נייע "היימישע" ישוב אין די מאונטענס
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1566012
מיט גרויס פרייד קענען מיר מעלדען אי"ה אז גאר בקרוב גייט געבויט ווערען א נייע "היימישע חסידישע ישוב" אין די קעטסקיל מאונטענס ממש אין די געגענעט פון אלע היימישע קאנטריס ווי מער פון צוויי חדשים א יאהר איז פיהל מיט אלע היימישע קעמפס, קאנטריס, בתי מדרשים, מקוואות, געשעפעטן וכדומה.
עס איז נאך צו פרי צו שרייבען פונטקליכע פרטים וד"ל. אבער ביז אפאר וואכען וועט געמאלדען ווערען אלע פרטים.
======================================================
ווי איעדער פארשטייט איז די מצב פון "דירות" (נישט הייזער...) ממש נישט אויסצוהאלטען.
אין בארא פארק איז מיטאמאהל דא ווי זיך אויסצושפרייטען. אונטער א מיליאן דאלאר באקומט מען גארנישט.
אין מאנסי... יא... פאר $650 קען מען אפשר באקומען א פערציג יעריגע הויז, אריינלייגען נאך א הונדערט אלפים און צאלען צען אלפים פראפערטי טעקס א יאהר. דאס איז שוין נישט קיין גוזמא. מיט צעהן יאר צירוק האט מען נאך געקענט קויפען די שענסטע הויז אין מאנסי, אבער נישט היינט. "אויסערען געגענט" ווי למשל Upper Saddle River קאסט שוין היינט א הויז איבער זעקס הונדערט טויזענט.
די איינציגסטע פלאץ ווי מען בויט נאך איז וויליאמסבורג. און יא... פאר א האלבען מיליאן באקומט מען אויפען פערטען שטאק ווייניגער ווי 2,000 square feet נישט מיט פענסטער אין אלע שטובער, אסאך שכנים אויפען קאפ, אהן א שטיקעל לאנד... בעק יארד וכדומה, דאס הייסט נישט געלעבעט.
======================================================
א היימישע משפחה וואס רובם ככולם האבען גרויס משפחות דארפען א שיינע ליכטיג הויז. נישט קיין פענסי הויז מיט לוקסוס, נאר א גרויסע ליפטיגע הויז:
- לכל הפחות 6-7 בעדרומס
- פענסטער אין איעדע שטוב
- א גרויסע Play Room וואס איז א must! דאס האלט זויבער און רואיג די גאנצע שטוב. מען פארמאכט די אויפגעווארפענען שפיל צימער און שלום על ישראל.
- א "גרויסע" Laundry Room נישט קיין Laundry Closet. א laundry room דארף האבען א גרויסע "הויכע ברייטע" טיש (counter) צו צאמלייגען וועש, אריינגעבויטע Laundry Racks פון פארשידענע הויכקייט אויסצוהענגען וועש וכדומה. די היימישע בעל הבת'יטע פארברענגט דאך אסאך שעות דארט...
- א פסח קאך
- א ספרים שטוב ווי די טאטע קען האבען אביסעל הרחבת הדעת
איך רעדט נישט איצט פון אביסעל Extras ווי למשל:
- א Built In סוכה
- א garage ווי מען קען עפעס פאריכטען וכדומה.
======================================================
מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעהם ווילאמסבורגער-בארא פארק געדרענגט אז מיר ווייסען שוין נישט וואס מיינט לעבען נארמאהל פאר א סאך ביליגער!
די שטאט ניו יארק איז קלאר א "ארץ אוכלת יושביה!" עס איז געמאכט אדער פאר אינגע single hippies אדער פאר גאר רייכע מענטשען וואס קענען זיך ערלויבען צו וואוינען אויף Park Ave און צאלען פאר א Nanny און פאר אלע זייערע פריוואטע Health Clubs.
ניו יארק סיטי איז נישט אויסגעהאלטען בגשמיות וברוחניות...
======================================================
באמת טוען שוין עסקנים א לאנגע צייט אין דעהם. די מערסטע באקאנט איז דאך די "איחוד הקהילות". עס קומט זיי גאר א סאך קרעדיט.
נאר פארוואס איז נאך גארנישט געווארען....? איך וויל נישט רעדען ווייל אפשר גייט זיך עפעס מאכען גאר בקרוב. זיי לייגען באמת אריין אסאך ארבייט לטובת הציבור.
צירוק צום פוינט... מבינים זאגען אז א נייע ישוב איז שווער אהנצוהייבען מיט פינעף טויזענט דירות. עס איז נישט דא די פלאץ פאר דעהם within 2 hours of NYC און ווי יא דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם אז די לאקאלע איינוואוינערס "ברויכען אונז נישט האבען".
======================================================
די קאנטרי געגענט...
אלע מבינים און עסקנים זאגען אז sooner or later וועט ווערן א נייע ישוב אין די היימישע קאנטרי געגענט. פארוואס...?
- אלע היימישע מוסדות און קהילות פארמאגען דארט "לאנד".
- זייער אסאך בעלי בתים האבען דארטען Winterized Weekend Homes
- עס איז דא אסאך "פרומע" אידען דארטען שוין א גאנץ יאר
ווי למשל, ישיבה פון South Fallsburg, וויזניץ, ועוד ועוד ועוד. עס איז דא א פרומע קהלה און וואודרידש בערך 5 מינוט פון ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א'ס שוהל. עס איז דא א הערליכע אידישע קהלה שוין פאר יארען לאנג אין עלענוויל, ועוד.
נאר וואס דען... עס וועט נישט זיין איין "גרויסע" ישוב פון 5,000 הייזער. עס וועלען זיין קלענערע דעוועלפאמענטס פון בערך 300 הייזער אויף איין פלאץ. איעדע הויז וועט זיין אויף בערך איין אקער לאנד.
======================================================
עס ווערט יעצט גאפלאנט פיר נייע דעוועלעפענטס אין די היימישע קאנטרי געגענט, וואס איעדע פון זיי וועט זיין אפאר הונדערט שיינע רחביות'דיגע הייזער. איעדע דעוועלאפמענט פאר זיך וועט זיין ווי א "געגענט", מיט זיין אייגענע ביהמ"ד, גראסערי וכדומה. אלע דעוואלאפמענטס וועלען זיין גאר נאנט איינס צום צווייטען ווי למשל צוויי געגענטער אין מאנסי.
די ערשטע ישוב וועט ענטהאלטען בערך 300 הייזער.
די גאנצע נייע ישוב איז אזוי אויסגעשטעלט פאר די באדערפעניש פון א היימישען שטעטל. די הייזער וועלען אלע געבויט זיין אין זייטיגע שטילע געסלעך. פון פארענט וועלען זיי אלע זיין נאנט אזוי אז ווען מען וויל גיין בארגען פון א שכן וכדומה.
די קהל'ישע בנינים ווי די ביהמ"ד, מקוה, תלמוד תורה, גראסערי סטאר וכדומה וועלען אלע זיין אין צענטער פונעם ישוב נישט מער ווי פינעף מינוט וועג צו גיין.
======================================================
די הייזער צו פארקויפען:
די הייזער וואס מען גייט בויען וועלען זיין געבויט שיין, גרויס און רחבות'דיג. אלעס וועט זיין אזוי אויסגעשטעלט אז עס וועט זיין א הרחבת הדעת.
די פלענער זענען צאמגעשטעלט געווארען פון די בעסטע ארכיטעקטס אין דעהם געביט. גרויסע מומחים האבען געלייגט א גרויסען דגוש, נישט אזוי ווייט אויף לוקסוס וואס קומט נישט צוניץ ווי אויף עס זאל זיין שיין, גרויס און ליכטיג, איש על מחנהו ואיש על דגלו.
======================================================
ווי שוין געשריבען איז צו פרי צו שרייבען מער פרטים וד"ל. מיר וועלען אי"ה שרייבען מער פלענער ביז א פאר וואכען.
וואס וועט געשען אויב עס וועלן יא אדורכגיין דארטן די קאסינאס ח"ו?
דעמאלטס וועט מען גיין זוכן א פרישן ישוב?
(אפשר וועט מען דעמאלטס "אנטדעקן" וויליאמסבורג...?)
בארא_פארק
א ווי עס גייט די שפריך ווארט
פון אייער מויל צו גאט'ס אויערן
אבער כסף מנלן? אז מען וואוינט עטליכע שטונדען פון שטאט ווי וועט דער עולם גולם טרעפן א דשאב...
תוקן על ידי - rotzer - 12/09/2005 4:19:12
אז ס'וועלען זיין קאסינאס וועט מען זיך איינהאלטען און נישט אהינגיין!
וועם וועט מען אריינלאזען אהין, נאר שטריימל אידען?
איך האב באקומען אסאך אהנפראגעס אין אישי...
קודם כל קען איך נאך נישט צופיהל שרייבען וד"ל. אבער ביז בלויז בערך פיר וואכען וועט מען קענען אי"ה שרייבען אלע איינצעלהייטען.
בנוגע די קשיות:
עס איז צו ווייט פון די שטאט:
יא, אויב האט איהר א job אין די שטאט וועט זיין שווער צו זיין אויפען ראוד איעדען טאג 5 שעה. ממילא, די ערשטע פאזע הייזער זוכען מיהר (און מיר האבען שוין אסאך) מענטשען וואס קענען ארבייטען פון שטוב (אינשורענס בראוקער, טרעוועל אגענט, אי בעי סעללער וכדומה), בעלי בתים וואס וועלען ברענגען פאבריקען קיין מידעלטאון אדער מאנטיסעלא און קענען געבען פרנסה פאר פינעף זעקס אינגעלייט, ווי אויך געשעפט איינגעטומער (גראסערי וכדומה). ווי אויך וועלען מיר האבען כלי קודש, מלמדים, מורי הוראות וכדומה.
די ערשטע group פון משפחות מיט וועמען מיר ארבייטען יעצט איז בערך 30 פראצענט כולל אינגעלייט, 10 פראצענט כלי קודש, 50 פראצענט אינגעלייט מיט בעלי בתים וועלכע וועלען האבען די ארבייט "אין שטוב" אדער וועלען ברענגען זייער איצטיגע אדער אויפמאכען א נייע ביזנעס "אין געגענט" (נישט אריינפארען קיין ניו יארק סיטי, נאר קיין מידעלטאון, מאנטיסעלא וכדומה".
עס איז דא א הערליכע אידישע קהלה אין עלענוויל שוין באלד הונדערט יאר.
http://www.ezrathisrael.org/יארען לאנג האט דארט משתמש געווען ברבנות די באקאנטע "ראביי אייזנער" ז"ל.
זיי זענען ווי א קהלה פון דערהיים. האבען א רב, חזן, מקוה טהרה און אפילו א בית החיים. זיין זענען אינגאנצען זעלבשטענדיג.
לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי נישט קיין בעסערע מענטשען, זיי זענען mostly blue collarארבייטער, נישט קיין professionals. זיי פארען נישט קיין ניו יארק סיטי פאר jobs, זיי זענען אלע locals. בקיצור, די זעלבער ווי רוב חסידים (איך מיין נישט אין אידישקייט... זיי האבען זייער דרך וואס זיי האבען, איך מיין צו זאגען בנוגע jobs זענען זיי ווי די חסידים, ביטע קומט מיר נישט מיט שטותים אז זייערע קינדער שפילען ball אין gym). נו... פארוואס דארפען מיר זיין געשטראפט? ווייל מיר זענען חסידים? פאקט איז אז פארען חסידישען וועג פון לעבען, סיי בגשמיות און אוודאי ברוחניות איז א שטעטל לעבען אסאך מער צוגעשטעלט.
בנוגע קאסינאס:
די קאסינא איז לכל הפחות 5-10 מייל צו "רוב" קאנטריס (כאפטס מיר נישט ביים ווארט, עס קען זיין איינצעלנע נענטער), און אסאך ווייטער צו כמעט אלע קאנטריס. נו... אויב האט איר א געמבלינג פראבלעם, קומט טאקע נישט אהער ווייל מיר וועלען אייך נישט קענען אפהאלטען. אבער אויב האט איהר א "יצרו תקפו" פראבלעם דאן וואינט נישט אין ניו יארק סיטי. די שטאט איז דאך פיהל מיט אלע תועבות...
עס איז כדאי אהנצומערקען אז די מאונטענס איז שוין פיהל מיט מער פון טויזענט "ווינטערייזט זומער האומס". זענט איהר אמאהל געוועל אין וואלמארט ערב שבת חנוכה אינמיטען ווינטער? פיהל מיט "היימישע" אידען.
Constructive Critic איז אייביג welcome, אבער ביטע נישט שרייבען סתם שטותים.
עס איז פארשטענדליך אז נישט איעדער איינער קען מופען צו א נייע ישוב. מען הערט אסאך "עס איז צי ווייט". איז די פראגע "צו ווייט פון וואס"? גרינ'ס פיצא סטאר? דודי'ס עלעקטראניס? עס איז א נייע היימישע ישוב וואס וועט האבען "אלעס" וואס מען דארף אויפציצוען ערליכע אידישע דורות ברוחניות ובגשמיות.
- עס וועט זיין א ישוב וואס אלעס וועט געטוהן ווערן "על פי תורה".
- עס וועט זיין א ישוב פון רואיגקייט מיט ישוב הדעת.
- עס וועט זיין א ישוב געבויט לויט אלע געזעצליכע רעגולאציעס.
- עס וועט זיין א ישוב ווי איעדע הויז וועט זיין אויף לערך איין אקער לאנד, איש על מחנהו, ואיש על דגלו.
- עס וועט זיין א ישוב ווייט פון די אומריינע לופט פון די שטאט.
- עס וועט זיין א ישוב גענוג נאנט אז אויב וויל מען קומען פאר א שבת, שמחה וכדומה איז עס נישט אין די הרי אררט.
בקיצור... ווען די אידענע וועט שניידען צוויבעל וועלען נישט אלע שכינים וויינען.
תוקן על ידי - בארא_פארק - 12/09/2005 16:06:04
הלואי בארא פארק, לו יהי כדבריך...
דער מצב פון דירות אין כמעט אלע היימישע געגנטער איז אומדערטרעגליך, נישט קיין דירות נאר לעכערלעך פארקויפט מען פאר טייער געלט, און וואויל פאר דעם וואס וועט דאס קענען דורכברעכן.
אבער מ'דארף זיין רעאליסטיש, נישט מיט די קאפ אין וואנט אריין.
עס זענען דא עטליכע וויכטיגע אישוס וואס דארפן ערלעדיגט ווערן בעפאר מ'טראכט פון אנהייבן אזא אונטערנעמונג ווי מוסדות התורה, (נישט איין ת"ת און איין מיידל סקול, וואס וועט נישט קענען אויסארבעטן אפילו צווישן מענטשן פון זעלבן קרייז, עס דארף זיין עטליכע סטאנדארטן) בתי מדרשים ומקואות, באס טראנספארטאציע צו מאנרא, מאנסי, וומסב"ג ב"פ.
צום ערשט כמובן דארף מען זעען צי איז דא במציאות אזויפיל אידן זאלן קענען האבן דארט פרנסה. קרית יואל האט נאך היינט הונדערטער אינגעלייט וואס פארן יעדן טאג שעה'ן קיין ברוקלין און מאנהעטען להביא טרף לביתם. יעצט אז קרית יואל איז שוין "ריזיג" איז נאך אלס נישטא גענוג פרנסות פאר זיי אין די גאנצע אראנזש קאונטי אומגעגענט. אויב מופט מען ארויס אן א חשבון פאר די אלע אידן אויף פרנסה (אפילו ווען זיי גייען שוין ארויס פון כולל..) איז שייך צו זאגן בדרך אפשר, עס זאל ח"ו נישט פאסירן ביז אפאר יאר - אז אזוי ווי מ'קומט פון ארץ ישראל גאנצע עראפלאנען נאך געלט קיין ניו יארק, וועלן קומען באסעס נאך געלט פון די אויסלענדישע מאונטענס אידן צו די רייכע ברידער קיין ניו יארק סיטי??
(ח"ו היל"ת)
שנית- וויפיל קאסט היינט צוטאג צו הייצן א טיפישער בארא פארק אדער וויליאמסבורגער קאנדאמיניום, וועלכע שטייט מיט הייזער פארשטעלט פנים ואחור, הויכע הייזער קעגן איבער די גאס, הונטערן הויף איז די בעק פון אנדערע הייזער, און דער הויז איז אינגאנצן באהאפטן איין הויז צום צווייטן, אדער סעמי עטעטשד, מיט א שכן פון אונטן און פון אויבן וועלכע הייצן אויך די דירות?? זיי דאס מברר.
אצינד, נעם א קאלקיולעיטאר און רעכן אויס: אין א פלאץ ווי די קעלט גרייכט צומאל צען און צוואנציג גראד פארענהייט אונטער די ניו יארק סיטי טעמפעראטור (מיט די ווינד-טשיל), און דערצו זענען די הייזער בדרך כלל האלץ, נישט דאפלט ציגל ווי אין ברוקלין, און די הייזער זענען אפען פון "אלע ארבע רוחות". רעכן ביטע אליין אויס וואס די הייצונג בילס וועלן קאסטן.
דערנאך הייבט זיך אן מיט הוצאות טראנספארטאציע, מ'גייט בשום אופן נישט אפהאקן מיט די משפחה אין ניו יארק! עס וועט בדרך הטטבע אין 21'סטן סענטורי נישט פאסירן. פארשטענדליך, נישט יעדער וועט אריינקומען 'כאטש צו איין חנוכה פארטי', נישט יעדער וועט קומען צו א ברית אדער וואך נאכט פון "יעדן" ברודער/שוועסטער, בר מצוה אדער פדיון הבן. אבער יעדער וועט אריינקומען צו חתונות תמידין כסדרן, אזוי אז אין "העווי" חתונה סעזאן וועט לוינען פאר די משפחה צו דינגען א דירה'לע אין נ.י. פאר די ימי השמחה. אמווייניגסטנס דארף מען רעכענען באס שפעזן אין גרויסן פארנעם, רוב וועלן מוזן האבן קארס פשוט צו קענען טראגן דעם קינד אין חדר אדער "לויפן" אין ביהמ"ד (אפילו די וואס אין ברוקלין דארפן זיי נישט קיין קאר) קען מען צורעכענען געז קאסטן, קאר סערוויסעס ועוד...
עס איז אויך צום האפן אז ביז א פינף צען יאר וועט שוין זיין אן אויסוואל פון קלאודינג געשעפטן און הוט סטארס אין די מאונטענס, ווי קליידער געשעפטן און פול ליין פון דריי גודס. אבער דערווייל, ווילאנג עס וועט גארנישט זיין מער ווי הבטחות, אדער איין געוויסע קליידער געשעפט וואס איז נישט יעדן צום הארצן, וועט מען אין מאסן פארן שאפינג קיין מאנרא און אויך ביז ניו יארק.
דאס איז נאר בקצה המטה אויפן שפיץ מעסערל...
פון דעם פאזיטיוון בליק, איז פארהאנען אויך פארשידענע גרויסע מעלות ברוחניות ובגשמיות. אבער מ'דארף מיט ישוב הדעת שוקל זיין שכרה כנגד הפסדה, עס זאל נישט חלילה זיין בבחינת בנין נערים סתירה.
איך פארשטיי אז דאס איז א free forum און אז איך בין נישט בעל הבית דא. דאך בעט איך נאכאמאהל אז מען זאל שרייבען צו זאך. ווי שוין געשריבען constructive critic איז זייער welcome. דאס מיינט אז אויב איינער האט א קשיא וועגען "וואס וועט זיין מיט טראנספארטאציע", מען קען דאך נישט אלע טרעפן ארבייט וכדומה. אבער ביטע נישט פראבירען צו שרייבען נאר ווי פינסטער עס וועט זיין. עס וועט ב"ה זיין גאר ליכטיג.
לכבוד בןמלך:
ביטע טוט אויס די שווארצע ברילען און טוט אהן די ווייסע ברילען (נעמט עס נישט פערזענליך. It is not my style to get personal).
איהר לייגט אראפ ווי כאילו אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק איז אזוי גוט, און וואס וועט זיין דארטען...
איך וועל פראבירען צו ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון...
בתי מדרשים, עס ברויך זיין אן אויסוואל... וכדומה...
ביטע ערווארט נישט אז די ערשטע פאר יאר וועט זיין מינינים פון 5 פארטאגס ביז 1 נאכמיטאג. עס וועט "נישט" זיין ווי רוב שטיבלעך אין די מאינטענס אין די וויקענדס. עס וועט נישט אויסקוקען ווי נועם אלימלך די ערשטע פאר יאר.
עס וועלען זיין בערך 4 מינינם איעדען טאג.
בנוגע הייצונג...
די חילוק פון למשל מאנטיסעלא ביז ברוקלין איז ווייניגער ווי 10 דעגרי רוב חדשים פון יאר. דאס איז נישט אבי גערעדט, מען קען זען די averages אויף
http://¬₪¸.
www.weather.comאיר פרעגט וויפיעל קאסט הייצונג א קאנדא אין ברוקלין? עס ווענדט זיך ווער איז די builder... איך האב חברים וואס צאלען מער פון $500 א חודש ווייל דער בויער האט נישט נארמאל insulated און עס ציעט א קעלט פון אלע זייטען. עס איז דא קאנדאס אין ווילאמסבורג ווי מען צאלט לערך $90 פאר צוויי חדשים! דער בויער האט זייער גוט געבויט און די קאמפלעקס Faces South, די זון ווארעמט די גאנצע דירה.
Know your facts before you just make assumptions…
ציגעל איז די ארגסטע insulator, מה שאין כאן האלץ איז דאס בעסטע. א האלצערנע הויז גוט געבויט און גוט insulated איז די most fuel efficient.
בנוגע קומען שנארען קיין וויליאמסבורג:
זייט ווען זענען די אינגעלייט אזוי רייך אין וויליאמסבורג? רוב היימישע עולם האבען קוים אדורך צו שטופען די טאג. יא... עס זענען דא א פאר "גרויסע" עשירים. אבער "ועמך"...
מיר זענען נישט בלינד... מיר פארשטייען אויך אז פרנסה וועט זיין א פראבלעם. מיר פראבירען צו אדרעסען די אישות:
- ביליגע האוזניג
- ביליגע טראנספארטאציע
- מוסדות התורה
- בתי חינוך
- דיינים ומו"ץ
- גיטע מעדיקעל קעיר אין די געגענט
- געשעפטען
פארשטייט זיך אז נישט אלעס וועט גיין איבערנאכט. אבער ווי געזאגט די מעלות זענען מער ווי די חסרונות. די הרחבות הדעת פון א שיינע שטילע געגענט ווי מען קען אויפציען אידישע קינדער איז נישט אוועקצומאכען.
יישר כח בארא פארק פארן ענטפערן. איך זע דו ביסט געווארן אביסל אנגעגריפן פון מיין תגובה, טראצדעם וואס איך האב זייער איידל געשריבן, פרובירנדיג ארויס צוברענגען, יא, די "נעגאטיווע חלקים" וואס מ'דארף "אויך" אינאכט נעמען בעפאר מ'באהאנדלט אזא מייסטער פלאן ווי אריבער ציען צו די בערג, און מ'דארף פון פאראויס אלעס אויסארבעטן נישט עפענען איין אויג און פארמאכן דאס צווייטע. אז מ'זאל נישט חלילה זיין קיין מאבדים עצמם לדעת. אבער דיין ענטפער זעט אויס אביסל סארקאסטיש און א טראפקעלע ווילד. אנטשולדיגט.
רוב תשובות האסטו זייער צו דער זאך געענטפערט, טראצדעם וואס דו האסט נאך געלאזט פיל גרויסע לעכער בכונס משקה.. און נישט געענטפערט וויאזוי די זאכן גייען געלעזט ווערן.
מיין ציל איז געווען טרקע דאס, איך וועל ארויס שטעלן די נעגאטיווע בליקן, און דו זאלסט איבערגעבן פאר דיינע משלחים די ענינים אז זיי זאלן דאס וויסן און געדענקן.
בןמלך'ל,
בנוגע די הוצאות פון טראנספארטאציע, אהין און צירוק אין שטאט אריין, צו חדר אדער שאפינג, וכדומה.
בין איך מציע, אז דער עולם זאל זיך אוועק לייגען 10 פערצענט פון די דיפרענץ אין פרייז פון די דירות, ספעציעל גע'אייגענט אויף דעם צוועק.
איך מיין אז דאס וועט דעקען דער הוצאה לו ולזרעו אחריו עד ביאת גואל צדק בב"א.
אויף די שאלה פון ווי וועט זיין פרנסה?
זייער פשוט עס וועלען זיין כוללים.
דא אין שטאט דרייען זיך הונדרעטער מענטשען אין די גאס וואס זייער פרנסה איז כולל.
זשיד, ריכטיג געזאגט, אבער עס דארף אויך שטימען מיט דאלערס און סענט"ס...
אז צוצאלען א מארגעדש אין ווילי דארף מען זעכציג טויזענט א יאר, און אין א שטעטל דארף מען צען טויזענט, קען מען פארדינען פופציג טויזענט א יאר ווייניגער.
דער חשבון שטימט מיטן מציאות, אויב צאלט מען מארטגעדזש אויף א הויז פון 150 טויזנט דאלער, אנשטאט 600 טויזנט, האט מען א האלבע פרנסה פראבלעם געלעזט.
פארשטייט זיך אז אביסל וועט אנקעל סעם אויך מוזן נושא בעול זיין...
און בנוגע הייצונג קאסטן אויב מען איז א שוואכער פארדינער איז מען בארעכטיגט צו היעפ.
בנוגע הייצונג.
עס איז דא א נייער סארט "אינסאלעישאן" וואס באשטייט פון "פאום", מען שפריצט עס אריין אינעם וואנט מיט א פייפ, און עס שפארט באלד 30 פראצענט אין הייצונג ביללס.
אין אלטע הייזער איז עס נאכנישט דא, דערפאר איז הייצונג טייער.
געוויסע בויערס אין וויליאמסבורג לייגן דאס שוין אריין אין די נייע דירות.
הרב עפשטיין, איך האב געבעטן רעכענען דאלערס און סענטס. זאגזשע נאכאמאל, וויפיל צאלט מען א יאר אין ווילי? 60,000?
דאס קומט אויס 5000 דאלער א חודש. אפשר קענסטו אזא איינעם אין ווילי וואס צאלט דעם פרייז, און ער מוז וואוינען לכל הפחות אין די גרעטש בילדינג. ווייל א דורכשניטליכער אידישער מאן - וועלכער איז נישט קיין ארטיסט - אין ווילי אדער ב.פ. צאלט צווישן 1800 און 2200 א חודש פאר א גרויסע דירה, דאס איז בערך 25,000 א יאר. ביי די ביליגע דירות דארט.. דארט אין עולם הדמיון, גייט מען צאלן, וויפיל? 150,000? א רעטעך! חוץ אויב מ'גייט אריינלייגן דעם עולם אין די שטארק באליבטע פארבענקטע באנגעלויס...
רעאליסטיש גערעדט דארף א נארמאלע דירה - עס זאל זיך פאר דעם לוינען ארויס צו פארן אין די מרחקים - דארף עס זיין בערך 2000 סק פיס, וואס די קאסטן דאס אהער צו שטעלן איז לכה"פ זעכציג דאלער א פיס פאר קאנסטראקשאן (באזירט אויף מאנסי מאנרא קאסטן), צו דעם קומט צו פערמיטן צו בויען, עפרואוועלס צו קענען דארט וואוינען, צינזן פאר די באנק קאנסטראקשאן מארגעזדש, סוער ליינס און וואסער ליינס, ראודס, קהלישע בנינים ומוסדות התורה. וואס דאס וועט אלעס נכלל ווערן אין דעם פרייז פון יעדע דירה.
עס איז אוודאי נאך אלס פיל ביליגער אין די מאונטענס ווי דא אין ניו יארק, און הלוואי זאל זיך עס גוט איינגעבן. אבער צום ערשט דארף אלעס שטימען, אז נישט, וועלן אלע עולים שטיין אין די רייע אין אפאר יאר ארום זיך פותר חלום זיין...
פארוואס איז גארנישט געווארן אין פאראקעוועי קווינס? בעיסוואטער? דאס לייגט זיך מער אויפן שכל, ס'איז אין די סיטי, נישט ערגעץ אין די הרי אררט, הארט לעבן די פייוו-טאונס, ארום גענומען מיט צענטליגע אידישע קאמיוניטיס, דער A סאבוועי פארט דארט, און דאכט זיך מיר אויך דער LIRR, אויף אזא פלאץ וואלט איך געגאנגען אין אן אויגנבליק, אבער קעטסקילס? הממממ...שווערע מעשיות.
בןמלך
איך בין באמת נישט קין וויליאמסבורגער, אבער אין באראפארק, איינער וואס האט געקויפט א הויז אין די לעצטע צוויי יאר צאלט לכל הפחות 5000 טויזענט א חודש.
אפילו די וואס האבען געקויפט קליינע לעכער צאלען איבער דריי.
איך האלט אז דער נעקסטער מונסי-לעיקוואוד-קרית-יואל איז קלאר אז עס וועט זיין אין SULLIVAN-ULSTER.
איך בין אבער שטארק דערגעגען פון 'דיוועלאפמענטס'
די בילדער אין שוויצערס ווילען אלעמאהל 'קאנטראל' צו ריגערען אויף אונז אלע, אין מ'בויעט אזוי אז דער איידעם זאל האבען דעם גראסערי, דער שוואגער דעם שמש'עס וכו' וכו'
I am for the free market.
מונסי האט האט זיך אויפגעבויעט 'נאטירליך' אזוי אויך לעיקוואוד
קרית יואל נישט, דערפאר איז די מחלוקות דארט בלי סוף ווייל ווי א קליינע גרופע קאנטראלירט LAND (לייען 'וועד הקיריה') דאס איז א רעצעפט פאר מחלוקות מיט פראטעקציע עד אין סוף.
אין Sullivan דארף נאר איין מוסד אויף מאכען א תלמיד תורה מיט א שולע פאר קינדער מיט אריינעמען 'אלע' היימישע קינדער. (היימיש מיינט למשל קיין טעלעוויזשען, אידיש, מינימום סטאנדארד פון צניעות וכו' כו' )
דאס איבריגע דארף מען לאזען צום פרייען מארקעט אויב איינער וויל וואוינען אין וואדרידש, פיין! וועט מען שיקען באסעס פאר זיינע קינדער (דאס איז דאך אומזיסט דע סקול בארד באצאלט דאס) ער קען וואוינען סיי ווי אין דעם קאונטי
אויב א דעוועלאפער טרעפט 300 SUCKERS? אשרי לו! מאך א לעבען! אבער דאס ערשטע איז מאכען א ת"ת מיט א שוהלע פאר דעם גאנצען קאונטי,
נאך דעם וועט זיין א BOOM פון היימישע אידען און גאנץ SULLIVAN- ULSTER .
די טענה מ'דארף וואוינען נאנט כדי צו קענען קומען אויף שמחת איז נורא נוראות. יעדער מיט זיינע 6 שנורען ווילען אפילו נישט וואוינען מער פון 3 בלאקס אוועק פון מאמי אין טאטי כדי זיי זאלען קענען בעבי סיטן.ועל זה ידוו כל הדוים אוי א בראך!. מי יתרץ הווית מי ירפה לנו מכאובינו!
האט מען דען נישט משפחה אין מאנטריאל אין לאנדאן אוי וויי א בראך וואס וועט זיין מיט אונזערע סימכעס?
תוקן על ידי - yohcee718 - 12/09/2005 21:17:54
יוחי ביסט גערעכט, דארף מען דען וואוינען ביז די זעקס און זיבעציג אונטערן מאמעס פארטוך. הלואי זאל דער עולם זיך עפענען די אויגן און זיך ארויסלאזן אויף די וועלט און מאכן א קלינגעדיגן "ופרצת"...
די שאלה אבער וואס דער פאקט וועט זאגן.
קושקע פרעגסט זייער גוט.
אבער לאמיר דיר פארציילן אביסל היסטאריע, ווען דער סאטמאר רב זי"ע האט געוואלט בויען א שטעטל זענען געווען מערערע גוטע פלענער פון נאנטע פלעצער צו די שטאט, אסאך פלאץ, נישט קיין בערג, און נאך הונדערטער מעלות. אבער ס'איז גארנישט געווארן דערפון.
למעשה איז געווארן קרית יואל אין א ווייט פלאץ פון די שטאט, פול מיט בערג, און נאך פארשידענע חסרונות, און למעשה האט זיך דאס יא אויסגעארבעט.
פארוואס? אזוי איז געווען באשערט!
לכבוד בןמלך;
די ערשטע זאך איז איינצוזעהן אז עס איז דא א פארבלעם, און דאס ביסטו מודה. איהר שרייבט דאך אליין:
הלואי בארא פארק, לו יהי כדבריך...
דער מצב פון דירות אין כמעט אלע היימישע געגנטער איז אומדערטרעגליך, נישט קיין דירות נאר לעכערלעך פארקויפט מען פאר טייער געלט, און וואויל פאר דעם וואס וועט דאס קענען דורכברעכן.
דאס וואס איך האב געשריבען "טו אויס די שווארצע ברילען און טו אהן די ווייסע ברילען", דאס איז בלויז א שפריך ווארט... איך האב געמיינט צו זאגען אז אלע חסרונות וואס קען זיין האסטו געשריבען. אבער וואס טוט זיך מיט אלע מעלות...? אבער אוודאי האב איך נישט געמיינט פארזענליך אהנצוגרייפען אדער צו זיין סארקאסטיש. אפשר האט מען געקענט אזוי אפטייטשען. איך טו אייך איבערבעטען פאר דעהם.
This is not my style at all…
בטבע, I don't like to jump to conclusions, איך האב ליעב צו זעהן די צויי זייטען פון א מטבע. ממילא דא אויך... איז דא צויי זייטען. עס האט מעלות מיט חסרונות. ממילא מיין טייער בןמלך, איך בין בכלל נישט ברוגז אז איהר ברענגט אראפ וואס די חסרונות קען זיין. אדברבא, מען דארף דאס אויסארבייטען... און נאכאמאהל... אויב האט מען געקענט פארשטיין אזוי פון מיינע ווערטער, בעט איך אייך אלע איבער.
איצטער איז אזוי...
עס איז דא צוויי מיני משפחות וואס זוכען א נייע ישוב.
1) מענטשען וואס קענען נישט ערלויבען די טייערע פרייזען אין די שטאט, אין דעם איז נכלל רוב כולל אינגעלייט.
2) מענטשען וואס ווילען אנטלויפען פון ווליאמסבורג פשוט ווייל ישיבת כרכים קשה, זיי ווילען נישט זוכען אייביג א Parking Spot, זיי האבען נישט ליעב דער גערודער, זיי האבען ליעב נאטור, וכדומה.
מיר פראבירען צו אדרעסען די ביידע issues אויף די זעלבע צייט. אוודאי און אוודאי איז דא פילע איינצעלהייטען וואס דארף אויסעארבייט ווערען.
איך האב שוין געשריבען, און איך וועל שרייבען נאכאמאהל וואס איך טראכט בנוגע די מאונטענס;
- אוואדאי קען נישט איעדער קומען אין די מאונטענס... איינער וואס איז א manager למשל אין א פאבריק אין ברוקלין אדער NJ איז זייער שווער צו פארען איעדן טאג. פארדעהם זוכען מיר אין די ערשטע פאזע (און מיר האבען שוין א גרויס חלק) פון מענטשען וואס וועלען האבען די פרנסה אין די געגענט.
- מען "מוז" נישט וואוינען אין ווילאמסבורג. עס מעג זיין ווייט אויך. איהר געדענקט נאך? ווייט פון וואס, פון גרינ'ס פיצא אדער דוד'יס עלעקטראניקס.
- די מאונטענס איז פיהל מיט פרומע (עכ"פ ארטאדאקסישע) אידען. למה נגרע? ווייל מיר זענען חסידים?
- א גאוואלד בעלי בתי'שע מענטשען האבען ''Weekend Home'' אין די מאונטענס און קומען ארויס אויף שבתים דא און דארט. די ישוב האט אידען וואס קומען.
- מען באקומט אסאך מער ווי וואס מען האט אין די שטאט. גרעסער, לופטיגער מיט לאנד ארום.
- די לופט איז זייער גוט.
- די מנוחת הנפש איז ממש אומשאצבאר
------------------
לכבוד yohcee718,
איך האב זייער הנאה פון דיינע פונקטען וואס איהר פראבירט ארויסברענגען.
למשעה זענען דא אסאך היימישע דעוועלאפערס וואס גייען יעצט בויען אין די מאונטענס weekend homes. עס איז ממש פיהל פון דעהם. אלעס פיין און וואויל, אבער די עסקנים זוכען צו לינדערען די עול פון דירות פארען פשוט'ען "עמך" שיכט. אויב האט איהר געלט, מהיכי תיתי, קויפט אייך וואס איהר ווילט.
אונזער דעוואלאפמענט וועט זיך בויען אזוי ווי מאנסי האט זיך געבויט! אונזער פלאן איז א "קליינע" ישוב (די ערשטע פאזע פון פיהר) פון בערך 300 משפחות. כדי עס זאלען וועלען קומען year round היימישע משפחות און נישט "בעלי בתי'שע" middle age מענטשען וועלען מיר צושטעלען גראסערי, חדר, ביהמ"ד, מקוה וכדומה. אבער פארשטייט זיך אז מיר האבען נישט קיין שום פראבלעם אויב קויפט איהר זיך א הייזקע פאר ביליג down the road... פונקט פארקערט, מיר ווילען דאס. מיר פלאנען נישט קיין אייגענע village, מיר ווילען דאס נישט. מיר ווילען נישט האבען קיין שום מאנאפאלי אויף קיינעם. אבער דאס דארפט איהר פארשטיין אז אונזער ציהל איז א "היימישע חסידיש'ע ישוב". אויב איהר זיכט סתם "שאומער שאבאס ענד קאשער" איז פיהל די מאונטענס.
דאס ברענגט אונז צו קומענדיגע קשיא... וואס מיינט היימיש חסידיש?
מיר זיכען חסידישע משפחות וואס איז אהנגענומען ביי רוב עולם. פאר ערליכקייט איז נישט דא קיין שיעור. וואס מיר דארפען איז היימישע משפחות וואס האבען נישט קיין טעלעוויזיע, גייען צניעות'דיג אהנגעטוהן און זוכען אויפצוציען די קינדער אויף דעהם דרך. נאכאמאהל... אויף פרומקייט איז נישט דא קיין שיעור. עס וועט נישט זיין א פונקטליכע guideline, מען וועט נישט בודק זיין וואס איהר באהאלט אין בעדרום.
איך האב מורא איז אזא יישוב וועט זיין פיל מיט בעלבתישע אידען וואס קומען ארויס אויף וויקענד'ס, צו זייער זומער הויז, אין א גאנצע וואך וועלן זיי ווייטער זיצען אין שטאט.
און אזא פלאץ וועלן מוסדות התורה נישט קענען האבען קיין קיום.
שיע, ביטע ליין בעסער... מיר האבען בפירוש געשריבען אז נישט דאס גייען מיר מאכען. מיר זיכען Year Rounders... מיר האבען נאר געשריבען אז דאס איז שוין דא און דאס איז פיהל די מאונטענס.
איך בין זיך נישט חולק מיט אייך בכלל.
מיין נקודה איז אז מ'דארף גארניש אזוי פוהל שוויצען כדי דאס זאל ווערן.
חסידים בטבע פון אלעמאהל זענען 'מה יעשה'ניקעס'.
מונסי לעיקוואוד אין יא בארא פארק וכו' וכו' זענען מקומות ווי קודם האבען זיך באזעצט מאדערנע אידען נאך דעם זענען געקומען די 'ליטווישע' (YESHIVISH בלע"ז) נאך דעם די חסידישע וואס האבען געלערנט אין ליטווישע ישיבות און כוללים..
דער פראצעס גייט יעצט אהן אין פלאץ ווי TEANECK NJ , אין נאך אין נאך .
דער לאך אין דעם דאם (DAM) וועט נאר מאכען א היימישע ת"ת, אין בארא פארק זענען דא היימישע און סעמי-היימישע תתי"ם
היימיש 100% לע"ד זענען
סאטמאר
בעלז
וויזניץ ביידע
פאפא
באבוב
סעמי-היימיש:
מונקאץ
חתן סופר
ספינקא
גער
סטאלין
וכו'
YOU GET MY POINT
א בעלז אדער באבוב סטייל תלמיד תורה אין די קאונטרי IS ALL WHAT YOU NEED NOTHING MORE!
THE REST WILL FOLLOW LIKE A STORM
צו זעהן מיין נקודה
קוקט און שטוינט אויף דער לינק
http://www.northjersey.com/page.php?qstr=eXJpcnk3ZjczN2Y3dnFlZUVFeXk0NSZmZ2JlbDdmN3ZxZWVFRXl5Njc2Nzk4MSZ5cmlyeTdmNzE3Zjd2cWVlRUV5eTM=ישר כח יוחי,
דער גרעסטער אפהאלט לעניית דעתי איז היימישע בתי חינוך.
א באבוב'ער אינגערמאן וועט דאך נישט גיין שיקען זיין טאכטער אין א היברו דעי סקול.
ממילא די ערשטע זאך וועט דארפען זיין א היימישע חדר "און" מיידעל סקול.
די פראגע איז נאר צו מען זאל אהנהייבען מיט א "קליינע" חדר אין די ערשטע ישוב (ווי שוין געשריבען איז די פלאן פון 4 קליינע ישובים, די ערשטע בערך 300 הייזער) אדער אפשר אינדרויסען פון ישוב (אין געגענט) וואס דאס וועט זיין דער סענטראל חדר פאר די געגענט (ווי למשל מאנטיסעלא היי סקול אויפען 42, אפשר טאקע נישט אזוי גרויס...)
מ'מוז אפטיילען א ישוב פון די מוסדות
כלל ישראל ווייסט שוין וואס דאס מיינט ווען א ישוב איז אין קאנטראל פון מוסדות חינוך.
(למשל שיכון סקווער מיט איינעם וואס מ'טרעפט ביי איהם א לקוטי מהר"ן, רחמנא לשיזבן השם ירחם! גאט ברוך הוא זאל אייך אלע שומר ומציל זיין!)
דער בילדער זאל בויען און פארקויפען פונקט ווי אין בארא פארק אדער ווילי.
פשוט עס לויענט זיך פאר א בילדער אדער סיי וועלעכער אינוועסטער אז עס זאל זייל מוסדות חינוך אין SULLIVAN ווייל אלע ריעל עסטעיט פון דעם גאנצען קאונטי וועט ארויף שיסען.
[זעה דעם לינק וואס איז געפאוסטעט פון מיין פריריגע הודעה]
וואס ברענגט מיך צוריק צום מיין ערשטע נקודה
א שוויצער, א מאכער, וואס גייט בויען וויל אז קודם זאל ער זעהן פירות פון זיין אינוועסמענט..
טראכט ער משוגע בין איך? איך וועל מיסד זיין א מוסד און טאקע נאר דיע וואס קויפען ביי מיר וועלען קענען גענוסען און שיקען זייערע קינדער.
איז קודם וועלען מיינע הייזער זיין מער ווערט.
נאר דער וואס האט א ווייטען קוק אין איז CIVIC MINDED וועט מאכען אזא מוסד לטובת הכלל כולו. והלואי שיה'
יוחי...
איך האב שוין געשריבען אז די סבה פארוואס מיר ווילען די חדר אינעם ישוב איז נישט ווייל מיר ווילען "קאנטראל". עס איז פשוט ווייל מיט א חדר און מיידעל סקול וועלען מענטשען קומען.
עס איז נישט א פארגלייך מיט סקווירא (איך האב גארנישט קעגען סקווירא ח"ו) וואס וויל א שטעטל מיט זייערע מין מענטשען און אלעס זאל זיין לויט זייער רוח.
משא"כ דא זוכען מיר א "נייטאראלע" ישוב פאר חסידים.
יא... איין פלאן ווי שוין געשריבען איז א חדר בילדינג ווי להבדיל א פובליק סקול אין די געגענט אויפען מעין ראוד. מיר האבען שוין אן אויג אויף א בילדינג וואס מיט רענאוואציעס קען דאס זיין זייער פאסיג. גענוג פארקינע "אינעם לאט" נישט צו דארפען בלאקען די מעין ראוד און הערען פון אלע locals, אלעס שיין נעלם מן העין, מיט א גרויסע שטיקעל לאנד פאר א שפיעל פלאץ.
מורי ורבותי... מער פלענער בלי נדר ביז א 4-6 וואכען.
די idea פונעם ישוב האב איך שוין ברייט באשריבען.
א נייע "קליינע" (לערך 300 ביז 400 הייזער) ישוב מיט נאך פיהר ישובים אין די זעלבע imediate געגנט. די גאנצע געגענט איז ארומגענומען מיט היימישע קעמפס, קאנטריס וכדומה.
I did'n read the whole thing so maybe someone spoke about this, so, will there be one rav, or will evry kehila have its rav? hu
זה לעומת זה...
this is in or around Bedford Stuyvesant
Approx. Price $750,000
Call it one family, call it 3 family, call it what you want.
תוקן על ידי - בארא_פארק - 14/09/2005 15:33:46
[בילד – נישט אפגעהיט]
Yohcee, you said:
היימיש 100% לע"ד זענען
סאטמאר
בעלז
וויזניץ ביידע
פאפא
באבוב
סעמי-היימיש:
מונקאץ
חתן סופר
ספינקא
גער
סטאלין
וכו'
You'll have to excuse me , but the average BoroPark Yungerman will disagree with you. Satmar, and Bobov are not the same and neither is Belz. The typical shtreimel wearing yungerman in Boro Park considers himself very heimish and yet would not send his kids to Satmar nor Belz. Munkacs is also very Chassidish as is Spinka. The fact that some of the kids are from more Balei Batishe homes not withstanding. Also, why is Stolin only semi-Heimish, because the kids don't speak Yiddish to each other?
You should rename htem Hungarian and non-hungarian.
Please don't come and tell me about "Chabadsker" this and that. I learned in Spinka most of my life, I know the Chadorim very well
זה לעומת זה...
שיין, גרויס, ליפטיג מיט פענסטערס אין אלע צימערן.
א הרחבת הדעת.
דירה נאה מרחבת דעתו של אדם.
דאס איז נישט אן אקטועל בילד פון אונזערע פלענער, אבער בערך אזוי בויט מען נייע דעוועלאפמענטס.
א סתירה צווישען דיינע צוויי אשכולות.
אז עס גייט זיין קליינע יישובים, ווייט איינער פון די אנדערע, ווי גייט מען קענען נוצען בייק'ס?
שיקסט אונז צוריק צו די קאר'ס?
די תירוץ איז... אין ווילאמסבורג וועט מען נוצען בייקס.
די צוויי דעוועלאפמענטס איז "גאר" נאנט איינער צום צווייטען, ווי שוין געשריבען. עס איז פשוט צוויי שטיקלעך לאנד וואס מיר האבען ערווארבען.
ווי שוין געשריבען האפען מיר אז היימישע מענטשען וועלען קויפן הייזער און שטחים ארום אזוי אז ביז פינעף יאהר קען די צווי שטחים זיין איינס.
ווער געדענקט דען נישט ווען Union Ave אין מאנסי איז געווען ווייט ארויס? היינט פיהל מיט אידען. ווי אזוי ארום גאנץ מאנסי. Brewer איז א שטיק חסידישען שטעטעל. מען וואוינט שוין היינט ווייט אוועק אין New Heampsted, Chestnut Ridge וכדומה.
איז נאר דער אשכול איינגעשלאפן, אדער די גאנצע פלאן?
כלל ישראל איז אויסגעהונגערט נאך א נייע אידישע שטעטל, פליז האלטן דעם עולם ליינערס און שרייבערס אינפארמירט ווי די זאכן האלטן.
האט איינער אפשר געהערט וועגן דעם נייעם פלאן אז מ'וועט בויען א שטעטל אויף 2000 עיקער לאנד אין בלומינגראוו?
ווי איך הער האבן אפאר גבירים איינגעהאנדעלט דארט לאנד. זיי האלטן אז מענטשען וועלן שנעלער זיך אהינציען ווייל עס איז אינגאנצען א פאר מינוט דרייוו פון קרית יואל. און אין קרית יואל איז שוין דא אלעס וואס מ'קען דארפן.
ביז אהער וואס איך האב געהערט. האט איינער אפשר מער אינפארמאציע??
און חדשות אפסטעיט איז די נושא שוין באהאנדעלט געווארען כמה פעמים
דא איז דער לינק
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1254043ערנסט,
טעיק איט איזי,
"בארא_פארק" האט דאך געשריבען אז ביז דריי פיר וואכען (נישט פריער,) וועט ער ארויסגעבען מער פרטים.
אז די ווייסט פון אנדערע מקורות, אדרבה, החכימנו נא. אז נישט, זעהט אויס אז מיר וועלען מוזען אלע צו זאמען ווארטען געדולדיק....
ווי Jid_13 האט שוין געשריבען, מיר וועלען געבען מער פרטים ביז בערך 4 וואכען.
קיינער איז נישט קיין competition! אויב עס איז דא א פלאן צו בויען דערנעבען פון קרית יואל, כה לחי! אדרבא.
אויב איינער האט מער פרטים ביטע שרייבען. ווי איך פארשטיי זענען די שכנים נישט זייער גינסטיג אין דעהם געגענט. וואס פלאנט מען? הייזער? קאנדאס?
די עיקר איז אז עס זאל ווערען א נייע געגענט ווי היימישע חסידישע אידען זאלען פילען באקוועם צו קויפען און אויפציען אידישע דורות ארויס פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק פאר א גיטע פרייז.
ווער עס וועט דאס ברעכען און זיין דער המתחיל במצוה, שכרו הרבה מאוד.
תוקן על ידי - בארא_פארק - 19/09/2005 15:58:55
איך גלייב אז אין קיין שום געגענט זענען שכנים נישט גינסטיג לכתחילה צו חסידישע שכנים.
דאס איז איבעראל א פראבלעם, וואס מען דארף פותר זיין.
נא, וואס טוט זיך?
swan lake
ס'איז היינט פיר וואכען נווווו!!!!!!
Having a small problem to upload images here...
Will try to find out what's wrong.
Hope to have more info soon!
תוקן על ידי - בארא_פארק - 10/10/2005 20:32:31
נא?
Sorry, but my Hebrew keyboard is not working so I have to write in English.
We did not want to post anything on Chol Hamoed, but we are actively perusing our dream of a real Heimishe Chasidishe Yishev in the mountains. I know it is already four weeks, but we still need some more time here.
For all of you who send me a message in ''Teves Ishi'', I could not answer to all of you, but I did reply to some of you. Still, if you have any questions, please feel free to write to me. I can't promise that I will answer but I will try.
Please do understand that we have to work with builders and local government and sometimes ''Hashtike Yufe'' for the time being.
Some points we already discussed before:
• We will start with at least 200 families.
• We will have a Cheder, Girls School, Mikve, and a respected Ruv to lead this new Kehila from day one.
• We are looking at this point (for the first 100 families) ''ONLY'' for people who don't have to travel to NYC for their jobs or business. If you can move your business to Middletown or some other nearby industrial town this is for you. If you are in Kollel anyway (let's assume you have a rich Schver and you want to learn for the next 10 years), then this is for you.
• If you are nearing retirement age and want to enjoy your golden years in a setting of an old time ''Shtetel'', then this is for you.
• We will try to have a balanced crowd for ''Bnei Torah'' and erliche Baly Batim.
• Our goal is to have the area grow just like Monsey did. Once we will be there, others will follow, more Rabunim with likely move and open Shul's ETC. But we do not want to change any existing rules or zoning. We want this to remain a country setting. For example, if the local building ordinance calls for one family house per acre, we will not try to change it to be able to built two homes per acre.
Our goal is both:
Affordable hosing and living standards
''AND'' a normal peaceful ''Erliche Heimishe Chasidiseh Yidishe'' lifestyle.
Since Hydepark lately is much politicized and there is a lot of Lushen Hora R''L, we might cease communicating on this portal. In the meantime, you can feel free to ask me questions in ''Ishi''. Please don't send me stupid thoughts or comments. Neither try to explain me why this can not work out. Those are dead (deleted) upon arrival in my inbox.
Best regards & Shunu Tova
P.S. This disclosure is to be in line with ''Viyeesem Nekiyim''. We use Jnet ''AND'' Ayin Roah (Covenant Eyes)
תוקן על ידי - בארא_פארק - 27/10/2005 15:26:58ווייסט איינער וויפיל טעקסעס מען צאלט אין די קעטסקיל געגענט פאר א אייגענע הויז?
דע וואך אין בלאט איז געווען אדווערטייזד וועגן סקרענטאן פענסילוועניע אז עס איז דא ביליגע דירות דארט
ווייסט איינער וואס דארט גייט פאר אין ווער עס שטייט אינטער דעם אין ווי אזוי דע יעצטיגער יודישער ישוב זעעט אויס היינט
אין צי האט שוין איינער געהערט פון דער הרב פיין אין צי וועלכער קרייז געהערט ער
פרטים חדשים יבוא בקרוב אי"ה