11 אזייגער האט זיך אנגעפאנגען די לויה פארנט פון פאיע בית המדרש
אויף מארסי עוו
נאכדעם פון קרית יואל
זי איז א טאכטער פון טערצאל רב הרב ראזנער
זיי איז לעצטנס געווען זייער זייער שוואך
מען האט איר אהיים געשיקט פון שפיטאל
פאר 2 חדשים צוריק
און 2 וואכן צוריק איז זי צוריק אריין אין שפיטאל
און ר שלמה לייב איז נישט אפגעטארטן פון איר בעט ביז איר פטירה
יעצט 11"35 איז די לויה ארויס פון פאיע בית המדרש דורך יוס סטריט אויף ליע עוועניו
אריין צו ראדליטש צו בית המדרש תהילות יואל דסאטמאר
דארט ווי זי איז געווען די דיין'טע
האט מספיד געווען איר געטרייער באגלייטער מיין באליבטער רב בגאון רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א
האט ער געזאגט אז זי האט זיך זייער מתמרמר געווען אז זי וועט נישט קענען חתונה מאכן אלע קינדער
מיט אזא פשטות
זי האט נאך 3 בחורים אינדער היים מיט איין טאכטער
די ביטערע מחלה איז ל"ע געווען צושפרייט איבעראל
מען האט איר געהאלטן ביים לעבן אין שפיטאל און געווארט אויף ישועת השם
נאכדעם האט מספיד געווען דער ברודער הרה"ג רבי משה ראזנער שליט"א פאפא רב פון מאנסי
אויך דער שוואגער הרה"ג רבי שמחה ישראל בלום שליט"א
איידעם פון פאיע רב
דער פאיע רב וועט מסתמא מספיד זיין אין קרית יואל
איז דאס וויינבערגער ממשפחת סערדאהעל?
ווער האט מספיד געווען אין קרית יואל
אין קר"י האט מספיד געווען
דער מחותן רבי יואליש מארגענשטערן
דער שוואגער ר שמעון יואל ווינבערגער
און דער קאזין ר אהרן זילבערשטיין
שארמאשער רב
סקולענער דיין
צעלימער דיין