאנד כנען
געדענקט איר דאס? שופטים ושוטרים תתן לך -מאכטס א ברכה קאקאריקאקא

קרעמער » 19/9/2005 05:04

בענקל; שלום עליכם (טאקע א שבת/וויקענד בענקל)! טייל מעמבער'ס האבן זיך שוין נאכגעפרעגט אויף דיר היינט אינמיטן טאג.

סיי 'שופטים ושוטרים' און סיי 'חמור/אייזל' איז שוין באשריבן געווארן אין אונזערע ארטיקלן. סארי.

==

אלע קינדערלעך זעצן זיך אכאפ, אכאפ אכאפ אכאפ (מיטן באקאנטן נוסח, וואס עפעס א ירושלמי האט ערפינדן, און מען זאגט דאס טאקע מיטן ארץ ישראל'דיגן רי"ש).

==

וואס מיינט "ווער? לעקיש בער"? (איך מיין אז איינער האט דאס שוין ערווענט).

וואס מיינט "אפגעטאן אויף טערקיש"?

not2bz » 19/9/2005 17:17

מוידע אני לעפא נעכא מעלע חייווא קיאם שעהעך זארטא ביניש מאתי בחמלה רבה אמונא תיך סלה

מיר וואלט נישט געבאדערט ווען נאר די קונדער זאגען עס אזוי נאר די פראבלעם איז אז די מלמדים לערנען עס אזוי אויס

הוטסטאר » 20/9/2005 17:29

די לעגענדע אז רינג ארינג א ראזי קומט פון ע"ז איז שטותים והבלים איינער האט מיר יעצט געברענגט א צעטל פון ענגלענד וואס ער האט אויפגעפיקט און איינע פון די טוריזם פלעצער און דארט שטייט פשט אז פאר אפאר הונדערט יאר צוריק איז געווען א מגיפה און ענגלאנד און עס האט זיך אנגעהויבן מיט א RASH אויף די האנט און פארם פון א רונעכיגע רויז וכו' וכו' און די רפואה דערצו איז געווען אז מען לייגט אויף דעם אש או טאמער מען לייגט עס נישט איז מען אראפגעפאלן טויט
יעצט זינגטס ענק אלע אונטער די ניגון וועטס עטס זעהן אז די גאנצע ניגון שטימט כפתור ופרח
גענוג געווען נישט יעדער זאך וואס מען ווייסט נישט זיין מקור קומט פון ע"ז און טאמער מען זינגט עס גייט מען ווערן א קעצי ווען משיח קומט

קרעמער » 20/9/2005 17:52

הוטסטאר;

יישר כח פאר די אינפארמאציע. אפשר ביסטו אזוי גוט און דו לייגסט ארויף א לינק צו אט דעם צעטל אדער אינפארמאציע פון ענגלאנד???

אדער שרייבסטו איבער ווארט-פאר-ווארט וואס עס שטייט דארט.

ווייל איך כאפ נישט פונקטליך די תוכן פונעם ניגון, אפילו נאך דיין שיינע ביאור.

אגב; שלום עליכם! נאדיר א גלעזל וויסקי

nafcha » 22/9/2005 01:56

ביי אונז פלעגט מען זאגן,
ביי ביי קארעלע קענסט דיך נישט אריינכאפען לאלאלא קישקיש

בןהרחמן » 22/9/2005 19:38

ווי עס קוקט אויס איז דא א מחלוקת הפוסקים צו דער ניגון האט טאקע א שייכות צו די מגיפה אין ענגלאנד וואס הוטסטאר האט דערמאנט, עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן עס באציט זיך טאקע אויף דעם אנדערע טענה'ן אז דאס איז סתם א נארישע ניגון וואס מען האט נאכדעם צוגעלייגט פשטים דערצו, דא האט איר עטליכע לינקס וואס רעדן פון די ניגון, וועסט דארט אויך טרעפן עטליכע שינוי נוסחאות פונעם ניגון.

http://www.niehs.nih.gov/kids/lyrics/rosie.htm

http://www.snopes.com/language/literary/rosie.htm

http://www.librarysupport.net/mothergoosesociety/rhymes/ringaround.html

ביי די וועי זעהט מען ביי די ניגון אויך וויאזוי עס איז פארענגלידישט געווארן דאס זינגן 'רינגע ראנגע ראזי', וואס עס קומט באמת 'רינג אראונד עי ראוזי' אדער 'רינג עי רינג אה'ראוזעס' אדער גאר 'ראונד עי רינג אף ראוזעס',

קרעמער » 22/9/2005 19:46

יישר כח בן הרחמן;

איך האב געוואוסט אז איך טוה ריכטיג ווען איך האב דיר מכבד געווען נאכצוזוכן די זאך.

==

קינדערישע גערעדאכץ:

אלע גארבידזש-מענס זענען מאפיא'ס... בפרט די מיט די גרינע בענדלעך ארומגעבינדן אויפן קאפ. זיי קענען אריינווארפן קינדערלעך אין די בעק פון די טראק און זיי אראפ'פלאש'ען...

אוי פלעגן מיר ציטערן.

יענטאאש » 23/9/2005 14:43

'מעשיגע מעטארע'.....

אדער ווי די מיידלעך פלעגן עס בעסער אויסציען 'מעשיגע מעטארעהעהעהעהע'.......!!!...

(נ.ב. עס קען זיין אז דאס באלאנגט אויך ביים אשכול 'וועלטס טעותים', איינער ווייסט וואס עס מיינט 'מעטארע'..)

(אנטשולדיגונג: ס'קען זיין אז איינער האט דאס שוין אויפגעברענגט דא אין דעם אשכול, כ'האב נישט געהאט קיין געדולד דורכצוגיין די גאנצע. ואתכם המחילה.)

קרעמער » 23/9/2005 15:53

יענטאאש;

ניין! דו ביסט דער ערשטער אויפצוברענגען דעם נושא פון משוגע מעטארע.

ביי אונז פלעגט מען צולייגן דערצו: כי לעולם חסדו.

יענטאאש » 23/9/2005 19:30

שוין אויב עס גייט מיך יא גוט, לאמיר טרייען ווייטער:

קוקו.... (ווען מען זעט זיך צב"ש דורך א פענסטער.)

פיקעבו..... (בערך די זעלבע בחינה ווי קוקו...)

Average » 23/9/2005 21:14

יענטאש: פאר דיין ווערק איבער "אברהמ'עלע מלמד



די אנדערע וואך ביים אנטאפן די לעכט, האב איך דיך דערמאנט פון די וויכיח וואס די שעלסט אראפ, איך האב אזוי אונטערגעלאכט אויפן קול.

מיין פרוי, שטייענדיג דערביי שאלטערט תיכף אויס דאס וואקוים מאשין, און פרעגט: וואס גייט פאר?

איך האב געמוזט בארגן מיין שכן'ס אפיס, ווי איך האב נאך איידער כניסת שבת ארויסגעדריקט דאס שטיקל.

שבת צופרי נאכן דאווענען, האט מיין שווער און שוויגער (זאלן זיך מיעהן) אפגעשטאט א סופרייז באזוך, לכבוד די בעפארשטייענדע אפשערן פון מיין צווייטע.

דער שווער, נישט זייענדיג צוגעוואונט צו די "היינטיגע לצים", האט זייער הנאה געהאט.

"לצים" ברומט ער זיך אונטער פינעף מינוט נאכן אפלאכן, נישט גלייבענדיג אז ערוואקסענע קענען אפי' אראפברענגן אויף די לעפצן די "אברהמ'עלע מלמד" ניגון, וואס דרך אגב ער האט זייער גוט געדענקט.

א גוט שבת.

תוקן על ידי - average - 23/09/2005 21:13:44

mefikel » 27/9/2005 23:54

יעצט דערמאנט.....


"טאטי, אויף אפיקומן וויל איך באקומען 'וואקי-טאקיס'" (2 WAY RADIOS(

-מוישי, איך האב נייע 'וואקי-טאקיס' וויסט שפילן?

-יא

-אקעי, נעם דעי. הערסט מעך? הערסט מעך?

-יא! יא!

-יעצט? יעצט?

-לייג עס נישט אזוי נאנט צום מויל!

-אקעי, יעצט? יעצט?

-קום נענטער!

-פפאאאאא (ס'פייפט)

jrelocate » 30/9/2005 17:49

אלע גויעם אין חדר הייסען קאמי

בענעדיקט16 » 30/9/2005 18:51

גם אני אענה את חלקי

לאכעלע וויינעלע

לאכעלע וויינעלע

לאכעלע וויינעלע

mefikel » 30/9/2005 18:59

-איך בין בכלל נישט נייגעריג!

ניין 'נעבעך-נישט'!!!

בענעדיקט16 » 30/9/2005 19:01

ביסט א נעב

יענטאאש » 30/9/2005 21:09

ביזט א גראבע 'פעצאו'.

בענעדיקט16 » 30/9/2005 22:13

ראולי-פאולי

יענטאאש » 2/10/2005 15:46

יואלי: משוגענער....
מושי: וואס דו ביזט יא און איך בין נישט.....

-------

יואלי: או יעס....
מושי: או נאו.....
יואלי: או יעס....
מושי: או נאו.....
יואלי: או יעס....
מושי: או נאו.....
יואלי: טויזענט מאל או יעס.....
מושי: מיליאן מאל או נאו.....

gitmeshuge » 2/10/2005 19:06

שופטים ושוטרים תתן לך, קרייט שוין די האן קוקיריקו...

gitmeshuge » 2/10/2005 19:16

ריגעלע ריגעלע ברוגז, מיר זענען געוען ברוגז, ריגעלע ריגעלע ריג, מיר זענען מער נישט צוקריגט..

ציפי ציפי סאסא, ציפי ציפי סאסא, בלרעללעללע,, בלרעללעללע

TOTHETHING » 5/2/2006 21:17

TEST

צייטליך » 6/2/2006 00:10

הערט א מעשה:

ברוך:   לייג צאם דיינע צוויי הענט

שלמהלע:  [האלט צוזאם געלייגט ביידע הענט]

ברוך:   מאך אויף די לעדל [מיינענדיג ער זאל אויפמאכן די הענט]

שלמהלע:   [מאכט אויף די לעדל]

ברוך:   נעם ארויס די שערל

שלמהלע:   [מאנאווירט די הענט ווי גלייך ער נעמט ארויס א שערל]

ברוך:   שנייד אפ דיין נאז..

שלמהלע:   [מאנאווירט די הענט מיינענעדיג אז ער שנייד אפ זיין נאז]

ברוך:   מאך נאכאמאל אויף די לעדל

שלמהלע:   [טוט נאכאמאל די זעלביגע]

ברוך:   נעם ארויס די בשמים

שלמהלע:   [בקיצור, נא,ער נעמט שוין ארויס די בשמים]

ברוך:   שמעק עס....

שלמהלע:   [שמעקט עס..]

ברוך:   הא הא הא........וויזוי קענסטו שמעקן האסט דאך אפגעשניטן דיין נאז......? ? ? הא הא


אייזינע קשיא. כ'זיך נאך אלץ א תירוץ....
 

גראף » 6/2/2006 02:00

[בילד – נישט אפגעהיט]צייטליך
איך האף אז דו האסט זיך נישט איבערגעשטרענגט...

טאמער יא, עפן אויף די לעדל און נעם ארויס א פאטשיילע און וויש זיך אפ די שווייס [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 15/2/2006 18:23

...חוזק אין די לענג, חוזק אין די ברייט...

...חוזק ליגט אין בעט...

סאטמורי » 6/3/2006 08:50

מאמע: מוישי.א גוטן טאג. וויאזוי איז געווען אין חדר?
מוישי: מיין רבי האט מיך געשלאגן
מאמע: פארוואס?
מוישי: פארפלעין!  מיין רבי האט מיך פיינט!!

mefikel » 7/3/2006 19:47

-טאטי, א יעדן טאג שבת, יא? אָם,אָם, גיי איך שוין און שול, אמת?
-יא!
טאקע! לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!

יענטאאש » 14/3/2006 08:46

דער 'קעניג' פון חדר פארן 'נעב' ווען ער פרובירט זיך אריינצומישן ביי די צוגרייטונגען צום 'פורים סעודה': גיי דיר אוועק פון דא! 'פיצחו!..... פיצחו ורננו וזמרו!'............

קרעמער » 15/3/2006 18:47

יענטאאש;
איי דאונט בעליוו איט, דו ביסט דא געווען אום פורים??
באמת איז מיר נישט קיין וואונדער, ווייל רעדנדיג צו דיר בעצם היום האב איך שוין דערשמעקט אז דיינע וויינען טויגן עפעס נישט...

קרעמער » 15/3/2006 18:49

איימסארי, יעצט באמערק איך אז דו האסט דאס שוין געשריבן אסתר תענית אויפדערנאכט, נאך איידער דו האסט פרובירט אפילו צו טרונקן.
לאמיר דיר איבערבעטן, אפשר האט דיין וויין צום סוף יא עפעס אויפגעטאן אויף דיין מח'ל.

mefikel » 28/6/2006 22:24

יעצט אז ס'רעגנט אינדרויסן (איך_הער?) האב איך מיך דערמאנט פון דעם באקאנטן ווארימען זמר: (גיוו מי הארמאני, פליז)

ס'רעגנט, ס'גיסט,
די אלטע באבע היסט.

ס'קומט א פליעס,
 און ער געט א שיס
!

בןהרחמן » 28/6/2006 22:35

איך קוק ארויס אויפן הימל איך זעה נישט קיין טראפן וואסער

איך_הער » 28/6/2006 23:55

זאג מיר אויס, כעל פאר קיינעם נישט פארציילן ,
זאגסט מער צו ? ,
יא איך זאג דער צו ,
צוצוצו ? ,

mefikel » 29/6/2006 00:21

בעני, איף דיס איז די קעיס, היסט טאקען נישט די באבע!

איך_הער » 29/6/2006 01:19

ודברת בםבע ( העהעהעהעה) שבתך ובתיך וכלכתך בדרך וכשכבך וכקומיך ........ וכתכתם על מזוזות בתיך ובשאריך ,

אדונו לם אשר מלך ...... לבדו יכלוך נורא .

ווען יעדער איז שוין אין בעט , הערט מען מאאאאאאאאאאמי מאאאאאאאאאמי ,
יא וואסיז ,
איך דארף צו טרינקען , איך בין זייער דאשטעריק ( מיט א פתח ),
מ'האט שוין געהאט ביי סאפער ,
אה נאו איך האנאך קיינמאל נישט געהאט , קיין ציטרינקען ,
אקעי , גיי נעם אביסל וואסער , און לויף שנעל אריין אין בעט ,
מאמי ,
( מיט אייזערנע נערווען ) יא ,
אמת איינמאל שוין לאנג צוריק מארגן , בין איך געווען ביים דאקטער ?
דער דאקטער האט מיר געגעבן א סטיקער , אמת מאמי ?
יא , אבער יעצט איז שוין שפעט , גיי שיין שלאפן ,
אבער כא פארלוירן דע סטיקער און איך זיך עס נישט ,
גיי שנעל שלאפן אין מאמי וועט עס אויפזיכן ,
איך דארף יעצט , יעצט מאמי ,
אסטא קוטשיא פייעא נעקי , גיי שוין אריין אין בעט ווייל אז נישט רוף איך טאטי צו דיר ,

דן_25 » 29/6/2006 02:22

מפוקל,

במחילת כבוד מפוקלך הרמה, די גראמען פון ס'רעגנט ס'גיסט שטייט שוין אין דעם אשכול אויפן ערשטן בלעטל,
איך פארשטיי אז ס'האט זיך דיר פארגלוסט ארויפצוברענגן אויפן אויבן אן דיינס אן אשכול, אבער נעקסט טיים טרעף זאכן וואס איז נאכנישט געשטאנען דא.

mefikel » 29/6/2006 17:49

דן,
 
איך האב דאך וועגן דעם געזאגט די סיבה פארוואס איך ברענג עס ארויף
 
מיז זיין אז דו דרש''נסט נישט טעמא דקרא, נישט ווי ר'' שמעון, מיט דעם קען מען מסביר זיין דעם פסוק "דן ידין עמו" ווייל אז מ''דרש''נט נישט טעמא דמפוקל איז מען דן במדת הדין.
 

שמעק_טאביק » 29/6/2006 23:41

איך האב יעצט איבערגעליינט דעם ערשטן מאל דעם אשכול... אוי האב איך געלאכט, ספעציעל פון יענטאאש'נס קשיות אויף אברהמ'עלע מלמד...

יענטאאש, דו ביסט עקסעלענט!

בכלל האט מיך דא יעדער דערמאנט קינדערישע זכרונות, אוי מי יתן לנו ירחי קדם... ס'בענקט זיך צוריק צו די קינדערישע תמימות....

אגב, יענטאאש, וויל איך איינע פון דיינע זאכן מתקן זיין:
דו האסט געשריבן:
     > יואלי: משוגענער!
     > מושי: וואס דו ביסט און איך נישט....
 
לויט ווי איך געדענק גייט דאס אזוי: (הערה: אין מיינע צייטן זענען נאך נישט געווען קיין יואל'יס)
יואלי: משוגענער!
מושי: וואס דו ביסט!
יואלי: נישט!
מושי: אמאל געווען אבער יעצט יא!
עכדה"ק.

whats_up » 29/6/2006 23:52

שמעק_טאביק,

אי וואלט געזאגט אלו ואלו דברי ..... חיים, סיי די און סיי יענטאאש זענען גערעכט.

קרעמער » 30/6/2006 02:10

טאבאק;
 
יא, האסט א גוטן שמעק, ''אברהם''לע מלמד'' איז א קלאסישע יענטאאש ארטיקל, עס איז געווען פון צווישן די ערשטע וואס ער האט ארויפגעלייגט ביי אונז אין קרעטשמע, און ווערט גערעכנט פון די TOP FIVE אויף זיין בלאג...
 
זעה YENTASH.BLOGSPOT.COM
בלאט: 1 2