אידעלעך, כאפטס א שמייכעל......
גייענדיק אין שוהל אריין, האב איך באמערקט וואס עפעס א יאקעל האט אויפגעהאנגען אין בית מדרש א צעטל, ווי ער קען אויסהיילען דעפרעסיע וכו',
נאר ליינענדיק דעם צעטל, האט עס מיר שוין לייכטער געמאכט...
אדרבה, לאמיר הערען דעם דעת הקהל...
[בילד – נישט אפגעהיט]
החסר משגעים אנכי?
דער עיקר אז א איד מאכט פרנסה.
דער בילד פון דעם איד ענדלט אין... ...
זיין אדווערטייזמענט איז דא אין א געוויסע איזראעלי צייטונג יעדע וואך.
זעהט אויס ער איז שוין אויך אנגעקומען אין די סטעיטס
איך מיין אז די וואונדער מאסק, דאס איז נישט פאר יעדן צוגלייך, דאס איז ספעציעל געאייגענט פאר אזעלכע מענטשן, וואס באשפריצן זיך מיט גריינימאן'ס טראפן, און נעמען טעראפי מיט "בייא-ענערג'י", טוען זיך באהאנדלען מיט "רעפלעקסאלאדזשי", הענגען אויף א מיאוס שטיקל אייזן אויפ'ן וואנט אקעגן "זשיאופעטיק סטרעסס", שלאפן און טרעטן אויף מאגנעטן - וועלכע ציען ארויס אלע פראבלעמען און דאגות, לאזן זיך עלעקטריזירן און קורירן דורך מר.יהודא'ס עלעקטרישע הענט, מוזן זיך לאזן שטעכן דורך אן "עקיופאנקטשור", וואשן זיך די הענט און וועש בלויז מיט נאטורליכע "מאלאלוקע" אדער "שעקלי" זייפן, און טוען זיך טעגליך באטראפן, באשמירן, און טרינקן "האמעאופאטישע" טראפן.
און איבער דעם אלעם אויב טוט מען אן דעם מאסק, איז עס ממש א סגולה צו....
און די וואס זענען שוין געלאפן קויפן דעם זילבערנעם רינגל מיט שמות דערויף.
פארגעס נישט אז זיי נעמען אויך צוםקל פאר א תענית.
jid_613 ביסט שוין געווען ביי עם ? זשאסט קידינג
אזוי ווי עס איז ווי נישט ווי דא דא אויף היידפארק אזעלכע וואס דארפען אביסעל אקיופאציע, איז אפשר דא איינער וואס איז גרייט צו זיין א מתנדב, און גיין צו אים, און צוריק קומען באשרייבען ווי אזוי עס איז געווען?