היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » וואס זאגט איר: אמת אדער נישט?

וואס זאגט איר: אמת אדער נישט?

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1551574

קרעמער » 2/9/2005 18:11

איך האב יעצט געעפענט מיין תיבה אישית און באמערקט א בריוועל פון איינער פון די נייע מעמבער'ס אויף "היימישע שטותים". שרייבט ער מיר כהאי לישנא:

hello kramer how r u,my pc gave me trouble so i had to sent it to the co,bla bla,any way i have it back now bh,i enjoy very much reading your articels its mamesh gevaldig i can write in yidish allrady but i need to get the yidishe labels on my keybord or is there an other way? i dont know how to write on the fourm tell me please.even tho i dont think i;ll have the gutss to write in public,tell me honestlyy do u guyes here on heimish really know each other like did u really go to the tzion with a friend or is it just heimishe shtisim hope to hear from you


איך לייג עס דא ארויף, פאר אייך אלע צו זען, און צו זאגען אייער מיינונג דערויף...

בין איך יא געפארן מיט נפחא? אדער איז די גאנצע זאך א אויפגעבלאזענע נפחא?

קרעמער » 2/9/2005 18:17

אגב; ווי איר קענט זעהן, האב איך זיך שוין ענדליך דערלערנט וויאזוי מען מאכט אז די ענגלישע אותיות זאלן זיין צו לינקס פונעם סקרין, אזוי אז די ווערטער זאלן נישט צופארן...

מען דארף פשוט טאן אזוי.

1. מאכט אזא באקסל: [
2. שרייבט אריין "שמאל" (אן די גענזן פיס, עס מיינט "לינקס").
3. לייגט דערנאך דעם פארקערטן שאכטל: ]
4. נאכהער שרייבט אייער תגובה
5. נאך די תגובה מאכט נאכאמאל אזא שאכטל: [
6. שרייבט אריין "סשמאל" (דאס מיינט: "סוף שמאל").
7. לייגט דערנאך דעם פארקערטן שאכטל: ]

און שוין... זייער פשוט...
==

יעצט צו ענטפערן פאר מיין ידיד;

וויאזוי שרייבט מען ארויף אויף היימישע שטותים?

1. דרוק אראפ דארט וואו עס שטייט "שלח תגובה".
2. עס וועט ארויסקומען אזא פענצטער מיט עטליכע לעכער.
3. שרייב אריין דיין ניק ביי "שם משתמש".
4. שרייב אריין דיין פעסווארד ביי "סיסמה".
5. שרייב אריין דיינע בויך קרעמפן ביי "הודעה".
6. דרוק "שלח תגובה" פון אונטן.
7. גיי שנעל אהין און ליין עס איבער... אויב עס געפעלט דיר נישט האסטו נאך א שטיקל צייט דאס צו פאררעכטן (וויאזוי? אין אן אנדערן תגובה).

לאמיר זעהן אויב דאס איז גענוג קלאר...

nafcha » 2/9/2005 18:28

שלום עליכם נייע מעמבער;

עס איז דא נאך א וועג ווי אזוי צי שרייבן אידיש, למשל איך שרייב מיט די לינק,

http://www.snunit.k12.il/english/virtual_keyboard.html

און נאכדעם יא, איך האב ארויסגעטראגן 'קרעמער' צום ציון, איך פלאן נאך צי באשרייבן ווי אזוי עס איז ציגעגאנגען די גאנצע זאך.

איך דארף נאר פשוט קימען צי מיר פין מיינע פלאפס,
ועוד חזון למועד.

תוקן על ידי - nafcha - 02/09/2005 18:27:14

קרעמער » 2/9/2005 18:34

נפחא; איך וויל דיר בעטן א פריוואטע טובה... דו באשרייב נישט די בושות וואס איך האב געהאט אין גראסערי... און איך וועל נישט באשרייבן.... (ששששששששש).

יענטאאש » 2/9/2005 18:39

נפחא דו זאג נישט דאס(....) קרעמער דו זאג נישט יענץ (...)......

וואס איז דאס מיט ענק??!!!..... עטס האטס נישט געהאט גענוג צייט א גאנצע וועג צו רעדן סודות??!!!!... דא רעדט מען געהעריג יעדער זאל פארשטיין, אקעי!!!.....

קרעמער » 2/9/2005 18:46

יענטאאש; אנטשולדיגט פארן דיר מאכן נייגעריג. די מעשה מיט די גראסערי איז געווען אזוי:

איך האב נישט פארמאגט קיין גרייצער אין טאש כידוע, אבער דער מאגען האט געפאדערט דאס זייניגע, טענה'נדיג "למה נגרע"? פארוואס זאל איך מוזן הונגערן ווייל דו האסט באשלאסן צו פארוויילן אין קרית יואל א לענגערע צייט?

שוין נאכדעם וואס איך האב איר בארוהיגט מיט די היימישע מזונות און קאאלעי וואסער ביים בית החיים (וואס האט איר נאר אנגערייצט דעם אפעטיט), און אביסעלע סאדע וואסער ביי איינע פון די יארצייט סעודות אין שטעטל, האב איך איר אריינגעפירט אין איינע פון די לאקאלע געשעפטן, האפענענדיג אז איינער וועט זיך מרחם זיין און מיר בארגן אביסעלע געלט צו קענען קויפן עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ און באנעצן דאס גומען.

איך האב זיך ארומגעדרייט אינעם געשעפט לאנגע מינוטן, געזוכט און גענישטערט אויב עס דרייען זיך נישט פערצופאל עפעס פריינטליכע פנימ'ער וואס וואלטן מיר געקויפט א נאש אדער צוויי אויף זייער חשבון... (איך בין שוין געווען גע'ספויל'ט ווייל נפחא האט נישט גענומען פון מיר קיין געלט פאר די וועג, האב איך שוין גע'דמיון'ט אז כל העולם לא נברא אלא בשבילי...).

ווען איך האב געזען אז דאס איז עס, קיינער וועט מיר נישט ארויסהעלפן פון מיין נויט... האב איך געמאכט א בואי בשלום (יו-טוירן בלע"ז) און ארויסגעשפרייזט דורכן זעלבן טיהר וואו איך בין אריינגעגאנגען... און...

געבליבן הונגעריג און דורשטיג ביז איך בין אנגעקומען אהיים!!

יענטאאש » 2/9/2005 18:50

און נפחא האט נישט געהאט אינעם זייטיגן לעדל פון די קאר א קען 'קאלע סאדע' מיט אביסל 'גרינ'ס קיפעלעך' דו זאלסט דיך קענען דערכאפן דאס הארץ???...

קרעמער » 2/9/2005 18:51

דו ווילסט שוין צופיל וויסן...

אפשר מיש איך זיך נישט מיט נפחא? אפשר האט עס געהאט א אנדערע הכשר? נישט די "זייגער" פון התאחדות...

אפשר האט ער געהאט "פעפסי" אדער "קאוק" אדער גאר "קאלטע טיי" וואס איך האס...

nafcha » 2/9/2005 18:58

יענטאאש;

זארג דיך נישט, איך פלאן יא צי פארציילען וואסערע פלאפס 'קרעמער' האט געהאט, אזוי ווי ער פארציילט מיינע.

און די, ווי אזוי הייסטו פאר א שווארץ יאר;

איך וואלט דיר נישט געראטן אז די זאלסט שרייבן אידיש מיט דעם לינק, ווייל 'רבים חללים הפילה', ווי למשל 'נעימלעס' איז אריין אין משוגעים הויז, נאכן פרובירן צי שרייבן מיט דעם טייפערייטער.

מ'דארף זיין א עכטע 'נפחא' צי קענען שרייבן מיט דעם טייפערייטער.

אחרי כתבי כל זאת, זעה איך אז 'קרעמער' האט פארציילט די (האלבע) מעשה מיט די גראסערי, איך וועל נאך פארציילן די איבריגע האלב ביי א געלעגענהייט.

יענטאאש » 2/9/2005 19:02

אה קרעמער, איך פארשטיי שוין, די 'גרינ'ס קיפעלעך' האט ער טאקע יא געהאט, און דו האסט טאקע דערפון טועם געווען אויכעט, נאר נאכדעם ווען די שטיקלעך קאקא איז דיר שטעקן געבליבן לענגאויס דעם וועג אראפ פונעם האלז צום מאגן און דו האסט עס געוואלט אפשווענקען מיט אביסל טרינקען האט ער דיר אנגעטראגן א פעפסי און דו האסט נישט געוואלט טרינקען דערפון וועגן עס האט נישט התאחדות'נס זייגער.

יא?,פארשטיי איך גוט?

תוקן על ידי - יענטאאש - 02/09/2005 19:02:34

יענטאאש » 2/9/2005 19:09

העי העי וואס גייט דא פאר?, איך בין דא ראש הקהל און איך ווייס גארנישט וואס עס טוט זיך דא?, צושטייטלעך 'נפחא', קודם זע איך אז עס איז דא גאנצעטע סחורות מיט 'צוויי זייטן פון די מטבע מעשיות' פון אונטער די קוליסן איבער ענקער נסיעה. נאכער ווער איך דא געוואויר אז חוץ 'הוטקע' מיט 'אב הרחמן'ען' האבן מיר נאך 'נעימלעעס'ן' אויך אין משוגעים הויז??.

קרעמער » 2/9/2005 19:14

יענטאאש; דיין כח הדמיון איז געוואלדיג, אבער אט דא האסטו נישט גוט אויסגע'משל'ט דעם מציאות.

גרינ'ס קאקאש קעיק איז דאך א ליקוואוד (פליסיגקייט) ווי יעדער ווייסט, האב איך דאס געוואלט צוטרינקן נאך די קיפעלעך... נאר איך בין מסופק געווען אויב מען ברויך מאכן א שהכל דערויף אדער גאר אן אשר יצר... ממילא בין איך געווען אויף געהאקטע צרות...

יענטאאש » 2/9/2005 19:17

אקעי קרעמער, אבער למעשה הער איך דאך אז מען האט געבלאנדזשעט אהער און אהין, נו פון די אלע פלעצער ווי עטס זענטס געווען האט איר נישט געטראפן א פלאץ ווי מען פארקויפט אביסל וואסער צו טרינקען?

קרעמער » 2/9/2005 19:22

דער ריינער אמת: איך האב געהאט גענוג פלעצער וואו צו עסן און/אדער טרינקען, פעלן מיר דען מחותנים אין מאנרא?

איך האב זיך פשוט געוואלט אויסהונגערן פאר די פיינע גולאש מיט פאטעיטאס וואס האבן מיר אפגעווארט אין שטוב אהיימקומענדיג...

יענטאאש » 2/9/2005 19:25

גולאש?.... הממממ... נישט שלעכט, אבער כ'האף ס'איז געווען גענוג זאלציג און גענוג זאפטיג נישט טרוקן און אן קיין טעם.....

יענטאאש » 2/9/2005 19:27

גראדע האב איך געוואלט נאך עפעס זאגן וועגן די גאנצע אפגעווארטעכץ אינדערהיים..... אבער איך וועל זיך איינהאלטן דאס מאל.........

קרעמער » 2/9/2005 19:30

מיינע רבי'ס האבן געזאגט: מען טאר זיך נישט איינהאלטן...

יענטאאש » 2/9/2005 19:33

יא יא, גערעכט גערעכט, אבער נישט אין פאבליק.........

nafcha » 2/9/2005 19:37

עס האט דיר גארנישט אפגעווארט קיין גולאש.

איך האב מיט געהאלטן א שמועס צווישן דיר און מרת קרעמער וואס איז געגאנען בערך אזוי

יא... איך בין יעצט ביי די טאל בוטס.

סא ביז א האלבע שעה ביזטו דא???

ניין....די טאל בוטס איז ממש לעבן מאנרוי.

וואס האסטו געטון דארט אזוי לאנג???

(ענטפער ארויס גענומען ציליב כבוד המשפחה....)

איך האב שוין אוועקגעלייגט אלע טעפ!!!

אקעי! ליסטען, אז די ווילסט מיר נישט געבן קיין סאפער, וועל איך גיין שלאפן הינגעריג.....!!!

יענטאאש » 2/9/2005 19:46

אזוי נפחא!, פארצייל נאר ווייטער, האט זי נאך צוריקגעקאלט נאכדעם? האט ער איר בארעדט א גאנצע וועג נאכדעם? וואס האט ער דערציילט? און וויאזוי האסטו גערעדט מיט דיין ווייב?.......

nafcha » 2/9/2005 19:48

וויאזוי איך האב גערעדט מיט מיין ווייב, וועסטו דארפן ווארטן אז קרעמער זאל בעקפייערן.

יענטאאש » 2/9/2005 19:59

ווי איז טאקע קרעמער פארשוואונדן?, ער איז שוין נישט דא פאר בערך א האלבע שעה, איך האב מורא אז איך דארף אריינגיין אינעם 'איך זיך דיך' שטיבל.

nafcha » 2/9/2005 20:02

ער שרייבט יעצט אינטערן ניק פון 'יענטאאש'.......

תוקן על ידי - nafcha - 02/09/2005 20:02:10

יענטאאש » 2/9/2005 20:05

וויאזוי זאגט נאר 'ריבי', חחחחחח.......

קרעמער » 2/9/2005 20:06

נפחא; איך בין דא צוריק... (כ'האב געברויכט עפעס ערלעדיגן, נישט וויכטיג... [ווילאנג ס'האט נישט מיט היימישע שטותים איז עס נישט וויכטיג...]).

דו לעבסט נאך אלץ אינעם דמיון אז קרעמער איז יענטאאש? האב איך דיר אויסגעקוקט ווי א יענטאאש???

אז מ'רעדט שוין;

וויאזוי האסטו געקענט מיטהאלטן דעם שמועס וואס איך האב אפגעהאלטן מיט מרת קרעמער, בעת ווען - אנדערש ווי דיר - האב איך נישט גערעדט אויף ספיקער פאון!!!

... לאמיר זעהן וואס נפחא וועט ענטפערן... און אין דעם ווענדט זיך אויב איך וועל איבערשרייבן דא זיין געשפרעך מיט מרת נפחא...

nafcha » 2/9/2005 20:09

דיין 'קרעמערטע' האט אזוי הויעך געשריגן, אז איך האב באלד אן אפוינטמענט ביים דאקטער.

יענטאאש » 2/9/2005 20:10

אה.. הייסט עס אז דיין אשת חבר איז מער אזא 'שטילע נפחא'לע'טע'.....

קרעמער » 2/9/2005 20:59

נפחא; איך בין מורא'דיג נייגעריג וואס עס איז געשטאנען אין דעם אויסגעמעקטן תגובה... (פונקט אזוי נייגעריג ווי דו ביסט צו וויסן וואס מרת קרעמער האט גערעדט אויפן טעלעפאן...).

אגב;

אז דו גייסט שוין יא צום דאקטער... נעם מיט 'הרחמן'...

benkel34 » 2/9/2005 21:46

aleichem shulem nafcha,,and die gantze chavraye kidisha,i hope i am welcome here,,menahal kramer how did u manage to walk up the all the way to the tzion with out giving any money,next year if moshiach isnt here i wana drive u out and walk up with u

קרעמער » 2/9/2005 22:07

שלום עליכם ר' בענקל (כ'האף אז דאס איז נישט די שבת-בענקל וואס די 'ביג-שאט' אינגלעך פון מיין חדר פלעגן מיר מאכן וואס איך פלעגן בלייבן אונמאכט א וויילע דערויף...)

יא, ר' בענקל איז דער אויבנדערמאנטער נייער מעמבער. און חברה: איר מעגט אייך אפלערנען פון ר' בענקל!

שוין שיינע פאר וואכן זענען זיך פארלאפן זינט ר' בענקל האט זיך מיט אונז די ערשטע מאל פארבינדן אין יאהו! אימעיל, ער האט געוואלט וויסן, זיך אויסלערנען, זיך באקענען, וויאזוי מען עפענט אויף א היידפארק אקאונט, וויאזוי מען שרייבט אידיש, וויאזוי מען שרייבט תגובות, און אזוי ווייטער און ווייטער.

מיר האבן פרובירט ארויסצוהעלפן א איד (אזוי ווי אונזער דרך איז פון אייביג אן...), און צוביסלעך האבן מיר געמאכט פראגרעס. דער 'בענקל' האט געהאט פראבלעמען, ער האט זיך איינגעשריבן איינמאל און נאכאמאל, דאס איז נישט אדורך און יענץ האט נישט געארבעט, אבער "א איד געט נישט אויף"...

ענדליך איז אנגעקומען דער לאנג ערווארטעטער טאג וואס מיר האבן די זכיה צו וועלקאמען אונזער נייער שרייבער ר' בענקל!

הורעי!!!!!!!!!!!!!

benkel34 » 2/9/2005 23:06

Ich vill du nemen di gelegenheit efentlich zich tzibedanken far inzer chushever ibergegebenr menahl ,voos hut mich azoi shein entfanfgen ,,a hartzigen dank..

nafcha » 2/9/2005 23:57

קרעמער;

די האסט לכאורה געמיינט צי שרייבן 'אב_הרחמן', נישט 'הרחמן', עניוועיס מאכט נישט אויס, ווייל 'אב_הרחמן' האט געשריבן, אז ער קימט נישט ארויס פין אינטערן באנק, און 'הרחמן' איז זעהט אויס דארטן, און וואטשט אז א גראבער זאל זיך נישט אראפזעצן אויף דעם באנק.

בענקל;

שלום עליכם נאכאמאל!


ווי עס קיקט אויס, האסטו נישט אדורך געליינט די אשכול, 'א נסיעה מיט נפחא', ווייל דארטן שרייבט 'קרעמער', אז ער האט נישט געוואלט ארויפוואקן ציזאמען מיט מיר די גאנצע וועג.

עניוועיס 'יהא בואך לברכה',איך וואלט געוואלט בעטן די מנהלים, מ'זאל אים ציווייזן ווי ס'איז דא די קאווע שטיבל, די בית הכסא'ס, וכו'. {איך ווייס נאך אלץ נישט ווי עס איז}

קרעמער » 3/9/2005 01:07

ר' בענקל;

וויאזוי די וועג ארויף צום ציון האט מיר געקאסט נאר א קוואדער? זייער פשוט! איך האב דאן געמאכט מיין טעגליכע עקסערסייז (וואס געווענליך פארטיג איך דאס אפ צופרי אין בית המדרש ביי שחרית), איין מאך מיט די רעכטע האנט, דאן מיט די לינקע, ווען איך בין אנגעקומען אויבן האב איך זיך שוין געמוזט אפרוען פון אזויפיל עקסערסייז.

נפחא;

די קאווע שטיבל איז גלייך וואו מען קומט אריין, בתי כסאות? פאלג נאך דעם עולם, וועסט עס שוין טרעפן.

יענטאאש » 4/9/2005 21:17

שלום עליכם רעב בענקל,

טראץ מיר ווייסן נאכנישט וואסארא בענקל איר זענט, א פשוטער בענקל מיט א פשוטן אנלעהנער, אדער א שיינעם אויגעבעטן אויבן-אן בענקל מיט רויטע סאמעט און הילצערנע הענטלעך, אדער גאר א טייערן קאוטש סטיל בענקל מיט הערליכע געשניצטע האלץ ביי די זייטן, צי א סתם באלעבאטישן דיינונג רום טשעיר מיט אן אנלעהנער פון אלע פיר זייטן אבער מיט א פשוטע סחורה איבערגעדעקט מיט הארטע פלאסטיק, ס'קען אפילו זיין איר זענט אן איינגעבראכענע 'תשעה באב בענקל' געבויעט דורך קליינע קינדער מיט אלטע פון-סוכה-פארבליבענע האלץ'לעך מיט פארראסטעטע נעגל.....

סיי וויאזוי זענען מיר אייך מקבל פנים מיטן זעלבן שמייכל און ברוך הבא, פילט אייך באקוועם, מאכט אייך היימיש, און ווי'מ'זאגט דרייט אייך אריין אין די סביבה.

תוקן על ידי - יענטאאש - 05/09/2005 1:16:00

nafcha » 12/9/2005 01:17

קרעמר;

איך האב מורא אז דער 'בענקל' איז א שבת-בענקל, דערווייל האט ער זיך נאר געלאזט הערן אדער ערב שבת, אדער מוצאי שבת.

סא, וואטש אוט פון אים!!

קרעמער » 12/9/2005 07:05

ווילאנג ער ווייסט נישט מיין אדרעס, קען ער מיר גארנישט טאן... (געב אכט, זאג אים נישט אויס וויאזוי איך זעה אויס).

בכלל קוקט אויס ווי ער האט מער מורא פון מיר ווי איך פון אים.

benkel34 » 12/9/2005 07:42

איין נייע פראבלעם איז מיר ציגעקימען מיטן ווערן א חבר און היימיש .יא קרעמער ביסט דערוואל איז דאס נאך די נאמען (אגב וואלט איך דיר געבעטן אויב מעגליך, די ווארט היימיש נישט אוועק צי נעמן ווייל דאס איז דאך איינע פון די הויפט מעלות פון דעם פורום אז סאיז היימיש)דער פראבלעם רופט זיך שליקערצען- היקאפס ווייל איך זעה אז מען רעדט דא פון מיר,און די באבעס זאלן זיין געזינט זאגן דאך אז דאס איז גורם מען זאל שליקערצן
קיין מאל קיין ערגערס הא?