מעשה שהיה: ווער איז גערעכט?
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1534428
דערציילט מיר איינער אזא מעשה:
דעם פארגאנגענעם זונטאג אווענד, אום 5:30 שפאצירט ארויף א פרוי אויפן בארא פארק באס (אויך באקאנט אלס "וויליאמסבורג באס"... עס ווענדט זיך וואו איר וואוינט), זעצט זיך אנידער אויפן לעצטן ליידיגן פרויען זיץ.
ביי דעם נעקסטן סטאפ קומען ארויף צוויי מיטליעריגע פרויען (אין די זעכציגער יארן) און זיי דערזעהן זיך אנע פלאץ וואו זיך ארונטערצוזעצן.
די פרוי האט באמערקט אז אויפן לעצטן זיץ פון די מענער זייט זיצן זיך צוויי זיבעצן יעריגע בחור'לעך.
די פרוי האט געטאן דאס וואס זי האט געזען פאר ריכטיג, צוגעגאנגען צו די צוויי בחור'לעך און געפרעגט: וואלט איר זיך נישט אפשר אויפגעשטעלט און איבערגעגעבן אייער ארט פאר די צוויי עלטערע פרויען?
די בחורים האבן זיך אויפגעהויבן, געשטאנען די גאנצע וועג, אבער דא האט זיך אנגעהויבן א רודעריי אויפן באס.
די פרויען פון די הונטערשטע זייט באס האבן געשריגן און פארפירט אויף אט די פרוי: היתכן, ס'ארא חוצפה האט איר אויפצוהייבן בחורים וואס זענען אפגעמוטשעט פון א גאנצן טאג לערנען?
די טענה'רייען האבן זיך נישט אויפגעהערט במשך די גאנצע נסיעה.
דאס וואלט זי שוין פארדייעט, אבער ביים סוף פון די נסיעה, ווען דער באס האט שוין דערגרייכט די וויליאמסבורגער גאסן, איז צוגעקומען א אינגערמאן (מיטן פולן חסיד'ישן לבוש) צו די פרוי און איר געזאגט כהאי לישנא: איר האט פארשעמט די תורה!!!
איר ווילט וויסן וואס די פרוי האט אים געענטפערט?
"אין מיין תורה שטייט: דרך ארץ קדמה לתורה! און מפני שיבה תקום"!
דער אינגערמאן האט זיך אוועקגעדרייט דעם פנים און אנטרינען מיט די נשמה אין די האנט.
אט דאס איז א מעשה וואס איך האב געהערט אין די לעצטע האלבע שטונדע, און איך האב געשפירט פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן מיט אייך מיינע ידידים דא אויפן פורום.
אלזא, וואס זאגט איר? ווער איז גערעכט?
פאר די פרוי זי האט גיט געטון און נאך בעסער גענטפערט
גדולה תלמוד שמיבו לידי מעשה
דטרבקי: גדולה תלמוד שמביאה לידי מעשה וואלסטו געקענט זאגען ווען זיי כאפן אליין דעם רמז, אנדעם וואס מען זאל זיי דארפן מעורר זיין.
עס איז א צי ערנסטע שאלה
אויף די שאלה וואלט מען געברויכט האבן הוטקע ער זאל פסקנ'ן וואס די הלכה איז
הוטקע וואלט ווען ציזאםגעווארפן ש"ס ופסקים אויפציווייזן ווער עס איז גערעכט דא
הטקע הוטקע ווי ביסטע?? א ערענסטע שאלה קימט פאר אין ביהמ"ד
אבער לויט די מאן דאמר וואס האלט אז שינו השם אינו קונה
דעמלאטס קען עס קרעמער טיען פינקט אזוי
אין אזוינע וועלט לעבען מיר היינט, בעקבתא דמשיחי חוצפא יסגי, זאגט די הייליגע גמרא.
נאכען הערען אזא מעשה דארף מען זיך מקבל זיין אויפציען אונזערע קינדער בעסער. רעדען צו זיי, און זיין אליין א ביישפיל. כולי האי ואולי.
תוקן על ידי - נאטורליך - 23/08/2005 23:30:49
בדידי הוי עובדא, איך האלט מיר נישט גרויס דערמיט, אבער ווען איך זיץ אויפן באן און איך דערזעה א עלטערע גוי אדער גוי'טע, שטעל זיך אויף אן קיין קווענקעלניש. (פארשטייט זיך אז קודם באטראכט איך יענעם זיכער צו מאכן אז ער איז טאקע א בן שבעים אדער שמונים, כ'קען זיך דאך נישט אויפשטעלן פאר יעדן טאָטערל...).
די פרוי איז 100% גערעכט
די פרוי איז 100 פראצענט נישט גערעכט
1}זי האט געהאט די ברירה זיך אלייענס אויפשטעלן אין איבערגעבן איר פלאטץ זיי נישט פרום אויף יענעמס חשבון
2}מפני שיבה תקום איז א מצוה עשה וואס ליגט אויף די צוויי בחורים מקיים צי זיין,אין אויב האבן זיי יענע מינוט געפילט אז די מצווה איז זיי יעצט נישט מחייב פאר סיי וועלכע סיבה צי ווייל זיי דארפן העלפן אינדערהיים אדער האבן נאך א שיעור וכדומה האט קיינער נישט די רעכט זיי איינציטיילן אז זיי זאלן זיך אויפשטעלן פין דארט,
פינקט ווי יעדער פארשטייט אז די בחורים טארן נישט צי גיין צי די יעניגע פרוי אדער עני אנדערע פרוי אין זאגן העי! דיין שייטעל איז צי לאנג,דיין סקורעד איז צי קארץ, אין דיין שטרומפ איז דורוך זיכטיג, אדער אז דיין קלייד איז שמאל,וכו' פראבירן זאל א בחור צי זאגן די ווערטער פאר א פרוי, {אין די זאכן זענענן נאך גרעסער חיבום ווי מפני שיבה תקום}
די זעלבע זאך האט נישט א פרוי די רעכט צי זאגן פאר א בחור אז ער האט א חיוב פין מפני שיבה תקום עס איז נישט דיין ביזענס דעם בחור'ס מצוות/עבירות
תוקן על ידי - all5in1 - 23/08/2005 23:58:31
מיין מיינונג (פארט א מענטשעלע צום טיש!) איז אזא.
גראָד אזוי בעטן עמיצן, "אפשר טוסטו מיר א טובה און גיסטו מיר איבער ס'פלאץ? כ'האב זייער נישט כוח צו שטיין" - איז נישט קיין חסרון. צוגיין צו עמיצן, א שלעפ טאן ביים רעקל און אויסברימען בדרך מלכות, "האַלאָ! גיב זיך נאר אזא שטיקל שטעל אויף!" - איז זיכער נישט קיין וועג.
ס'איז אבער דא פאראן א שטיקל "גרעי עריע", דהיינו, בעטן אזא זאך פון איינעם וואס וועט, מאיזה סיבה שהיא, נישט האבן די מוט אפצוזאגן. יעצט, אויב דער דאזיגער "העפליכער פלאץ-בעטער/פארכאפער" טוט עס ווייל ער האט טאקע נישט קיין כוח צו שטיין, איז די זאך שוין אביסל גרינגער - טאקע נאך אלץ אין די "גרעי עריע", אבער די "שעידינג" איז שוין אביסעלע נאענטער צו ווייס.
אין אונזער פאל, האבן "צוויי מיטליעריגע פרויען געבעטן דאס פלאץ פון צוויי 17 יעריגע בחורים." איז עס אזא מין פאל ווי אונזער לעצטן ביישפיל. ניט אַזעי?
מענטשעלע; דו האסט נישט גוט געליינט די מעשה, די צוויי פרויען האבן נישט געבעטן פון די בחור'לעך נאר א אנדערע פרוי איז צוגעגאנגען צו זיי און געבעטן אויפצושטיין פאר יענע 2 עלטערע פרויען
גערעכט, גערעכט! כאָ'דעמאַכט א מיסטעיק. (וואס שרייט עטס אזוי? אקעי, אקעי, כאב געהערט ביים ערשטן מאל. 'סט'נאכניש געהערט אזא זאך אז איינער הערט נישט גוט א מעשה?)
אין דעט קעיס איז די פרוי הונדערט פראצענט נישט גערעכט!
מענטשעלע מוזט נישט צוריקבייגן דעם דעם שטעקן אינגאנצן צו די אנדערע זייט, עס קען נאך אלס זיין אז די פרוי איז פופציג פראצענט גערעכט (איך פערזענליך נעם נישט קיין שטעלונג אין די שאלה)
מענטשעלע
ענדליך שטימיט שוין איינער צו צי מיר אז די פרוי איז נישט גערעכט
איך וויל נאר וויסן צי האסט געליינט מיין פריעדיגע תגובה
אין וואס די האלסט צי איך בין גערעכט מיט מיין סברה אדער נישט???
'אלע 5 אין 1' good point
יפה דברת...
ביי די וועי, וואס איז פשט אין דיין ניק??
מיין ניק האט נישט קיין שום פשט
כ'האב געוואלט מאכן מיין ניק ALLIN1 למעשה האב איך נישט געקענט ווייל איינער האט עס האב איך אעס געטוישט מיט איין אות
ALLIN1 האב איך געוואלט מאכן ווייל כ'האב א קרוב וואס ארבעט אין א סטאר וואס האט א אפטיילונג וואס ריפט זיך ALLIN1 אין פינק יענטץ איז מיר דעמאלטס איינגעפאלן
איז אזוי
ממדת הצניעות איז די פרוי נישט גערעכט אזוי ווי איינער דא האט עס שוין בארירט.
אין חכמה לאשה אפילו אין א פאל וויזי איז גערעכט, אזויווי די מאמע פון רש"ל וואס האט יו"ט געמאכט די ברכה פארן צינדן.
מעיקר הדין דמפני שיבה תקום, צי איז חל א חיוב קימה לאישה, לזכרוני איז דא פוסקים וואס האלטן אז נאר א אשת חבר הרי היא כחבר און אויך נאר בחיים של החבר, אבער סתם א פרוי איז נישטא קיין שום חיוב. נאכמער דער ארי הק' האלט אז אפילו א אשת חבר דארף מען אויף נישט זיך אויפשטעלן. איז ווייטער אין חכמה לאישה מיט איר קלוגן תירוץ פון מפני שיבה תקום....
ממדת הנימוס דארף מען זיך יא אויפשטעלן אפילו פאר א גוי וגוי' אזויווי קרעמער פירט זיך צו טון. אלס דרך ארץ און קידוש השם, און טאקע וואלט עס געפאסט פאר בחורים בני תורה.
להלכה ולא למעשה
fix me if i'm wrong
גוט מארגן געשמאקער, שלום עליכם (אוי, פארן דאווענען, נע... אקעי, ווען מ'טרעפט זיך מעג מען, נאר משכים לפתחו איז אסור).
1. די פרוי וואס האט מחדש געווען אז יו"ט מאכט מען די ברכה איידער מען צינדט ליכט, איז געווען די מאמע פונעם דרישה און נישט פונעם מהרש"ל (עי' מג"א סי' רס"ג).
2. ביסט גערעכט אז מפני שיבה תקום והדרת פני זקן גייט נישט אן ביי קיין פרוי (הגם איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט, אבער אזוי איז משמע אין שו"ע יו"ד סי' רמ"ד, שדנו אם שייך באשת חבר בכלל, עי' פתחי תשובה סק"א ועי' ברכי יוסף שכתב שהאריה"ק כתב "דאין חיוב לעמוד לפני אשת ת"ח וגם לא לעשות לה הדור" ע"ש).
אבער - לעניית דעתי - קען מען מחלק זיין צווישן זיך געבן א שטעל אויף פונעם פלאץ אויף א סעקונדע לקיים מצות הידור, און איבערגעבן א פלאץ פאר א עלטערע פרוי אז זי זאל נישט ברויכן שטיין די גאנצע וועג. קימה והידור איז מען אפשר נישט מחויב, אבער קיין חיה רעה טאר מען נישט זיין, און ווען מען זעהט א עלטערע פרוי (ועי' ברכי יוסף שם אז פון זעכציג און העכער הייסט שוין אלט לגבי דעם) איז נישט מער ווי מענטשליכקייט (עס איז פון די מצות וואס אפילו ווען מיר וואלטן דאס נישט באפוילן געווארן וואלט מען דאס אליינס געברויכט פארשטיין, פונקט ווי להבדיל דער גוי האט באזונדערע זיצן אויפן סאבוועי און באס וואס איז געווידמעט פאר עלטערע לייט) איבערצוגעבן דאס פלאץ אז יענע זאל קענען אויסרוען אירע אפגעמאטערטע פיסעלעך.
לא להלכה ולא למעשה, קארעקט מי איף איים ווראנג.
קרעמער אין מציאות ביסטטע גערעכט מיט דיין תגובה אז מען דארף זיך אויפשטעלן
אבער למעשה האט די יעניגע פרוי נישט די חיוב אין די רעכט אויסצילערנען פאר צוויי בחורים מענטשליכקייט אין הלכה
מילא אויב די בחורים פארשטייען עס אלייענס איז גיט אויב נישט האט די פרוי נישט געהאט די רעכט עס צי זאגען,שוין אויבן מסביר געווען פארוואס
B T W איך שטעל מיר פאר אז די מעשה איז נאך נישט פארגעקימען האסט נאר געפענט די אשכול ס'זאל זיין אביסל לעבעדיג
אלע פינעף (חושים?) אין איינס (אדער אפשר גאר אלע פינעף פינגער אין איינס, אזוי ווי אלע מענטשן האבן געהאט איידער נח איז געבוירן, נח איז געווען דער ערשטער מיט אפגעטיילטע פינגער!).
די מעשה איז פארגעקומען זונטאג פרשת עקב תשס"ה אום 5:30!
איך בין נישט קיין מעשה פאבריצירער, און איך מאנגל נישט ב"ה אין קיין סחורה מיט וואס צו מאכן 'לעבעדיג' (וויאזוי דו רופסט עס אן) אויפן פורום.
ג-ט צו דאנקן, דער פורום איז איטליכן טאג לעבעדיג, פריש און מונטער ווי קיינמאל פריער! יישר כח פאר אלע חשוב'ע ליינער און שרייבער וואס העלפן צו דערצו!
גערעכט קרעמער!
KEEP IT UP
וויאזוי איז די מצב הבריאות היינט?
ברוך השם!!! הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!
יישר כח פארן פרעגן, אבער עס איז ב"ה אסאך אסאך בעסער, קוק... איך קען ארבעטן... מאנטאג האב איך געשפירט ווי די אסטראנאטן אין ספעיס "אן" די ספעציעלע מלבושים זייערע... אזא פרעשור געהאט ל"ע, ממש נישט געקענט עפענען די אויגן! (כ'האב געציטערט אז עס איז חלילה אן אניוריזם אויב איר ווייסט וואס דאס מיינט).
יעצט זיץ איך אויף פארשידענע טאבלעטן, קליינע און גרויסע, רינדיגע און לענגלעכיגע, מיט שאלעכץ און אנע שאלעכץ, שפריצעכצער און נאך (בלי שום גוזמא!), און בעזרת הרופא חולים ווערט מיר בעסער און בעסער.
בן הרחמן,
כ'בין נישט קיין פוסק און הייב אונטער ס'היטל פאר "געשמאקער". מיין דעת בעל הבית זאגט אבער אז די פרוי איז נישט גערעכט.
all5in1,
איך בין פולקאם מיט דיר מסכים. הגם אויב וויל מען מלמד זכות זיין, קען מען זאגן אז די פרוי איז פרום פאר זיך; האט געזען אז די צוויי פרויען האבן נישט קיין כוח און שעמען זיך צו בעטן; האט זיך נישט אויפגעשטעלט ווייל אין דעם פאל וואלט פריי געווארן בלויז איין זיץ.
אלס צניעות אויס איז נישט אויסגעהאלטן פרויען צו שטיין אויף א באס.
אין די בעק פון די באס אויך נישט?
ווי הרב קרעמער האט דערמאנט אויפן שפיץ מעסער, וועל איך מרחיב זיין. דער חיוב פון קימה והידור איז בפשטות נישט אויף אוועקצוגעבן דעם אייגענעם פלאץ, עס מיינט נאר די ענין פון כיבוד, זיך אויפשטעלן, און צוריק אראפזעצן ווען מ'מעג (די הלכות פון צוריקזעצן זענען פארשידנארטיג, ביי א טאטן, רבי, אדער סתם א זקן).
אבער א חיוב איבערצוגעבן א פלאץ איז לכאורה נישט דא.
מהלכות מענטשליכקייט פארלאנגט זיך אבסאלוט זיך אויפצושטעלן איבערגעבן דעם פלאץ פאר אן אלטן מאן אדער פרוי.
עס איז א שטיקל קושיא פארוואס די דערמאנטע פרוי האט נישט געטראפן צווישן אלע פרויען קיינעם וועם צו בעטן איבערצוגעבן א פלאץ, זי האט געמוזט גיין זוכן צווישו די מענער. אפשר איז עס טאקע געווען א באס מיט נאר אלטיטשקע פרויען... מי יודע.
דער ענין פון אויפשטעלן "יענעם" דארף שוין באקומען אן ערנסטן אפהאנדלונג. צומאל גייט עס אריין אין גדר פון עגאאיסטיש נאריש און אמאל שלעכט.
פון איין זייט קענען זיצן אינגע אינגעלייט אדער בחורים, און זיך מאכן נישט זעענדיג ווען א זקן קומט ארויף אויפן באס, אמאל לייגט מען זיך אראפ דעם קאפ, אדער ווערט מען פלוצלינג פארגלייזט אין דעם פענסטער. ביז עפעס א חצי זקן פון פופציג יאר איז זיך מרחם און גיט איבער זיין פלאץ פארן זקן.
פון די אנדערע זייט זעט מען אמאל די 'וואוילע' אידן און אידענעס, וואס טרעפן תיכף וועמען אויפצושטעלן און הייסן "יענעם" איבערגעבן די פלאץ פארן זקן וזקנה. ווען דער אויפגעשטעלטער איז צומאל פיל שוואכער ווי דעם עלטערן איד.
איך האב אמאל ביי-געוואוינט אן עובדא ווי א "פיינער איד" האט געווינקן פאר א זיבן-אכט יעריג אינגעלע איבערצוגעבן זיין פלאץ פאר א איד פון מן הסתם 60 יאר לכל היותר. דער אינגל איז נעבעך געפלויגן פון איין זייט צום צווייטן, די קניען האבן אים געוואקלט, ער האט זיך פרובירט צודרוקן צום אייזערנעם זייל אין באס, און ער איז עטליכע מאל שיעור אומגעפאלן. איך האב עס נישט געקענט צוקוקן, איך בין געזעסן כמעט ביי די בעק פון מענער אפטיילונג, איך האב מיך אויפגעשטעלט און איבערגעגעבו מיין פלאץ פארן אפגעמוטשעטען אינגל.
מ'דארף זיין ארענטליך, מ'דארף זיין א מענטש, אבער מיט אביסל הארץ און מיט אסאך "דעת"...
בן מלך; שלום עליכם און
דער פרינץ אליין איז דא, נא דיר פוןן מיר אויכעט
איך זעה יעדער גיט די פינגער ארויף האט איר נאך איינעם
[בילד – נישט אפגעהיט]