יעצט געהערט אז מרת טירנויער ע"ה רביצין פון הגאון ר' אלימילך טירנויער שליט"א ראש ישיבה אין טאהש פלומעניק פון טאהשער רבי שליט"א איז פלוצלינג נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 58 יאהר
ברוך דיין האמת!
וויפיל צרות נאך?
ברוך דיין אמת.
א שניר פין הרב טירנויער פין בארא פארק
ער איז אן איידעם פון הרב... לייפער פון וויליאמסבורג, א שותף אין מהדרין קאמפאני, א שוואגער מיט'ן כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א.
עס איז אומגלויבליך, דער לייפער האט מיט בערך דריי יאר צוריק פארלוירן א שנור, אשת הרב מרדכי לייפער מחשובי תושבי קרית טאהש. מיט איבער א יאר צוריק האט דער רבי אלימלך טירנויער פארלוירן א חשוב'ן זון.
איך הער אז די לוי' גייט זיין דא אין ניו יארק, אפשר ביי טאהשער ביהמ"ד אין וומסב"ג. יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.
הרב ר' שמואל מאיר לייפער איז א שוואגער מיט'ן טאהשער רבי'ן שליט"א אן איידעם ביי טאהשער רבי'ס טאטע.
ר' מיילעך איז א זוהן פון הגה"צ ר' יודא טירנויער שומרי שבת רב פון בארא פארק. ר' מיילעך איז לאנגע יארן ראש ישיבה אין קרית טאהש,
הר"ר אלימלך טירנויער האט נישט לאנג צוריק פארלוירן א זוהן, הרב ר' מרדכי יצחק, גאר א חשוב'ער און געלונגענער יונגערמאן א תלמיד חכם און מחבר ספרים, פאר ער איז געווען 25 יאהר און ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט יונגע יתומים
זי איז געווען געזונט און שטארק, נאר געטראגן א זעקל צרות אויפ'ן הארץ, איין טאכטער איז נישט געווען געזונט און ערהוילט זיך יעצט לרפו"ש, זי האט זיך לעצטענס געפונען דאהי אין שפיטאל ביי די טאכטער.
ווער עס הערט עפעס וועגן די לוי' זאל פליז מעלדן
שבר על שבר...
איין שנור פון טירנויער איז הערשט אויפגעשטאנען פון די שבעה פון איר מאמע, הרבנית וואגשאל ע"ה אשת הרב יחיאל וואגשאל שליט"א. און יעצט דארף זיך איר מאן זעצן נאך זיין מאמע. אבן מקיר תזעק, עס איז שוידערליך...
ס'איז ריכטיג, הר"ר שמואל מאיר האט פאר א פאר יאר צוריק פארלוירן א שנור, אשת בנו הרה"צ ר' מרדכי לייפער שליט"א
זי איז געווען א טאכטער פון הר"ר יעקב כ"ץ, א שוועסטער פון טאשהער רבי'ס איידעם הר"ר אברהם כ"ץ רב פון משכנות יעקב אין מאנסי
א מאמע פין חשובע קינדער איינס ביי איינס
קול מבשר מעלדט אז די לוי' וועט זיין 8 פארנאכט פאר טאשהער ביהמ"ד אין ווימס"ב קען עס איינער מאשר זיין?
רחמנא לצלן,
אוי רבונו של עולם, עד מתי,
די, די, די,
ה' ירחם
הרב טירנוער רב פון ק"ק שומרי שבת איז א ראש פון אזא שיינע משפחה
ממש א משפחת ענוים וחסידים וגאונים איינס ביי איינס
הרב יודא טירנוער אליינס איז דאך געוועהן א טאהשער איידעם בזו"ר ביים חוסט'ער רבי וואס איז געוועהן א פעטער פאר טאהשער רבי שליט"א
ברוך דיין אמת.
מען זאל נישט וויסען פון קיין שלעכטס מער.
אין "שומרי שבת" איז געהאנגען א מודעה: יושבים שבעה בבית 5 Waltan St בוומסב"ג.
לכאורה וואוינט דארט איינער פון די קינדער, איך מיין אז אין די דירה איז נפטר געווארן.