היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שבת קי"ג: והא מיתחזי כרמות רוחא

שבת קי"ג: והא מיתחזי כרמות רוחא

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1536230

זאב58 » 24/8/2005 22:13

די גמרא זאגט אז שבת דארף מען אראפ לאזען די קליידער זיי זאלען זיין לענגער ווי א גאנצע וואך. פרעגט די גמרא עס זעהט דאך אויס ווי רמות רוחא, ווי מען האלט זיך גרויס? ענטפערט די גמרא אז א גאנצע וואך גייט ער נישט אזוי און ער טוט עס נאר לכבוד שבת, ווייסט יעדער אז ער מיינט עס נאר לכבוד שבת און נישט צו זיין א שיינער איד.

לויט דעם פרעגט זיך די קשיא ווי מעג מען גיין א גאנצע וואך מיט שבת'דיגע קליידער?

מען קען ענטפערען אז היות ימות המשיח רופט מען יום שכולו שבת ווילען די וואס טועהן זיך אן א גאנצע וואך שבת'דיג מקרב זיין די גאולה, אז עס זאל שוין זיין יום שכולו שבת.

ודפח"ח וש"י.

תוקן על ידי - זאב58 - 24/08/2005 22:13:14

עפשטיין » 24/8/2005 22:41

וועגן דעם גייען דאך די חבדסקער די לעצטע פאר יאר זייט דער רבי איז געווארן משיח מיט בגדי שבת א גאנצע וואך.

פדן_ארם » 25/8/2005 06:32

איז דאס אפשר די מקור פון די נשים װאס גייען שבת מיט די(געאסר'טע) לאנגע פאונדיעלאס?

באראפארקער » 25/8/2005 06:39

אינטרעסאנט איז, אז די מנהג פין האבען אנדערע לבושים אויף שבת פין א גאנצע וואך, שטאמט פין אר"י הקדוש, אבער די מנהג אשכנז איז נישט געווען צו האבען אנדערע (סארט) מלבושים, און פארדעם שטייט אז שבת חזון זאל מען טראגען די זעלבע מלבושים. משא"כ היינט אז מען טראגט בגדים מיוחדים לכבוד שבת איז בטל געווארען דער מנהג פין גיין שבת חזון וואכעדיג.


ר' זאב
לגבי דעם וואס די שרייבסט, פין די גמרא אליין איז א ראי' אז שענערע אידען ת"ח פלעגען גיין אינדערוואכען אזוי ווי דער פשוטע איד שבת, דו"ק ותשכח.

און בכלל, מען דארף זיך מער זארגען פאר די רמות רוחא אליין ווי די "מיחזי" כרמות רוחא.