וואס איז די חילוק צווישן ישראל און אין אמעריקע?
אין ישראל: ווען איר גייט קויפן עפעס, און טאמער דער מוכר האט נישט קיין נערווען צו מאכן עפעס עקסטער וועט ער דיר זאגן אז ס'לוינט נישט, אדער ס'איז נישט גוט, און כל מיני תירוצים.
אין אמעריקע: ווען איר גייט קויפן עפעס וועט דער מוכר זאגן אויף אלעם נאו פראבלעם באט ס'קאסט אביסל מער.
יעצט: ווי גייט דער קאסטומער ארויס מער צופרידן?
זיכער אין אמעריקא ווייל ער האט באקומען פונקט וואס ער האט געבעטן!
אין אמעריקע: וואוינט מען צווישן גויים און מער ווייניגער איז אלעס אוקעי.
אין ישראל: אז מען וואוינט צווישן די גויים (אראבער) איז אוך אין וויי, או אפי' מ'וואוינט צווישן די פרייע האבן זיי אייך אויך פיינט.
אין אמעריקע: כמעט יעדע הארדווער סטאר האט א מקווה אינעם סטאר.
אין ישראל: קיין איינס נישט.
אין אמעריקע: ברענגט מען סחורה פון טשיינע.
אין ישראל: אויך.
אין ישראל: דארף מען אכטונג געבן ווי מ'קויפט פרוכט / גרינצייג.
אין אמעריקע: נישט, ווייל מ'דארף נישט מעשר'ן
אין אמעריקע איז דא טראנספארטעישן 24 שעה א טאג.
אין ישראל: נישט.
אין ישראל: ווען איר דינגט אן אפארטמענט דארפ איר אויך צאלן די טעקס און אזוי אויך אלע בילס.
אין אמעריקע: ווען איר דינגט אן אפארטמענט דארפט איר נישט צאלן די טעקס, וואסער, סטים.
אין ישראל: א פרומע געגענט קאסט טייער רענט / קויפן אפארטמענטס.
אין אמעריקע: א יידישע געגענט קאסט טייער רענט / קויפן א אפארטמענט.
אין אמעריקע: ארבעט מען נישט זונטיג:
אין ישראל ארבעט מען יא זונטיג.
אין אמעריקע: ארבעט איר ווי א פערד און איר האט נישט קיין לעבן.
אין ישראל: ארבעט איר ווי א שעפעלע און איר מאכט נאך אויך א לעבן.
אין אמעריקע: קענט איר האבן א פרי (אומזוסטיגע) טשעקינג אקאונט.
אין ישראל: איז נישט דא אזא זאך, נאך מער, יעדע סערוויס אין באנק קאסט.
אין אמעריקע: קענט איר האבן א קרעדיט קארד אן האבן א בענק אקאונט.
אין ישראל: נישט.
אין אמעריקע: קענט איר מאכן לייסנס זייער גרינג.
אין ישראל: קענט איר אויך מאכן לייסענס, באט נאר נאכן אריבער גיין שבעה מדורי גיהנם.
אין אמעריקע: קענט איר דרייוון מיט א פערמיט פאר איר האט א לייסענס:
אין ישראל: איז נישט דא אזא זאך בכלל, נאך מער. ווען איר האט שוין יא ענדליך א לייסענס איז די ערשטע האלבע יאר דארף איינער וואס האט לייסענס מיט פארן מיט אייך.
אין אמעריקע: אויב לערנט איר דרייוון אויף א אוטמאטיק קאר קענט איר דרייוון א סטיק שיפט.
אין ישראל: אויב לערנט איר דרייוון אויף א אוטמאטיק קאר און איר ווילט דרייוון א סטיק שיפט דארפט איר אריבער גיין לעסענס, מיט נאך א עקסטערע טעסט אויפן סטיק שיפט קאר.
אין אמעריקע: קענט איר מיט אייערע לייסענס דרייוון א 10 / 12 פיסיגע טראק.
אין ישראל: דארפט איר א עקסטערע לייסענס דערפאר.
אין אמעריקע: קענט איר מיט אייערע לייסענס דרייוון א פיפטין פעסנדזשער ווען.
אין ישראל: נישט.
אין ניו יארק: איז דא פארקינג מיטער'ס אויף גאסן מיט אסאך סטארס.
אין ירושלים: איז נישט דא קיין מיטער'ס אויף אזוינע גאסן, נאר מ'טיילט טיקעטס ווי שוועמלעך נאך א רעגן.
אין ישראל: קען מען נוצן די עירקאנדישן ווינטער.
אין אמעריקע: נישט.
אין אמעריקע: איז א ג'י פי עס א גוטע זאך.
אין ישראל: טוישט מען די גאסן יעדע שטיקל צייט.
אין ישראל: עסט מען אסאך סאלאטן פאר די פיש ביי די שבת'דיגע סעודה.
אין אמעריקע: נישט.
אין ישראל: איז דא אסאך פאטאגרפיסטן ביי רבישע פאראדן.
אין אמעריקע (ניו יארק). איז נאר דא איינער הערשי רובינשטיין
אין ניו יורק: פארקויפט א געוויסע סטאר אויף 13טע עוועניו אלע מיני טעיפס.
אין ישראל: די זעלבע סטאר פארקויפט נאר היימישע טעיפס.
אין ישראל: ווען א יוד גייט אין טעיאטער ווערט ער באגאסן מיט קללות פון די פרייע עלעמענטן.
אין אמעריקע: ווען א יוד גייט אין טעיאטער קוקן די גויים ניטאמאל אויף עם.
אין אמעריקע: ווען איר קויפט פירניטשער אדער אנדערע גרויסע זאכן, האט איר א אומזיסטע דעליווערי.
אין ישראל: נישט.
אין ישראל: קויפט מען יעדע וואך כל מיני ניסלעך לכ' שבת.
אין אמעריקע: נאר די איזראעליס טוען עס.
אין אמעריקע: האט הצלה כל מיני שיינע בליטשקעדיגע לייטס.
אין ישראל: האבן די הצלה איין טשערי לייט אזוי ווי די סקען יונעטס אין אמעריקע האבן.
אין ישראל: פאליס פארט נישט אריבער א רויט לייט נאר ביי א עמערדזשנסי.
אין אמעריקע: יעדער קנאקער (אן א נ) פארט אריבער רויט לייטס.
אין אמעריקע: ווערט מען א שייגאץ צוביסלעך.
אין ישראל: ווערט מען א שייגאץ אווערנייט.
אין אמעריקע: ווער עס האט אינטערנעט צאלט פאר איין קאמפאני.
אין ישראל: צאלט מען פאר צוויי קאמפאניס. פארן טעלעפאן און פארן פרוויידער.
רוב זאכן וואס איז דא געשריבן רעדט זיך בעיקר פון ניו יארק מיט ירושלים