איך ציטער...
עה... עה... עה... ס'קומט כאמישאסער בעאוו, צדיקים זאגן דאך אז אפי' די פיש אין וואסער הויבן שוין אן צו ציטערן פאר די פחד פון די הייליגע טעג, וואס ס'ממשמשין ובאין. איז דען דאס אליין נישט גענוג? אלע גלידער וואלטן מיר דאך געדארפט ציטערן פאר דעם גרויסן שרעק, אוי אלול! אוי די הייליגע טעג!. שוין, "במקום שאין איש ציטערן די פיש" אז ס'איז נישט דא די אויפריכטיגע נארמאלער איש, מיר מענטשן זענען נעבעך נישט קיין ריכטיגע מענטשן, מיר האבן ליידער נישט די אמת'דיגע מענטשליכע הרגשה וואס פאדערט זיך, מיר זענען פארטעמט, מיר שפירן נישט דעם גרויסן פחד וואס נעמט ארום די גאנצע בריאה, שפירן דאס כאטש די פיש אין וואסער.
אבער פארט איך ציטער, איך ציטער יא, די הארץ באכעט מיר אויף צוואנציג טויזענט. וואס איז? קהל האט מיך אויסגעוועלט צו זיין דער 'קהל'ס נער', איך זאל מיך אויפשטעלן אין דער הייך לכבוד דעם גרויסן יאנטעוו (יום טוב) און זאגן א דרשה און איך האב 'אימתא דציבורא', די הארץ קלאפט מיר פאר פחד, אי.. אי... איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט, ווא... ווא... וואס טוט מען דא? וואס רעדן? ווען רעדן? פון וועלכע נושא רעדן?
איך הויב אן זיך נאכצופרעגן און אינטרעסירן איבער די פראבלעמען פון די קהלה, אזוי ווי די אלטע מגידים פלעגן טון אמאליגע צייטן. זיי פלעגן קומען אין א שטאט זאגן עפעס מגידות, פלעגן זיי זיך קודם נאכפרעגן פון די ארומיגע מויל מאכער'ס און לשענהארע טרעגערס איבער די פראבלעמען פון די און די שטאט און איבער די נושא האבן זיי גערעדט. אבער אין קול ואין עונה, קיינער ווייסט נישט, קיינער האט נישט געזען אדער עפעס געהערט פון די קהלה. נא וואס טוט מען? דער שרעקעדיגער טאג ריקט זיך אונטער און איך האב נישט קיין סחורה.
טייל אמאליגע מגידים, פלעגן זיך נישט נאכפרעגן פון די אלסווייסערס די פראבלעמען פון די יעניגע שטאט, נאר זענען אליין אראפגעפארן צו דער שטאט ווי מ'האט זיי מכבד געווען און דארט אויסגעפרעגט דעם עולם די פראבלעמען פון וואס מ'דארף רעדן, און פון דעם האבן זיי גערעדט.
נא ראבויסיי... וואס טוט מען?
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 18/08/2005 6:41:25