היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » רבותי שוין בויען דע סוכה!!!!!!!!!!!

רבותי שוין בויען דע סוכה!!!!!!!!!!!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1565745

d1d2d3d4 » 11/9/2005 22:42

רבותי שוין בויען דע סוכה!!!!!!!!!!!

ווייל דע יאר געפאלט שבת יו"ט שבת יו"ט אין עס איז נישט דא געהריג קיין וואכן טעג
כולל יונגעלייט האבן גענוג צייט הן פאר דע סוכה הן פאר אתרוג און לולב צו זיי רעד איך נישט
איך רעד צו דע ארבעט'ס מענטשען

פארלירט זעך נישט און בויעט שוין אויף דע סוכה
וועט איר האבן צייט צו זוכן א אתרוג אין לולב

איחודמעמבר » 11/9/2005 23:28

א קלוגער איינפאל!

זאליweaky » 12/9/2005 00:54

להערה בעלמא.

עס איז דא א שיטה פון אבני נזר, אז אויב עס איז דא א שבת צווישן יוהכ"פ און סוכות, דאן דארף די סוכה געבויט ווערן להלכה נאך שבת !

בןמלך » 12/9/2005 01:15

דער אבני נזר רעדט לכאורה פון די סכך, או שאר ענין שמכשיר בזה את הסוכה.
אזוי האבן געטוהן פיל ערליכע אידן, זיי האבן געבויט דעם סוכה גאר פרי, און א טאג פאר יו"ט האבן זיי אויפגעשאקלט די סכך.

באראפארקער » 12/9/2005 06:25

זאלי
קענסט געבען א מראה מקום??

זאליweaky » 12/9/2005 07:15

פאר דיר אלעס !

או"ח סי' תנ"ט.

אבער דארפסט נישט זיין באזארגט, מען האט עס כמעט נישט אנגענומען להלכה.

אחת_למעלה » 30/9/2005 05:58

ברוך השם איך זעה אז מ'איז מקיים דא דעם "ודברת בם ולא בדברים בטלים". איך האב הנאה צו זעהן אז מ'איז זיך מפלפל איבער טילי טילים של הלכות. און טאקע יוצא צו זיין ידי שניהם וועל איך בכלל נישט בויען די סוכה היי יאר...כ'וועל לאזען מיינע קינדער דאס טאן.

זאליweaky » 30/9/2005 06:07

תיקון טעות.

מען דארף עס בויען "פאר" שבת

קושקע » 30/9/2005 06:21

איך האב מורא זיך אריינצולאזן אין ספיקות און שאלות, ע"כ, כדי צו זיין פארזיכערט לכל הדעות, וועל איך היי יאר עסן חוץ לסוכה.

זאליweaky » 14/10/2005 18:25

וויפיל איך ווייס, איז דא עפעס א געוויסע שאלה אין עסן סוכות חוץ לסוכה...