"איבעא להו", האבן די בני ישיבה אן איבעא געפרעגט. "חיזוק מהו?" וואס מיינט דאס חיזוק?
אזוי שטייט אין גמרא (תוספות הש"ס, מהדורת היימישאי, מסכת שטותאי, דף לא נמצא). שטייט דאך אז "לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה"; איז טאקע נישט מבואר גענוי וואס די בני ישיבה האבן דא געמיינט צו פרעגן. העמער אזוי פרובירן צו מבאר זיין די סוגיא בדרך אגדה, כיד ה' הטובה עלינו.
איז אזוי. די פראגע פון די בני ישיבה איז זיכער נישט געווען פשוט, "וואס איז טייטש חיזוק", ווייל דאס ווייסט דאך יעדער בר בי רב דחד יומא. מוז זיין אז זיי האבן זיך באצויגן צו איין ספעציפישן פאל, ביי וועלכן דער געווענליכער פירוש פון חיזוק האט נישט אזוי אריינגעשטימט; האבן די תלמידים געוואלט פארשטיין וויאזוי פארטייטשט מען חיזוק אין אט-אזא פאל. וחסורי מיחסרא והכי קתני: "איבעא להו: חיזוק מהו? בכללא לאו איתמר, דזיל קרא ביה רב הוא! כי קא בעא לן? בגוונא ספֶּצִפָאִי, דלאו בכל יומא מתרחש – חיזוק דכל יומא קרינא ליה, או דילמא, כיון דגוונא ספֶּצִפָאִי הוא, משמעותיה גם כן השתנה?"
די ראשונים (דער בעל "האשכול", "שרשור", "תיבה אישית", "טקסטשלךכאן", "ערוך הודעה", "שלח תגובה" און אנדערע) מוטשען זיך ארום צו פארשטיין איבער וואסספארא פאל דער "ספֶּצִפָאִי" באציט זיך. פארשידענע הסברים ווערן אנגעגעבן, אבער (כבוד תורתם במקומם מינח) דער צד השווה שבהן איז אז אלע זענען זיי א דוחק גדול.
האב איך, בעניי, ובזכות אבותי ורבותי נבג"מ, געקלערט צו זאגן אזוי. די גמרא רעדט דא פשוט פון דעם חיזוק וואס די חרדי'שע צייטונגען דערמאנען ביי א נייעס איבער א רעבּע וואס איז געקומען צוגאסט אין שטאט.
"כ"ק מרן אדמו"ר מפאלודזשא שליט"א ערווארטעט צוגאסט בעיר התורה והחסידות ביראביזשאן
"ביראביזשאן. – מיט גרויס פרייד האט דאס יהדות החרדית דאהי אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק מרן אדמו"ר מפאלודזשא שליט"א איז נעתר געווארן לבקשת חסידיו ומעריציו [בלא בלא בלא בלא בלא בלא בלא].
"דער באזוך פון פאלודזשער רבי'ן שליט"א וועט אריינבלאזן הויפנס מיט חיזוק [בלא בלא בלא]."
האבן די תלמידים דא געוואלט פארשטיין צוויי זאכן. מיר ווייסן דאך א כלל, אז חיזוק גיט מען געווענליך א צעבראכענעם מענטש. יעצט, דאס יהדות החרדית אין ביראביזשאן איז דאך כלל נישט געווען צעבראכן איידער דעם באזוך פון פאלודזשער רבי'ן. קומט דאך אויס, אז דער חיזוק וואס דער רבי שליט"א גייט אריינבלאזן, וועט קומען ווי א סורפּלוס. האבן די בני ישיבה געוואלט וויסן, וואס דר'עולם וועט טאן מיט'ן שרעקליכן חיזוק-סורפלוס.
והשנית, האבן זיי געוואלט פארשטיין פון וואָסערען מאטעריאל דער "חיזוק" איז געמאכט געווארן. פונעם לשון "אריינבלאזן" זעט אויבנאויף אויס אז דער "חיזוק" איז עפעס אזא מין לופט. אבער דאן וועט דאך ביטער קשה, וואס איז דאס לשון "הויפנס"? לופט גייט דאך נישט ביי די "הויפן"? וועט מען מוזן אננעמען אז חיזוק איז אזא סארט שטויב, און פון דעם וועט דער גרויסער גאסט פון פאלודזשא אריינבלאזן גאנצעטע הויפנס. אבער אי הכי דארף מען פארשטיין פארוואס דער רבי שליט"א וועט דאס בלאזן, אין דער צייט וואס עס זענען פאראן פיל נארמאלערע אופנים פון דאס אריינגעבן אין אנדערע, ווי צום ביישפיל דורך גיסן, שטופן, אנפיטערן?
דאס האבן די תלמידים געפרעגט. דיקא נמי, ווייל דער לשון האיבעא (נאכ'ן "חסורי מיחסרא") איז או דילמא, כיון דגוונא ספֶּצִפָאִי הוא, "משמעותיה" גם כן השתנה.
אזוי האב איך געטראכט אריינצולערנען פשט, והוא רחום יכפר וכו'.