די מעשה איז געווען שבת אין ירושלים
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1564822
געדאאונט האב איך די וואך אין ביהמ"ד סאטמאר יואל גאס, צוליב א שמחה אין די משפ'.
האלט מען אזוי אינמיטן קבלת שבת, און א יונגערמאן קומט צו גיין און איז מודיע אז מ'שלאגט אין מקווה.
פונקט בין איך געזעצן דארט ביי יענע טיש ווי מ'האט מודיע געווען די נייעס.
אונז געבן מיר זיך א שטעל אויף און מ'לויפט אראפ אין מקוה, וואס האט פאסירט דארט?
איז געווען דארט א טאטע מיט זיינע דריי קינדער (ער איז דארט יעדע וואך פונעם זמן ביז א 2-3 שעה אין שבת אריין) איז געווען איינער פון אנ"ש אין סאטמאר וואס האט געזאגט פאר די קינדער שיינערהייט אז זיי זאלן ארויס גיין פון וואסער ווייל דא איז נישט קיין סווימינג פאל, די קינדער האבן געשריגן צו זייער טאטע וואס איז געווען ביי די הייסע וואסער אז איינער שרייט זיי אן.
דער טאטע (א ספרדי) טראכט נישט קיין צוויי מינוט און כאפט אן דעם יונגערמאן און באקלאפט עם די ביינער אזוי אזאש אז זיין נאז האט זיך עם שיעור צובראכן.
מיר זענען שנעל אראפגעלאפן אין מקווה זעהן וואס עס טוט זיך דארט, מען האט אנגעהויבן מקל'ן דעם טאטע'ן און עם ארויס געיאגט פון מקווה אן די בגדים, דער טאטע צו זיין מזל האט געכאפט עפעס א בעקיטשע וואס האט געהאנגען אויפן וועג און איז אזוי ארויסגעלאפן.
איז געווען דארט איינער אויך א ספרדי וואס האט זיך אנגענומען פאר דעם טאטע און האט אריינגעווארפן איינעם'ס שטריימל אין וואסער אריין, וואס מיינט עטץ? מ'האט עם אנגעכאפט (ער איז געווען נאס) און אריינגעגעבן אחת ואחת שתיים ושתיים און אלע זייטן, מיט די פיס, הענט, און וואס נישט, ביז ער איז ארויסגעלאפן פון מקווה, און ביידע זענען זיי אריבער געלאפן צו קארלין, וואס דארט האט מען אויך נישט רחמנות געהאט אויף זיי.
ווען אונז זעמער געווען אין מקווה און געשלאגן האב איך שוין געטראכט פון "חדשות אנש" אז ס'קומט א נייעס.
די וואך האט זיך שוין גוט אנגעהויבן...
גוט
אבער וואס איז געווארן מיט די קינדער?
און מיט יענעם'ס נאז?
די פרענקען אין סאטמארע מקוה איז א מגיפה. מ'האט שוין לאנג געדארפט זוכען די וועג פטור ווערען פון זיי.
וואסא דיף איז כשר גערעכט, נאר מכות.
איך פארשטיי איבערהויפט נישט די גאנצע געשעפט דארט!
די ווילסט נישט די ספרדים דארט? לאז זיי נישט אריין אין מקוה!
בוי א טוירנסטייל, אין געב זיי נישט קארטלעך!
ס'פאסט דיר נישט צו זיין א ראסיסט? לאז זיי לעבען!
ליידער פאסט דער מעשה, פאר אראבקעלעך וואס ס'פאלט אריין צו זיי איד!
אדער פאר דער פרימיטיווע טוטסא שבטים אין רוואנדא (rwanda) ווען ס'פאלט צו זיי אריין א הוטסא!
יעצט לאמיר זעהן די אנדערע פרימיטיווע ראסיסטען דא, וואס זיי האבען מסביר צו זיין פארוואס דא איז אנדערש...
דז'יד, נישט אלע זענען אייניג, אבער אז די וועסט חלילה אנטרעפין אזא איינעם ווי דא באשריבן, וועסטו מער קיין קשיות נישט פרעגען.
ס'איז דא דארט א טורנסטיילער, אבער די טיר דערנעבן ווערט מנהסתם געפענט פאר די וואס קומען אין מקווה ביים זמן און בלייבן שוין אין שוהל צו מנחה.
אין ירושלים איז דא א עירוב סא אפי' די וואס דאווענען נישט אין די שוהל ווי עס איז דא א מקווה קומען אויך דארט, און זיי פארלאזן זיך אז אין סאטמאר האלט מען דאך ר"ת איז די מקווה אפן שפעטער ווי א צווייט פלאץ.
ואהבת לרעך כמוך נאמר רק לאחינו האשכנזים
בן יהודה? צודק!
מ'טאר זיך נישט אויסדרוקן אויף דעם אופן ווי אויבן דערמאנט. מ'מעג זאגן היימלאזע אידן, צובראכענע אידן, אידן וועלכע שלאפן אויף די בענק אין רח' יואל. אבער נישט געבן א שטעמפל אפ א ראסע. דאס הייסט כשר'ע ראסיזם. מ'כאפט זיך נישט דערויף, ווייל דאס איז א חלק פון די אלגעמיינע שפראך אין ירושלים, און עס דארף טאקע א תיקון.
בין איך נישט "פאליטיקאלי קארעקט" סו וואט?
יא, איך בין א ראסיסט און יעדער וואס קען די עקעלהאפטיגע פרענקען וואס דרייען זיך אין ירושלים בכלל און אין די מקוה אין סאטמאר יואל בפרט איז אויך.
זאלען זיי בויען א מקוה אין מוסאיוף אדער אין אור החיים. וואס דארפען מיר ליידען פון זיי?
מען דארף געדענקען אז הרב עובדיה יוסף שליט"א מסתמא דער גרעסטער גדול אין אונזער דור איז א פרענק, סא פליז דאנט דשענערעלייז.
ווער האט געמאכט הרב עובדיה פאר א גדול הדור?
ער קומט פון רבנות, א געוועזענע רב הרשע, ער האט זיך אויסגעדריקט אויף די הייליגע רמ"א מיט ווערטער וואס מ'טאר נישט איבערזאגען
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 12/09/2005 19:25:31
WASSA
איך בין מוחה בכל תוקף אויף דעם פערזענליכן בזיון ת"ח. הרב עובדיה איז היינט דער גדול הדור ביי אלע ערנסטע מורי הוראה אין די וועלט
קיינער קומט נישט צו נאהנט צו זיין אויסטערלישן בקיאות בכל חדרי תורה.
ביי דיר שוטה מובהק זעהט אויס איז תורה בכלל נישט קיין ארטיקל.
איך בעט דעם מנהל זאל זאפארט אראפנעמען די רשעותדיגע תגובה.
אויב נישט וועט ער אויך אריין דיין בגדר המבזה ת"ח אין רפואה למכתו!
אין דו וואסא, רעפרעזענטירסט נישט קיינעם נאר דיך אליין.
דיינע דיבורים קעגען ספרדים זענען פול מיט שנאת ישראל פונקט ווי איין פינסטערער נאצישער אנטיסעמיט האט פיינט א איד.
האסט געטראפן איין נארישן איד נעבעך, האט מען געמאכט אויף איהם א כאפטס איהם אזוי ווי אויף א שחור, אין מען דערציילט איבער די מעשה מיט אזא אפעטיט.
מהאט געשלאגן א איד! אה ממש א מחיה! וואס פאר איין עונג שבת!
מאידך גיסא וואס קען מען שוין ערווארטן פון איינעם וואס זיין קאפ ליגט אין אין פאוסטן הוילע ליגנס וויאזוי מקען אויסקרויזן דשעי נעט
תוקן על ידי - BAACHI - 12/09/2005 8:52:54
באטשי
איך בין מוחה אויף דיין מחאה. ער?! איז היינט גדול הדור?
אך און וויי צו דיר און דיין דור וואס האט עם פאר א גדול.
איך ווייס נישט צו וועלכע קרייז דו געהערסט אבער א רב הרשע פון די רע-בנות איז אייביג געווען טרייף-פסול ביי אלע היימישע קרייזען. ווער רעדט נאך פון א מתיר עגונות אן קיין סמך ווען גורן האט שוין נישט געוואלט, וואס האט גערעדט אויף רבינו די רמ"א, דער חת"ס, דער חזו"א און די רשימה איז נאך לאנג. אויף עם איז געזאגט געווארען די אלע שיינע טיטלען, המבזה ת"ח אפיקורס, און אין תרופה למכתו. איך גיי נאך נישט אריין אין ווי אלע רבנים האבען זיך באצויגען צו עם, רב בענגיס האט געזאגט אויף זיין משונה'דיגען אפגעפרעגטען וועג פון פסק'נען, וואס ביי עם צוויי פארווארפענע שיטות פון א גניזה מיט נאך עפעס א שיטה פון א "ספרדי" זיינען א רוב קעגען רעק"א מיט די חת"ס אדער סיי וועלכע אנדערע פוסקים. איך רעד נישט פון זיין מושחת'דיקען הויף הרב שך האט עם גע'כשר'ט פאר זיין דגל פאליטיק און האט נאך ביטער חרטה געהאט נאך דעם. וואס איך האב געזאגט איז נאך שפיץ אייזבערג וואס די ליטוויקעס טוען עם צ'אמשעלטען אין בני ברק.
האק מיר נישט אין קאפ אריין! ער?! די גדול הדור? מער נישט ווי א חמור נושא ספרים.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 12/09/2005 19:31:28
ר' באטשי עס איז א שאד זיך צו בייזערן אויף די חברה, דער עצם שיטה זייערע איז מעיד על עצמה.
ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אן עולם הפוך, אז די אידן פון גוש קטיף זיינען היינט די פרומסטע אידן. די אזוי גערופענע "קנאים" האקען סתם א שטייניק.
סאטמאר רב'ס ווארט אויף מצדיקי רשע ומרשיעי צדיק תועבת ה' גם שניהם איז באקאנט
wasa
איך מיין אז די וואלסט דיך געדארפט אביסעל מער היטען דיין מויל ווען מען רעדט וועגען א גאון ווי ר' עובדי' יוסף. די מוזט טאקע נישט האלטען פין אים, ער איז א ציוני וכו', אבער דאס מיינט נישט אז די מעגסט און דארפסט רעדען אויף אים כל דבר אסור.
באראפארקער
you're surprised at wassa?
באראפארקער
אז ער האט נישט געהיטען די מויל אקעגען די רמ"א און די חת"ס וואס קומט עם בעסער?
רבותי! עטס האט פארגעסען די חתימה פון וואסא דיף!
לאמיר איבער'חזר'ן...
never argue with an idiot. they drag you down to their level and beat you with experience.
jid
אויף דיין לעצטן ליין קען מען זאגן
תפוחי זהב במשכיות כסף דבר דבור על אופניו
איך פאר שטיי נישט פארוואס דער מנהך נעמאט נישט אראפ די דברי כפירה
כפירה אין גדלות התורה!
כפירה אין שכל התורה המצוייה עתה בידינו וגו'
כפירה אין הוא וחכמתו ודעתו
כפירה אין אורייתא קוב"ה וישראל חד
ער נעמט זיך גאהר אהן פאר כבוד התורה פון חתם סופר.
ר' עובדיה קען מעהר חתם סופר'ס ווי זיין גאנצע קהלס ישיבה של מטה מיט זייער ישיבה של מעלה צוזאמען
יוי! באטשי ס'שרעקליך!
כפירה אין גדלות התורה!
כפירה אין שכל התורה המצוייה עתה בידינו וגו'
כפירה אין הוא וחכמתו ודעתו
כפירה אין אורייתא קוב"ה וישראל חד
ביסט אויפ'ן קאפ געפאלען? רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל
wassa
דו קענסט מיר אזוי גוט זיין ענטפערן אויף דריי שאלות - יא אדער ניין
דו ביזט סאטמערע חסיד? יא אדער ניין
דו ביזט נארמאל? יא אדער ניין
דו קענסט די זעלבע אויסדרוקען אויך שרייבן אויף'ן בעלזער רב ז"ל, ר' משה פיינשטיין,קלויזבורגער רב , ליבאוויטשער רבי, YOU NAME IT ? יא אדער ניין
NOTHING PERSONAL עס פעלט מיר פשוט אויס צו וויסען היסטארישע פאקטן וויאזוי נארמאלע סאטמערער חסידים רעדן פון איינעם וואס האלט נישט אזוי ווי זיי.
וואסא דיף אין נישט קיין סאטמארער, נאר מחשובי נטורי קרתא.
יא, יא, און ניין.
אדער יא, ניין און ניין. ווי אמאל.
אויף YOU NAME IT קען איך שרייבען וואס דיין הארץ גלוסט נאר און איך לאך מיך אויס פון משיח צדקנו. איך וואלט די צוויי נישט גרופיערט מיט די אנדערע דריי, אבער אויף זיי שרייב איך נישט.
בכלל, צו וואס שרייבען אויפ'ן בעלזער רב זי"ע ווען איך קען שעלטען שלום פאגעל?
די ווארט פון מרשיע צדיק ומצדיק רשע איז פון איינעם פון די פריערדיקע נישט פון סאטמארער רב. איך האב עס געהערט פון מיין זיידען א סאך יארן צוריק.
די "קנאים" זיינען סך הכל צינישע אפיקורסים, זייער אייגענער ר' ישראל חיים מנשה ווי לאנג ער איז געווען מיט זיי איז ער געווען א גדול היינט הערט ווי מען רעד אויף אים, דער סיגיט'ער אליין איז היינט אזוי געפערלעך אויסגעפילט אז זיין קוויטעל פאפיר איז שוין פארוועלקט און געל אויף די עקען, ווייל דער פאליטיק שפילט אזוי.
און ליידער צושפרייטן זיי זייערע דיעות אין די גאנצע וועלט, מען קען שוין רואיג שרייבען קעגען זיי א ויואל משה און מאכען פון זיי א "הבדלו".