היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » גיט אכטונג: אידישע טשעק גנבים

גיט אכטונג: אידישע טשעק גנבים

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1560833

yones69 » 8/9/2005 21:07


זייט פארזיכטיג!


עס דרייען זיך ארום אין ווילי און אין ב"פ קרית יואל, וכו', א גאנצע חבריא פון שקצים טייל דערפון בחורים אינגעלייט די לעצטע דריי חדשים, און זיי האבן געדריקט א 50 מיני טשעקס, וואס קוקט אויס 100 פארצענט עכט, און זיי טוישן אויף ביים עולם ווי עס לאזט זיך.


זיי זענען גפערליכע כיטרע חברה או נערן אריין דעם עולם אין די טשעקס, איך ווייס פון א כולל אינגערמאן נעבעך, האט פונקט געהאט ביי זיך 1050 דאללער צו צאלן זיין דירה רענט, צום שווארץ מזל האט ער אנגעטראפן איינער פון די חברה און יענער האט אים געפרעגט צו ער האט עפעס קעש ווייל ער דארף וויכטיג קעש, און ער צאלט אים 10 פארצענט אויפן געלט אבער שוין, דער אינדערמאן נעבעך האט מקיים פסק געווען, איין 100'דערטער צו מאכן כלאחר יד, (א גאנצע וואך כולל געלט..), און די טשעק האט נעבעך געקראכט, און ער דרייט זיך ארום צובראכן.


זיי האבן אנגעזעצט כמעט אלע גמ"ח'ן אין ווילי און אין ב"פ, טייל דערפון האבן זיי ארויסגעשלעפט איבער צען טויזענט דאללער, אזוי ווייט אז 6 גמ"ח'ן וואס טוישן טשעקס זענען געגאנגען געבראכן און זיך פארמאכט.


דער אנפירער דערפון וואוינט אין ווילי ער הייסט יונגרייז, דער עולם זאל שטיין ווייט פון זיי, און ווען מען זעט ווי זיי ווילן אריין כאפן איינעם אינעם נעץ, גייט צו און לאזט נישט.


זייט זייער פארזיכטיג זיי פארשוינען נישט קיינעם קיינעם!, אהרונים זאליס קלויזענבורגע פאפאנע באבובער וכו', יעדער האט שוין געליטען פון זיי!, יעדער טשעק וואס איר באקומט מאכט זיכער אז איר ווייסט פון אים דאס איז, זייער טשעקס קוקן אויס בעסער ווי איר מיינט, גיט זייער אכטונג!!!



תוקן על ידי - yones69 - 08/09/2005 21:11:46

אויסשווארץ » 8/9/2005 21:18

אוי טאטע אין הימל! בדידי הוי עיבדא א טאג נאך תשעה באב האב איך געטוישט א טשעק פאר איינער פון די מאפיא פוי רשעים איך האב אים געגבען גאנצע 600 דאללער ווייל ער האט ממש געווינט צו מיר אז ער איז אן אלטר בחור און ער מיז עס האבן פארן דאקטער וואס נעמט נישט קין טשעקן ער האט מיר געגבען זיין טעלאפאן סעל נומבער אלע זיינע אינפארמעשאן קיין איינס שטימט נישט די טעלעפאן איז פון א גוי און דער נאמען שמואל געלב איז נאך נישט געבוירן אוי ווער קען מיר העלפן? אין פארשאלטענער גיהנום זאלן זיי גיין

בןמלך » 8/9/2005 21:33

די נאמען וואס דו האסט דערמאנט איז א מעשה שוין פון דריי פיר חדשים צוריק. צוויי שותפים, זיי האבן עוקר געווען אויף עטליכע מאנאטן. די נייע סענזאציע איז לכאורה אן אנדערע פירמע... זיי מברר, און טוה צו וויסן פארן עולם.

ekstein » 9/9/2005 00:26

מן הסתם די זעלבע כאפטע נאר מיט א אנדערע מאסקע,
איך געדענק ווען מיט יארן צוריק ,א חשבון פין בערך תשמ"ט תש"נ, האט מען געכאפט אזויליכע נאכגעמאכטע טשעקס פין UTA אין אנדערע מוסדות, אין מען געכאפט דעם גנב אויף הייס אינמיטען ליע עוו אין ארעסטירט,
עס דאן געווען א גוטע לעקציע ,(אגב האט יו טי עי דאן פארלאנגט פינעם די עי צו דראפען די טשרדזשעס פין דעם בחור ווייל ער גייט באצאלען אלעס אין נאכדעם האט ער נישט געוואלט באצאלען)
אין האט נאך ביזן היינטיגען טאג נישט באצאלט

ער איז א באקטנטער פיגור, וואס האט שמיני עצרת געווען פין גרעסטע ארונישע באלעמער ברעכר , נאר ער האט געהאט דעם קאפ אפען פלאץ, אז ווען מען האט זיך גענומען טיילען האט ער אפגעיאגט,

ווי אזוי זאגט מען
יעדעם גנב וועט מען צום סוף כאפען.....

תוקן על ידי - ekstein - 09/09/2005 0:27:03

jacket » 9/9/2005 00:31

on 10/29/2004 I recieved a check from a d. J. for the amount of $350.00. The check didn't bounce, it was a false check! it looked real with the name of the bank etc. but there wasn't even such a bank account number at that bank.
the adress he had on the check was 4 meron drive in Monroe.
Just wondering if this was the same crook.

תוקן על ידי - allnewspic - 09/09/2005 0:44:12

שמש_דמתא » 9/9/2005 00:50

לויטן אדרעס מיין איך אז דאס האט מיט די יונגרייז גרופע.

Meshigener » 9/9/2005 00:50

Yeah this is still going on
The name is Yungreis and some other Bucher from Boro Park that lives on 10th Ave, they are buying things in stores with these checks and people are losing alot of money

קושקע » 9/9/2005 00:56

וואס?

יונגרייז איז געווען איינע פון די שלעגערס אין ראדני?

בןמלך » 9/9/2005 01:07

יא "דזשעקעט", די ראשי תיבות וואס דו גיסט אן איז פון דעם דערמאנטן חברה מאן, איך מיין דו זאלסט דיך גוט איינוויקלען אין דיין 'דזשעקעט', און זיך שטעלן אין די רייע ער זאל דיר צוריק צאלן בתוך שאר אלפי ישראל... ה"י.

תוקן על ידי - allnewspic - 09/09/2005 1:06:48

wassa_dif » 9/9/2005 01:18

פארוואס מעקט מען אלץ אויס די נעמען? אז איינער איז א גנב איז מצוה לפרסם

KJfireman » 9/9/2005 01:28

דער יעניגער איז נישט סתם א "גנב", ער איז נעבעך נישט געזונט.

עסקנים וואס האבן אים געוואלט ארויסשלעפן פון די בלאטע האבן אים געאפפערט גרויס געלט, מיט א דזשאב, אבער ליידער איז ער שוין געווארן עדיקטעט צו דעם סארט לעבן, השם ירחם, מען זיך אבער היטן פון אים.


נאך א זאך, אסאך מאל ווען מענטשן הערן אזעלכע סארט מעשיות ווערט מען גערעגט און מען מאכט אפ אז מען גייט שוין קיינעם נישט העלפן, דארף מען געדענקען אז מען איז מקיים עטליכע מצות עשות און מצות ל"ת דאורייתא פון חסד ווען מען העלפט א צווייטן איד, מען טוישט א טשעק, מען גיט א הלואה וכדומה.
אוודאי דארף מען זיין געווארנט, אבער מען דארף זיך נישט דערשעקן וועגן אזעלכע מעשיות, און ווייטער העלפן פאר אידן, אפילו מען פאלט אמאל אריין מיט א שווינדלער, אדער מיט איינעם וואס קען נישט באצאלן...






תוקן על ידי - kjfireman - 09/09/2005 1:27:50

מקוה_איד » 9/9/2005 01:34

kj, ביסט 100% גערעכט!

yohcee718 » 9/9/2005 05:35

שולחן ערוך חושן משפט סימן שפח סעיף יב

כל המוסר הצבור ומצערן, מותר למסרו ביד עובדי כוכבים אנסים להכותו ולאסרו ולקנסו; אבל מפני צער יחיד אסור למסרו. הגה: (וע"ל סי' תכ"ה ס"א). מי שעוסק בזיופים וכדומה, ויש לחוש שיזיק רבים, מתרין בו שלא יעשה, ואם אינו משגיח, יכולין למסרו ולומר שאין אחר מתעסק בו אלא זה לבד. ...(מהר"ם מרוזבורג).

Nusen » 9/9/2005 08:40

are you talking from M.P.?

DR_PEPPER » 9/9/2005 15:00

אבער נאך מען גייט זיי ארעסטירען גייט מען שרייען ...פדיון שביים, אוי נעבעך א בחור איז ארעטירט געווארען עס איז א מצוה צו העלפען

בןמלך » 9/9/2005 19:42

פייערמאן, גערעכט! בכל הכבוד.
איך האב אמאל געזען פון א גדול, אז מענטשן וואס הערן אז איינער איז דורכגעפאלן מיט בארגן פאר אינשי דלא מעלי, און זיי האבן אים באשווינדלט און נישט באצאלט, כל שכן אויב ביי אים אליינס האט דאס פאסירט, וועט ער זיך פארמאכן די הענט און נישט וועלן מער מקיים זיין די מצוה פון "אם כסף תלוה וכו'". דאס איז נישט ריכטיג, ווייל יעדע מצוה האט א פרייז, תפלין צאלט מען טייער פאר זיך און פאר די קינדער, מצות מצוה און ד' מינים צאלט מען טייערע פרייזן, אזוי האט די מצוה פון בארגן אויך א פרייז. ע"כ.
נאר מ'דארף טאקע אכטונג געבן פאר וועמען מ'בארגט, און וואספארא סייז סכומים. און אויב מ'איז אמאל מסופק אויף די יכולת פונעם לוה צו ער וועט קענען צאלן, מעג מען בעטן צוויי גוטע ערבים. איך קען אפילו א איד וואס בעט א משכון, עס איז מאדנע, אבער ער בעט אמאל די חנוכה מנורה, אמאל די ווייב'ס קייטל. עס איז טאקע אביסל אינטערעסאנט, אבער אים האט נאך קיינער נישט אנגעזעצט...

yones69 » 9/9/2005 21:54



עס איז א מצוה מפרסם זיין די יונגרייז גרופע, מען דארף ארויס שרייבן יעדער פון זייערע נעמען, און זיי פארשיקן פון כלל ישראל, זיי האבן נעבעך אומגליגליך געמאכט הונדערטער אידן, די עסקנים זאגן זיי האבן שוין געגנבט פון כלל ישראל איבער א האלבער מיליאן דאללער!


זיי טוען נאך ווייטער די גניבה אויפן גרויסן פארנעם, יעדן טאג פארשאפן זיי זיך אנדערע וועגן.


gishmoker » 10/9/2005 00:00


אפשר קען מען פאוסטן וועלכע גמח'ן האבן זיך פארמאכט צוליב דעם?

וחבל

wassa_dif » 10/9/2005 00:20

yones
פראביער נאר צו פאסטען א נאמען ס'ווערט גלייך אויסגעמעקט

עפשטיין » 11/9/2005 07:32

גיי פארשטיי איינעם וואס טוישט א טשעק פאר איינעם וואס ער קען נישט, בשעת יענער זאגט אים נאך צו פראצענטן,וואס איז מער מחשיד, בשעת אז עס איז ברור אז יענער קען עס טוישען אין א טשעק קעשינג אויב די טשעק'ס האבען דעקונג פאר א סאך ביליגער.

איך לייב אויפן חזקה אז רוב קרבנותך זענען כולל אינגעלייט, וואס קענען נישט קיין צורת מטבע, אין זענען הונגעריג אויף א גראשען.

בענעדיקט16 » 11/9/2005 08:36

עס ברויך דא אויך ארויסגעברענגט ווערן א צווייטער יונגאטש (איך וועל נישט שרייבן קיין נאמען) וואס דרייט זיך ארום פון רעכיל צו מעכיל און בארגט געלט, קלענערע און גרעסערע סכומים, און ווען עס קומט צו באצאלן (נאכדעם וואס די מלווים לויפן אים נאך ווי א הונט) קומט ער מיט א גרויסע טשעק און בעט טשעינדזש... און דער טשעק האט א מנהג אז עס איז א משלחת וחוזרת, ממש א ריכטיגע דעתו לחזור.

דער עולם זאל געווארנט זיין!

shia550 » 11/9/2005 19:29

אינטערסאנט יעדן טאג מאכט זיך א פרישער יונגאטשף אין ער טרעפט אלעמאל פרישע קרבנות.

ווען וועט מען זיך אויסלערנען?

yones69 » 11/9/2005 21:55



גמ"ח צו טוישן טשעקס פון די אהרונים, און די גמ"ח צו טוישן טשעקס פון די זאליס.


אזוי אויך די כהנא גמ"ח אויף ראסס סט. טוישט מער נישט קיין טשעקס.