היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נישט פוגע געווען בכבוד קאשוי רב זצ"ל

נישט פוגע געווען בכבוד קאשוי רב זצ"ל

4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 5 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1564967

יאמאמיי » 11/9/2005 16:53

איך האב פאריגע וואך געלייגט א אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1559800
קודם האב איך אריינגעכאפט א קללה פון אנאנים און אויך די מנהל האלט אז איך האב חלילה געטשעפעט די כבוד פון הייליגען קאשויער רב ז"ל. ווער סליינט עס זעט אז איך האב גארנישט געמיינט נאר איך וויל וויסען וואס ער האט געמיינט צו זאגען מיט דעם אבער וואס קען איך טין אז מהאט געלייגט א שלאס צו מיין אשכול ? די איינציגע וואס האט נארמאל צוגעשריבען איז געווען באראפארקער (ער האט אריינגעכאפט ווילאנג מהאט געקענט) אבער דארפסט פארשטיין אז ווען משרייבט עס פאר א רבים מיז עס מיינען א זאך וואס יעדער קען זען, נשיט אז מלייגט זאכען וואס קיינער פארשטייט נישט, עניווע סהאט זיך גארנישט געטוישט זייט די ערוב איז דא אין ברוקלין (ב"ה)

בענעדיקט16 » 11/9/2005 21:33

ידידי ר' יאמאמיי.

once a joke, twice a dope, third a centalope

בערך אזוי פלעגט מען זינגען אין מיין חדר.

בןמלך » 11/9/2005 21:36

יא, איך האב זייער שיין און ארענטליך געענפערט. און ביז אפאר מינוט איז מיין אשכול געווען פארמאכט. איך שטיי און ווארט אויף אן ענטפער פארוואס מיין אשכול, און די אשכול פון יאמאמיי זענען געווארן פארמאכט???

יאמאמיי » 21/10/2005 16:49

פאר אינטערעסאנטקייט האב איך געמאכט א סירטש ביי גוגעל אויף די ווארט יאמאמיי און איינע פון די זאכען וואס איז ארויסגעקימען איז געווען די בלאג : דער בלאט ווי ער שרייבט וועגען די אשכול. איך וויל עם טאקע בעטען אז נעקסטיים ווען ער האט עפעס צו שרייבען וועגען מיר זאל ער עס מיר זאגען
און דאס האט ער צוריקגעשריבען פאר מיר
איז דער שבת שוין אונטערגעגאנגען ?
?
יאמאמיי האט נעכטן געעפנט אזא אשכול, און מאיזה סיבה האבן עס די מנהלים בטעות פארמאכט, אזוי אז מ'קען נישט מגיב זיין. ממילא מוז איך עפענען אן עקסטערן אשכול צו ממשיך זיין דעם שמועס.
מיין בליק דערויף איז זייער פשוט און לאגיש.
דער רבוש"ע זאל שומר ומציל זיין ווען די ווערטער פון די גדולי ישראל בכל הדורות זאלן מקויים ווערן תיכף אויפן פלאץ. למשל בנוגע אידן וואס זענען געקומען קיין אמעריקא מיט הונדערט יאר צוריק, און אלע ערליכע אידן האבן געשריגן אז דאס איז אן ארץ אוכלת יושביה, מ'קען זיך דא נישט האלטן אידיש בשום אופן. און פיל פיל פון די אימיגראנטן האבן זיך געהאלטן שטרענג אידיש עד יום מותם, דרייסיג פערציג יאר שפעטער אויך. נאר וואס דען וואס האט פאסירט מיט זייערע קינדער, און נעבעך נעבעך מיט די אייניקלעך וועלכע האבן שוין אין א גרויסע מאס זיך אויסגעמישט מיט גויים רח"ל. כהנה וכהנה איז דא הונדערטער משלים. ווי עס איז אויך באוואוסט די מעשה מיט'ן חפץ חיים, בנוגע א איד וואס האט אויסגעלייזט זיין זון פון די רוסישע מיליטער און איינגעזעצט אנשטאט אן ארעמען בחור. יארן האט עס גענומען ביז דער טאטע מיטן זון אינאיינעם האבן ליידער באקומען א מיאוסן סוף, און דער חפץ חיים האט געזאגט: יארן בין איך געשטאנען און זיך געוואונדערט ווי לאנג עס נעמט ביז עס וועט געשען...
אויב האט א גדול בישראל עפעס ארויס געזאגט, ווערן די ווערטער נישט פארלוירן