באמת איז דאס א שווערע פראגע, און די וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו אזא מצב מיינען אז זיי קענען דן זיין דעם עושר און אפמאכן אז כך וכך דארף ער אוועקגעבן און אז ער געט אוועק צו ווייניג, אדער גאר באקומט ער דעם נאמען אין שטאט אלס א קארגער. דער עושר פון די אנדערע זייט טראגט גאר אן אנדער בילד איבער דעם און האלט אז ער האט זיך אנגעפלאגט זיין גאנץ לעבן נישט כדי דער שנארער וואס האלט נישט ביים ארבעטן זאל אים דאס אזוי איינס צוויי ארויסשלעפן פון זיינע הענט...
אוודאי איז נישט אידישליך אזוי צו טראכטן, ווייל מיר ווייסן דאך אז דער עושר איז בלויז איינער וואס האלט אין זיינע הענט א פקדון וואס ער דארף געבן פאר די וואס נויטיגן זיך דערין. אבער וויפיל איז דער שיעור? וויפיל דארף ער טאקע אוועקגעבן און אויסליידיגן זיינע באנק אקאונטס?
מען קען, דאכט זיך, נעמען די ווערטער פון ריש לקיש אלס א ביישפיל, וואס האלטנדיג הארט איידער זיך געזעגענען פון דער וועלט האט ער געפרעגט זיין טאכטער וואס ער האט איבערגעלאזט אין שטוב און הערנדיג אז ער האט גארנישט איבערגעלאזט נאר עטליכע ירקות האט ער געליינט אויף זיך דעם פסוק: ועזבו לאחרים חילם (אין די ווערטער פון די גמ': כי נח נפשיה שבק קבא דמוריקא קרא אנפשיה ועזבו לאחרים חילם. גיטין מז.).
פון די גמ' קען מען ארויסלערנען עטליכע נקודות. צוערשט קען מען פון דעם ארויסלערנען אז ווען איינער בעט פון א צווייטן א טובה און קען עס אליינס טון איז גאר קיין מצוה אים דאס צו טאן, ווייל אנדערש וואלט מען געקענט פרעגן וואס האט זיך ריש לקיש אזוי געערגערט? ער האט דאך פארשפארט פון זיין טאכטער (וואס איך גלויב איז שוין אויך געווען בא בשנים) אז זי זאל זיך דארפן מטריח זיין. און אזוי קען מען ארויסדרינגען פון דעם אז וואס ווינציגער מען לאזט איבער אויף דער וועלט אלס בעסער איז.
קומט מיר נישט יעצט פארדרייען קיין קאפ אז מען דארף איבערלאזן דאס עשירות פאר די קינדער כדאי אז נאך די הונדערט און זעכציג זאלן זיי קענען מנדב זיין און אויפבויען גרויסע בתי מדרשים לעילו נשמתם, ווייל א פעני וואס מען טיילט אוועק בחייו איז פיל מער ווי טויזנטער דאלארן וואס מען געט לאחר פטירתו.