דער ארענדער, דער ראש הקהל, דער סעקרעטאר און דער דיין געפונען זיך דא אויף איינמאל!!!
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » היסטאריע אין היימישע שטותים
היסטאריע אין היימישע שטותים
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1534842
בלאט: 1 2
דזשינקס; דו האסט מיך אויסגעכאפט איך האב יעצט געוואלט שרייבן אז עס קומט יעצט פאר א וויכטיגע זיצונג פונעם ארענדאר מיטן ראש הקהל און דער סעקרעטאר מיטן דיין
דאס איז נאך גארנישט.... דע בעסט פארט איס אז די וואס דארפן 'נישט' דא זיין זענען נישט דא.....
עה עה.....איך האב קיינעם נישט געמיינט....

ווי וויכטיג קען שוין דער מיטינג זיין אז אינערהאלב דעם אזוי-וויכטיגן מיטינג געפונען מיר נישט עפעס בעסער ווי "שרייבן אויף היידפארק"...
קרעמער האסט פארגעסן נאך א היסטאריע (היסטעריע) אז הוטקע איז אריינגעפאלן אין שוהל צושויבערט און צובלאזן ווי א מאלפע נאכן ארויסגראבן פון למטה מעשרה טפחים
און אפילו... הערשט נישט לאנג צוריק האבן געהאט דא דעם אלטן רעב הוטקע אויך
טאקע א היסטערי
טאקע א היסטערי
יענטאאש, בן הרחמן, פרעג איך אייך: אויף דעם האט אויסגעפעלט היידפארק? אז איך זאל זיך קענען שרייבן מיט אייך? איך קען דאך אייך אפרופן אויפן טעלעפאן און פטור אן עסק...
דער תירוץ איז: עבדים היינו!
עה, דער תירוץ איז, אז לולא היידפארק, ווען נישט היימישע שטותים וואלט איך נישט געהאט די זכיה צו קענען אזעלכע חשוב'ע געשמאקע און בא'טעמ'טע אידן ווי אייך אלע!!! (דא רעד איך שוין צו יעדן פון אייך, נישט נאר די פארזאמעלטע דא אין קהל'ס אפיס).
אגב, ס'קוקט אויס ווי דער דיין איז פארנומען געווארן מיט א שווערע מראה... ער איז ניקס צום האבן.

וואס מאכסטו אזוי חוזק פון הייד פארק? הייד פארק איז היינט צוטאג פון די מכובד'יגסטע פלעצער, והא ראיה איך בין דא, דו ביזט דא......
(קוק נאר ער האלט זיך שוין פאר אן ערנסטער 'ערנסטער איד'....).

אוי וויי, יעצט זעה איך אז דער דיין איז יא בתוכינו...
אפשר וועט ער גאר זיין באליידיגט אז מען וועט געוואויר ווערן אז ער האט 'נישט' אזויפיל שאלות ווי ער וויל מען זאל מיינען...

דער דיין האט שוין געענדיגט פוקד עקרות זיין ער זיצט שוין צוריק אין בית הוראה ביים זייט פון קהל'ס אפיס
איר ווייסט וואס די גמרא זאגט ווען אלע אבות קומען זיך צונאזאם קענען זיי ברענגען די גאולה, אפשר קעמיר אונז אויך עפעס אויפטוהן צוזאמען? ווער ווייסט?
ס'גארנישט זייט נישט אזוי באזארגט כ'אזעך פארטראכט אין די בני אפרים וואס זענען צוריק געווארן לעבעדיג
שוין ווייטער רמזים... דער דיין איז גוט גע'לוינט' (איך ווייס נישט וועלכע שפראך דאס איז... אבער איך האף אז איר כאפט וואס איך מיין).
רבינו פרש דבריך.
רבינו פרש דבריך.
אפשר ביזט טאקע אזא נער אז דו פארשטייסט נישט קיין וואונק
אבער א תלמוד חכם ביסטו דאך יא (עכ"פ אזוי האב איך געמיינט).
ווייסטו דען נישט אז הוטקע איז דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז צוריק לעבעדיג געווארן?
די בני אפרים זענען געווען די ערשטע, און מ'איז דן אין זיי להלכה איבער אסאך זאכן, און אזוי ווי די היסטאריע האט זיך איבערגעשפילט האב איך מעיין געווען אין די הלאכעס, צי וויסן אייס אשער לפאנייני

האסט אפשר פארזעהן דעם בן הצרפתית וואס אליהו האט מחיה געווען?
יא אבער נישט נאך אזויפיל צייט אפשניט פון יארן
און אין די הלכה איז מען נאר דן אויף די בני אפרים, סאו כאדעך געמוזט ווייסן וואס כ'א ציטון דא
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 24/08/2005 2:40:34

ר' זרח במחילת כבודך הזורחת, מיין איך אז מען טרעפט נאך עטליכע מאהל צווישן די בני אפרים און הוטקע וואס זענען צוריק לעבעדיג געווארן, איינס וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט איז פון אלישע וואס האט לעבעדיג געמאכט דאס קינד
הוטקע ע"ה איז געווען נענטער אין צייט אפשניט צום בן הצרפתית ווי די בני אפרים ...
אוי מיין דערבארעמדיגער קרעמער האט שוין דאס געפרעגט און איך האב שוין געענטפערט
כ'מיין עה... עה... פיר וואכן איז נישט גענוג
און וואס טוטסעך וועגן מיין צווייטער טערעץ?

כ'מיין אז אלישע האט למעשה נישט מחיה געווען דאס קינד, בין איך נישט גערעכט? דער מנובל גיחזי (שאחזה בהוד יפיה, ברכות י' ע"ב) האט דארט געשטערט די זאך, HE SCREWED UP
וועגן דיין צווייטע תירוץ, כ'ווייס נישט אין וועלכן ספר איר קוקט געווענליך נאך, אבער אין חכם צבי רעדט ער ארום פון דעם בן הצרפתית (איך האב דיר שוין פון לאנג געזאגט - זרח'ל - אז איך בין זייער שוואך אין מראה מקומות, על כן קום מיר נישט זאגען: לא מיניה ולא מקצתיה, לא דובים ולא יער, דער חכם צבי רעדט כלל נישט דערפון... מיין שוואכע זכרון זאגט אז יא).
דער חכם צבי לויט ווי איך געדענק רעדט פון א מענטש וואס מען האט באשפאו מיט ספר יצירה, (קען זיין ער רעדט אויך פון תחיית המתים'דיגע מענטשן אבער איך געדענק נישט) איך האב שוין אמאל דורכגעקוקט יענע תשובה,
דער ראש הקהל איז ארויסגעלאפן אינמיטן די מיטינג, זעהט אויס אז ער איז געבליבן הונגעריג היינט נאכן אויסשפייען א האלבן סענדוויטש ביי פרישטאג ליינענדיג דעם טאגבוך פון אונזער פראקאטאלירער נאטורליך, ממילא האט ער דרינגענד געדארפט גיין עסן נאכטמאהל, מיר וואונטשן איהם א גוטן אפעטיט
סארי, באט אלישע האט לעבעדיג געמאכט דאס קינד. אזוי שטייט אין פסוק בפי'
***
די תשו' חכם צבי רעדט בנוגע מצרף זיין צי מנין א אדם הנוצר ע"י ספר יצירה, און דער באר היטיב ברענגט עס אראפ אין או"ח הל' תפלה סי' נה סוסעי"ק ב'.
אבער מיר רעדן דאך פון א תחיית המתים מענטש...
וואס אין דעם זענען טאקע די פוסקים אויך דן, הן ביי די בן הצרפתית און הן ביי אלישע, לגבי עניני אהע"ז.
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 24/08/2005 3:39:05

אוי א שאד הוטקע לעבט שוין נישט.... איי ער לעבט דאך שוין צוריק יא...
א בפירושע גמ' מגילה ז: קם רבה שחטי' לר' זירא למחר בעי רחמי עלי' ! נו א ריכטיגע תחיית המתים.
אוי אוי הוי הוי הוטקע הוטקע'לע זיסער קיינער קען דיך נישט ערפילן קיינער אפילו קרעמער... ניין קיינער....
גוט מארגן ברידערלעך.
שוין געזאגט ברכת התורה, יעצט קען מען זיך צוריקזעצן לערנען.
1. איך האב זיך טאקע טועה געווען, אלישע האט יא מחיה מתים געווען דאס קינד, הגם גיחזי האט עס פארדארבן פון אנהייב. אזוי שטייט אין מלכים ב' קאפיטל ד'.
2. דער דיין האט אפשר פארזעהן א גמרא אין נדה (אפשר האלט ער נאכנישט דארט) ע' ע"ב "בן השונמית מהו שיטמא", זעהן מיר אז מען איז יא דן אויפן בן השונמית.
דער רש"ש אויפן פלאץ פרעגט דארט: הלמאי, פארוואס פרעגט נישט די גמרא לגבי בן הצרפתית וועלכער איז געווען פריער, וואס אליהו האט מחיה געווען. און ער ענטפערט לויטן רד"ק וואס שרייבט אז דער בן הצרפתית איז גאר קיינמאל געווען טויט! (איך האב נישט געזען יעצט דעם רד"ק אינעווייניג, אבער דער רש"ש ברענגט אים צו).
3. דאס וואס געשמאקער שרייבט פון רבי זירא, אז רבה האט אים גע'שחט'ן אום פורים און צוריק לעבעדיג געמאכט. דער מהרש"א אויפן פלאץ שרייבט אז ער האט אים נאר שטארק קראנק געמאכט (מיטן אנטרינקן אים אסאך וויין) אבער נישט גע'הרג'ט ממש. און דער יעב"ץ שרייבט אז די גאנצע זאך איז נאר געווען אן אויג-פארבלענדעניש, אחיזת עינים ווי עס רופט זיך, רבי זירא איז אבער פאר'חלש'ט געווארן דורכדעם און רבה האט אים דערמינטערט (זעה אויך אין בן יהוידע אז ער איז פשוט אויסגעגאנגען דורך דביקות, ע"י לימוד התורה שלמדו בצוותא חדא, ע"ש).
4. מענין לענין, זענען די פוסקים דן אויף אשת אליהו הנביא, נאכדעם וואס ער איז ארויף אין הימל, אויב זי מעג חתונה האבן. דער תרומת הדשן שרייבט אז נאר אן אשת איש איז אסור, אבער אן אשת מלאך איז מותר (וראיתי קושיא, דהלא גם מלאך נקרא איש, דכתיב וימצאהו האיש וצ"ע).
נו, קדיש דרבנן....

א גטון מר. קרעמער;
וואס מאכט מען עפעס גוטס?
ב"ה.
הער, איך קען דיר נישט יעצט ענטפערן אזוי באריכות דא אין קהל'ס אפיס, ווייסטעך, ס'ווארט מעך אפ דארט אין בעס-עראעה א ליין פיל מיט מענטשן, כעדער נאר ענטפערן בעקיצער.
קוידעם א דאייען לערנט ש"ס פון אויבן אראפ... ווייל ער האט מער שאלעס אין די לעצטע מעסעכטע ווי אין די ערשטע... סאו זאג נישט איך האלט נאך נישט דארט.
און צום ענין איז אזוי:
פון די אלע וועלכע זענען צוריק לעבעדיג געווארן, בן הצרפתית, בן השונמית, ר' זירא און נאך, זענען די פוסקים אין דערין אין עטליכע פלעצער. (טייל פוסקים זענען אויך דן אין די זעלבע נושאים לגבי די אידן נאך מתן תורה, וואס ס'איז געווען פרחה נשמתן, און אויך לגבי אחר תחיית המתים אויף מיר האפן בקרוב).
זיי זענען דאס דן לגבי טומאה וטהרה (שם בנדה). לגבי הל' אישות אין אהע"ז סי' י"ז.
דער ברכי יוסף (להחיד"א), דארט אין אהע"ז סי' י"ז ס"ק א' פרעגט וז"ל: ויש להסתפק, אשת ר' זירא כי נשחט בעלה ומת, ודאי פקעו קדושיה והותרה לשוק, וכי חיה למחר הי' צריך לקדש לאשתו קידושין חדשים וכו' דפנים חדשות באו לכאן וכו', או דלמא הא דאשה קונה עצמה במיתת הבעל היינו דוקא כאשר מת ונשאר מת, אך כשלא נקבר וחי' ע"י נביא, אלגאי מילתא דאותה מיתה לא היתה מיתה כמות כל האדם, ולא פקאה קדושי קמאי. עיי"ש באריכות.
וע"ע בספר כנסת הגדולה שם אה"ע סי' י"ז בהגה"ט אות ב' שכתב וז"ל: וסבור אני דאם מתה אשה תחת בעלה מיתה ודאית ושוב חיתה ע"י נביא כמו אליהו לבן הצרפתית ואלישע לבן השונמית, דלא פקעה זיקת הבעל מעליה ואינה יכולה להינשא לאחר.
אויך איז דא חתם סופר אין בבא בתרא (לח ב) וואס רעדט לגבי דיני ירושה זאגט ער: שהבן שהחי' אלישע איננו שוב בנו ליורשו, כי פנים חדשות באו לכאן.
עכ"פ מ'קען אסאך מאריך זיין דערין, ואכמ"ל

דיך דערמאנט נאך א תחיית המתים: רב כהנא (ב"ק קי"ז ע"ב).
איך פרוביר זיך יעצט דערמאנען עפעס א תוס' אין ב"מ מיט א שיטה מקובצת, אויך בנוגע דעם. אוי די זכרון...

אטו כי רוכלי' ליזל וליחשב?
ס'דא נאך אסאך אין בבלי, ירושלמי, מדרשים.
בנוגע דיין זכרון פראבלעם, האב איך דיר שוין געגעבן אנייצע אנפאנג וואך אינעם אשכול פון 'זכרונות'.

איך שרייב יעצט בשליחות פון קרעמער וועלכער געפונט זיך יעצט און אוצר הספרים האט ער מיך אנגעריפן מיט איין שמחה אז ער האט געטראפן דעם תוס'
און בבא מציעא דף קי"ד עמוד ב' עיין שם און אין שיטה מקובצת דארט

יישר כח נאט-טו-ביזי.
איך האב דיר אנגערופן צוליב איין סיבה: קנאת סופרים! איך האב נישט געוואלט אז דער תנא קמא ר' זרח זאל מיר אויסכאפן מיט דעם מראה מקום.
דער תוס' דארט פרעגט וויאזוי האט אליהו הנביא זיך געמעגט מטמא זיין צום בן האלמנה (ווען ער האט אים מחיה מתים געווען)? ער איז דאך געווען א כהן.
תוס' ענטפערט אז עס איז געווען פיקוח נפש, ווייל אליהו הנביא האט געוואוסט אז ער גייט צוריק לעבעדיג ווערן!
די שיטה מקובצת אויפן פלאץ שרייבט בשם איינער פון די ראשונים אז דאס קינד איז גארנישט געשטארבן, ווייל כל העומד לחיות כחי דמי! (איך האב נישט דעם שיטה מקובצת פאר מיר, אבער מיין שוואכע זכרון געדענקט בערך די ווערטער).

ערעב גמליאל;
וואס האסטע אזוי מוירע פאר דעם טאנע קאמע?
כ'זאג דער נאכאמאל - אטו כי רוכלי' וכו', ס'דא אסאך אין חכז"ל
נא הייב אן צו פאקן ווייז וואס דו געדענקסט...

קום אהער ר' דיינו; לאמיר צושטייטעלעך צונעמען די נושא:
דו האסט געשריבן נעכטן וזה לשון קדשך:
אפשר ביזט טאקע אזא נער אז דו פארשטייסט נישט קיין וואונק
אבער א תלמוד חכם ביסטו דאך יא (עכ"פ אזוי האב איך געמיינט).
ווייסטו דען נישט אז הוטקע איז דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז צוריק לעבעדיג געווארן?
די בני אפרים זענען געווען די ערשטע, און מ'איז דן אין זיי להלכה איבער אסאך זאכן, און אזוי ווי די היסטאריע האט זיך איבערגעשפילט האב איך מעיין געווען אין די הלאכעס, צי וויסן אייס אשער לפאנייני
פון דיינע ווערטער האט משמע געווען אז דאס איז עס, בני אפרים מיט (להבדיל) הוטקע, מער וועט מען נישט געפונען קיין תחיית המתים!
האבן מיר אלע אנגעהויבן אריינשרייען: בן הצרפתית, בן השונמית, רבי זירא, רבי כהנא וכו' וכו'. ווערסטו מיר פלוצלינג א צולייגער און שרייבסט: אטו כי רוכלא וכו'.
דיינו פריש דבריך

ועוד קשה על דיינו
נעכטן האסטו געשריבן איין תירוץ אז נישט נאך אזא לאנגע צייט אפשניט, צווייטע תירוץ אז אין די הלכה איז מען דן נאר אויף די בני אפרים,
און דערנאך האסטו געשריבן אז די צווייטע תירוץ בלייבט נאך אלס א גוטע תירוץ
און היינט קומסט שרייבן אז מען איז דן להלכה אויף אליהו אויף יהושע ועוד ועוד

לכל מאן דבעי למידע:
קרעמער מיט בן הרחמן זענען איינס און דאס זעלבע:
1. ביידע שרייבן זיי קושיות אויפן דיין.
2. ביידע שרייבן פינף מינוט אפגעריקט איינס פון צווייטן.
3. ביידע שרייבן אנהייב שיטער, דאן 'באלד', דאן ווידער שיטער.
ואידך פירושא זיל גמור

קרעמער איך האב דיך געבעטן דו זאלסט קיינעם נישט אויסזאגן און דו גייסט פאקט עס ארויס אויפן טיש, איך זעה איך קען דיך מער נישט טראסטן
קום אהער ערעב גמליאל לאמעך דער מסביר זיין.
דער דיון איז נעכטן געווען: וואו איך בין? וואס טו איך?
האב איך געענטפערט: בני אפרים, און מפרש געווען אז איך בי-נויסעק און די הלכה'דיגע חלק פון געשטארבענע-לעבעדיגע מענטשן.
האט איר געפאקט בקיאות און געברענגט נאך ענדליכע פעלער. האב איך דען געלייקענט אייערע מאמרי חז"ל?
שפעטער האסטע נאכ בערכעסהאטוירע געווארפן עפעס בקיאות און הלכות.
האב איך זיך אראפזעצט און דיר אפגעשריבן אפאר מראה מקומת און וואס כ'אב דן געווען.
קומסטע מער דערנאך פארציילן אז האסטעך דערמאנט פון נאך א גמרא.
נא וואס איז? איך לייקן עס דען?
איך זאג דער נאכאמאל: אטו כי רוכלא. ולמאי נפק"מ? כ'אדער געענטפערט אין וואס כ'אב נעכטן מעיין געווען.
פארשטייסט?
***
כאב עס צוגעשטעלט צו די בני אפרים ווייל זיי זענען די מערסטע ענדליך צו אונזער הוטקע - פירש, ווייל זיי זענען שוין געווען אין קבר און הוטקע אויך. און עס כאפט א נפק"מ להלכה, זע אינעווייניג אין ברכי יוסף אין אהע"ז וואס כאב שוין אויבן צוגעצייכנט.

שוואכע תירוץ. כ'האף אז אין איסורי כריתות דרייסטו נישט אזוי ארום מיט די דיקע פינגער ווי דא.
מיינסט צו זאגן
דו האסט א שוואכע תפיסה
כ'מיין אז די תפיסה האט נישט צו טאן מיטן זכרון ...

רבי זרח;
די ווערטער זענען נאכנישט פארענטפערט געווארן, דריי אהער, דריי אהין, די ווערטער וועלן פארבלייבן דא!
ווייסטו דען נישט אז הוטקע איז דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז צוריק לעבעדיג געווארן?
די ווערטער זענען נאכנישט פארענטפערט געווארן, דריי אהער, דריי אהין, די ווערטער וועלן פארבלייבן דא!
ווייסטו דען נישט אז הוטקע איז דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז צוריק לעבעדיג געווארן?
דיין רעב זסאאארעחך:
כ'פארשטיי נישט וואס דו האסט יעצט געזאגט מיט די תפיסה, אבער נישקשה, נישט אלעמאל פארשטיי איך וואס דער דיין זאגט.

איך שריי מיט מיט קרעמער,
נעכטן האסטו געזאגט:
ווייסטו דען נישט אז הוטקע איז דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז צוריק לעבעדיג געווארן?
האלאו!, וואס פשט?!..

נאכאמאל טייערע קינדער;
ר' גמליאל האט נישט געקאפטשאט מיין איינפאכער טערעץ האב איך אים געזאגט אז עפשער האט ער א שוואכע טעפיסע אזוי ווי ער באקלאגט זיך אליין אלעמאל אויף זיין זכרון
קרעמער;
נאכאמאל, הוטקע איז געווען דער צווייטער אין די היסטאריע וואס איז שוין געווען אין קבר און איז צוריק לעבעדיג געווארן, און לגבי אישות כאפט דאס א נפק"מ להלכה עיין בברכי יוסף.
פארשטייסט?
פרעג מיין קינד, שעם זיך נישט, פרעג... פרעג...
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 25/08/2005 3:09:05

אוטש..............ווער שרייט דארט, מיין אויער טוט שוין וויי,
אקעי באלד גייט דער דיין שוין מודה זיין מודים דרבנן היינו שבחייהו און מען זאל זיך שוין אויפהערן טענה'נען

'בן הרחמן' מיר שרייען נישט, מיר פרעגן נאר אזוי סארקאסטיש-פרעגעדיג-האלאו'דיג אויף אביסל א הויכע טאן, ווייסט וואס כ'מיין.
זרח'ל; עס קוקט אויס אז איר וועט זיך שווער ארויסדרייען פון דעם גרוב וואס איר האט אייך אליין געגראבן...
רב כהנא איז שוין אויך געווען אין קבר און איז צוריק לעבעדיג געווארן! (עי' ב"ק קי"ז ע"ב)
רב כהנא איז שוין אויך געווען אין קבר
איז בעקיצער וואס איז דיין פראבלעם?
האסטמעך געכאפט אויף א ווארט וואס כאב געזאגט דער צווייטער אין דע היסטערי
אדער וואס?

דא גייט יעצט פאר אזוי:
צוויי עקשנים האבן זיך צוזאמגעטראפן אויף א שמאלן בריקל, קיינער וויל נישט ארויפבעקן אז דער צווייטער זאל קענען אדורכגיין, ענדערש וועלן זיך ביידע קריגן און צוזאמען אריינפאלן אין וואסער ח"ו...
אבער היות אונזער פורום איז געווידמעט "נישט" צו מאכן קיין מחלוקת (אפילו צווישן ניקס), הגם מחלוקת אין דברי תורה איז נאר געזונט, ואדרבה את והב בסופה כתיב (קידושין ל' ע"ב), אבער כדי שלא יאמרו הבריות כל הסריקין אסורין וסריקי בייתוס מותרין, וכדי שלא תהא כהנת כפונדקית, וועלן מיר מאכן א סוף צו די מחלוקה דא.
ליתר שאת האב איך אפגעשריבן א בריוול צו ר' זרח'ל, לאמיר האפן אז ער וועט אונז מוחל זיין.
ושלום על ישראל.

יא כ'אב ערהאלטן דעם בריוו און אט איז וואס כאב געענטפערט;
מ'קריג מער זעך דען? כאאאאאאאס וועשאלעם דאס איז דאך איינס פון די וויכטיגסטע טעקאנעס דא אין קרעמל....
ביי אונז אצינד אידעך עס ריתחא דאורייתא!
ווער האט דען נישט הנאעה פון א תורה'דיגע פלפול?
עניוועי, אויב וואלט איך מיך געפילט געטשעפעט וואלט איך דיר גערן מוחל געווען, אבער ביי תורה'דיגע קריגערייען אויב איז מען נישט גערעכט זאגט מען, טעיתי און מ'איז מודה, און דאס וועל איך בל"נ טוען אויב ס'וועט זיך אויספעלן.
און עמער מעסאייעם זיין מיט די ווערטער פון אונזער גוטער פריינד דער כאשעווער ר' קרעמער:
"ושלום על ישראל "
אגוטע נאכט
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 25/08/2005 6:15:55