דער דיין פין 48 סטריט צוזאמען מיט א.א.ל. זיי צוויי צוזאמען פירן אהן יעצט אן גרויזאמע מערכה, וואס קאסט אפ שווערע געלטער, און גרויס מוה און גרויס פרעשע אויף די הנהלת בית יעקב כדי ארויסצושטעלן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל אויף די גאס ממש פאר יו"ט און דערשטערן דורכדעם די שמחת יו"ט ביי הונדערטער משפחות,
דער מערכה האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס זיי האבן אינטערגעשטעלט באהאלטענע קעמערעס כדי אויפצוכאפן סצענעס פין די הלוך ילך אינם בימ"ד כדי צו מאכן אן רושם כאילו צו איז דא אן פירצה אין צניעות, און מיט די פילמס זענען "די וואס פרייען זיך אזוי אז אינז זעמיר ארויס" געלאפן צו די די רבנים המשפיעים, פארשטייט זיך נישט פארדעם וואס זיי האבן אנגעשטאפט זייערע שטיב מענטשען מיט געלטער, און די רבנים זענדיג און הערנדיג זייערע דברי הסתה זענען געווארן פין אנהייב זייער היציג, און בעזרת די אינטערגעקויפטע קרובים האבן זיי פארלאנגט פין די הנהלת בית יעקב אז זיי זאלן נישט מער אריינלאזן "די באבובער" אינם בנין!!!!!
יעצט זענען די עסקנים אונזערע שוין געווען ביי די רבנים און מיט נייע בילדער און ווידאוס אויפגעוויזן פינקטליך ווי איז אינזערע אריינגאנג אין ווי איז דער אריינגאנג פאר די בנות בית יעקב אין אהנגעוויזן אויף אלע הוראות פין אונזערע רב שליט"א בעניין זה, אין בעזר ה' וועט מען קענען ממשיך זיין דאווענען און פראווען דארטן ביז רבינו שליט"א וועט אהנקומען צו מנוחת הנפש צו אן מקום קבוע במהרה.