היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » למך! פוץ ארויס פון לינקן לעין

למך! פוץ ארויס פון לינקן לעין

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1545314

בןמלך » 30/8/2005 02:47

מיינער א נאנטער ידיד האט זיך צו מיר ביטערלעך אויסגערעדט:
נאך א שווערן טאג ארבעט, איך לאז מיך ארויס אויפן וועג. איך פאר אין פולן שוואונג מיט א שנעלקייט פון ביילייפיג 63 מ.פ.ש. אויף א 55 ספיד לימיט הייוועי, צוגלייך מיט אלע קאמעראדן הייוועי פאסאזשירן. פלוצלינג קומט אלעס צו א שטילשטאנד, אלע דרוקן דעם סטאפ ברעיק, עס הייבט זיך אן אנקלייבן א שטיקל טרעפיק. וואס האט דארט פאסירט? אן עקסידענט, ניין, קיין בליטשקענדע לעמפלעך, קיין סירענעס. אפשר איז יעצט ראש אוער? אבער-וואס, כמעט נישט דא קיין מאשינען אויפ'ן גאנצן האלב ליידיגן שאסיי, אלא מאי, וואס גייט דא פאר, אלעס פארט פאמעלעך, לאנגזאם... די געדולד הייבט אן אביסל צו פלאצן.
אנשטרענגענדיג מיינע אויגן קוק איך אביסל אויף פאראויס, און איך זעה אז בלויז עטליכע הונדערט פיס אוועק איז דער וועג גענצליך ליידיג. וואס טוט זיך דא?
איך הייב אן שניידן פון רעכטן צום לינקן לעין, אהין און צוריק, ביז עס איז מיר געלונגען, איך בין אנגעקומען צום אנהויב פון די טרעפיק. ווייטער האב איך נישט געקענט גיין, צוויי אויטאס שפאצירן אזוי ברודערליך איינס אין רעכטן און איינס אין לינקן לעין אויף בערך די זעלבע אומגעפער 45 מ.פ.ש. כאילו זיי וואלטן זיך אנגעכאפט באנעזאם, ווי אפגעשמועסט פון פריער. עס איז נישט דא קיין שום וועג ארויס. איך קוק מיך ארום אפשר זענען דאס צוויי גאר נאנטע פריינט אדער ברידער וואס קענען זיך פשוט נישט שיידן. די אויטאס זעען טאקע אויס כמעט די זעלבע, ביידע קארס זעען אויס ווי א אויסגעוואקסענע ירושה פון דעם עלטער פעטער. אבער, ניין, איין קאר דרייווט אן אלטע אמעריקאנע לעידי דרייווער, און די אנדערע - גאר אין דעם לינקן פעסינג לעין - פירט א היימישער אינגערמאן, קיין בארד האט ער נישט געהאט, קלין שעיווד, די אויסזען איז ווי פון א יונגע בן תורה. איך הייב אן צו פייפן, נישט קוקנדיג אויף כבוד התורה. און ער קוקט מיר צוריק אין שפיגל מיט צוויי אומשולדיגע אויגן, אז מ'קען מיינען ער איז דאס איידלקייט אליינס. איך גיב נאך א פייף מיט א בליטשקע פון די היי-ביעמס, און ער ווייסט נאך אלס נישט וואס דער "ווילדער" דרייווער הונטער אים וויל פון זיין ליבן לעבן. ער ווייסט נישט אז די לינקע לעין איז א "פעסינג לעין", ער ווייסט נישט אז די ווייסע טאוולען אויף די זייט פון די הייוועי מיט די קלארע אויפשריפט 55 מיינט עפעס אנצוהערן, ער ווייסט נעבעך גארנישט...
ענדליך נאך עטליכע פייפערייען פון נאך עטליכע אנגעצויגענע דרייווערס, האט ער עפעס אנגעהויבן פארשטיין אויפן וואונק, איך ווייס נישט וואס ער האט פארשטאנען, אבער ער האט זיך געגעבן א ספאנטאנעם רוק צו רעכטס.
און די קורצע אבער דענערווירנדע ספעטעקאל איז פאראיבער..
דאס איז נישט דאס ערשטע מאל, דאס מאכט זיך נישט נאר איינמאל פערצופאל, נאר כסדר. אמאל א פרומע לעידי דרייווער, אמאל א ווארעמער חסידישער אינגערמאן. אמאל אן ערלית און אמאל אן ערל. פארוואס טראכטן נישט די גולמות? דער בורא האט דאך באשאפן א קאפ צו טראכטן.
אז דו קענסט נישט דרייוון, "פוץ ארויס פון דעם לינקן לעין"!

באראפארקער » 30/8/2005 05:30

הייסט די ביסט געווען דער מטורף וואס האט געפיפען אונטער מיר ווי א שופר אין תשעה באב?
נעקסטע מאהל וועל איך שרייבען דיין לייסענס פלעיט דא אויף היידפארק!!

ואס_הערציך » 30/8/2005 07:17

אפשר האט ער גיהאלטן אין מיטן פארענטווערן א שווערער רמב"ם ?

דאכענע » 30/8/2005 16:44

הער אויף מיט גילוי...

פארוואס זאגסטו אויס אז באראפארקער איז "קלין שעיווד"?

בןמלך » 30/8/2005 19:11

לכבוד ידידי בארא פארקער נ"י
די מעשה האט מיר א חבר פארציילט, (קוק נאכאמאל מיין מעשה).
דאס האט נישט פאסירט מיט מיר. איך בין זייער א רואיגער, און בפרט אויפן הייוועי פרוביר איך צו זיין ארענטליך.
איך האב געברענגט די מעשה מעורר צו זיין די קלעצער וועלכע זעצן זיך צו צום רעדל אן דעם וואס זיי האבן גענומען געהעריג שימוש, און מאכן אן שטאפענישן און איבערקערענישן. און ישט גענוג זייער גאנצע נעבעכדיגע דרייוון, זעצן זיי זיך אריין אין לינקן לעין מיט די פולסטע רואיגקייט ווי די בוקארעסטער מחותנת'טע.

בןמלך » 30/8/2005 19:31

און בדרך אגב, באראפארקער,

if you can't drive, get off the road!

יוסףמאיר » 30/8/2005 21:35

די נערוועיזע דרייווערס זענען שרעקליך, מען קען מיינען אז זיי וועלן אונקומען שנעלער מיט צוויי מינוט, אין וועגען דעם זאלען מיר אלע פארען ווי חיות.

דאכענע » 30/8/2005 21:39

געווענליך וועסטו זיך טרעפן ביים "טאלל באטט" מיט דעם דרייווער וואס האט דיך גע'קאט' אויף 100

בןמלך » 31/8/2005 01:48

עס איז שרעקליך וויטאגליך צו זען ווי מ'פארקריכט פון די עיקר. אמת, עס זענען דא ווילדע דרייווערס וואס רייסן ווי חיות אויף 80 90, דאס איז סכנות'דיג און אומ'אחריות'דיג.
איך האב גערעדט פון די וואס פארן "אונטערן ספיד לימיט", און ווי ביים זיידן אין וויינגארטן שפאצירן זיי מיט די פולסטע רואיגקייט אויף 40 50, און די רעכטע לעין איז זיי נישט גענוג באקוועם, זיי מוזן גיין אין פעסינג לעין, און אפשפארן דעם גאנצן טרעפיק, כבוד התורה...
דאס איז א חילול ה', מ'טוט וויי פאר נארמאלע מענטשן וועלכע ווילן יא איינהאלטן דאס געזעץ און פארן אויף די "נארמאלע" ספיד לימיט. ועל כולם איז דאס פארן אין לינקן לעין אקעגן די געזעץ, (מ'קען באקומען דערפאר א טיקעט, די לינקע לעין איז בלויז א פעסינג לעין), און מר. בראופמאן האט דאך געשריגען אז "דינא דמלכותא דינא"...