חסידשע פרויען גייע שווימן - אויסגעהאלטן?
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1520339
קהלה קדושה סקווירא שרייעט געוואלד עס איז א פירצה
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
האם אין בזה הנוסח אביזרייהו של ע"ז?
לעשות רצון אבינו הרבי שליט"א.
נישט ווער ס'זאל לאכן...
"בשום איין אופן שבעולם" ליינט זיך דער נוסח...
כ"ק אדמו"ר שליט"א מיט'ן בעל שם טוב יד ביד
איין גרויסע טשאלענט.
ס'מיינט, אז אין "סקווירא" איז טאקע נישטא אזא זאך ווי שווימען פאר מיידלעך?
זייער אינטערעסאנט צו הערן אזוינס.
איך האף עס איז איין פאלשער צעטל, עס ווילט זיך נישט גלייבן אז דאס איז טאקע דער שפראך דארט.
קענסט מיר מסביר זיין על מה יצא הקצף?
איך האלט אז מען דארף גיין שווימען, אבער אז זיי האלטען אנדערש איז שוין עק וועלט?
דאס איז דער שפראך דארט, אבער נאך ווי.
זייער מחשבה, קאפ און מח, לויפט אויף דעם גאנג.
און אז ס'האלט אפ דעם עולם צו טוהן עבירות, מיין איך אז ס'איז כדאי...
"אויב ס'האלט אפ"!!
קצף?
די קצף ביי מיר איז אויף די נוסח. עס איז נישט ווייט פון דאס וואס איך האב אמאל געהערט (אלס ווערטל, אבער ליידער זעה איך אז עס גאר קיין ווערטל נישט):
די מאמע זאגט פאר די קינדער: זינדיגט נישט, ווייל דער אייבערשטער וועט זעהן, און ער וועט אויסזאגן פאר די רבי!
חס מלהזכיר.
איר זענט פארקראכן פון די טעמע, ביטע ענטפערט אויף די עצם זאך, פון שווימען ביי פרויען
ביי אונז [ליין: אין סאטמאר] איז דאס קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם.
אבער ווער עס וויל זיך פירן ווי זיין "טאטע", אדרבה... אל תטוש תורת אמיך כתיב.
* באקומען אין אישי *
מען טאר נישט גרוסן
תשעה באב איז כלל נישט קיין צייט פון פארברענגן געמיטליך, אבער אז מ'רעדט שוין, איז אין פלאץ דיר אויסצורימען:
דו ברענגסט לעצטנס (אפשר פון אייביג אן, איך האב נאר לעצטנס באמערקט) ארויף די בעסטע 'טאפיק'ס און 'סאבדזשעקט'ס!
צום ענין:
דער רבי זצ"ל (איך מיין דו שרייבסט זיך אויך אלס סאטמארער) פלעגט זאגען אז פרויען זאלן נישט מיטנעמען קליינע קינדער צום שווימען, ווייל די מח איז ווי א קאמערע וואס כאפט אלעס אויף און עס קען שפעטער ארויפשווימען.
מכלל - איז דאך געדרינגען - אז דער רבי זצ"ל האט נישט געהאלטן אז פרויען וואס שווימען איז בכלל א פראבלעם פאר זיך.
גרינגן תענית
ידידך - - - -
תוקן על ידי - אינגערמאן - 15/08/2005 0:51:08
[איך בין נישט באקאנט צו מ'שווימט יא אין סקווער אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז די צעטעל איז נישט קיין אפיציעלע צעטעל (אויף די תקנות פון סקווערע בית-דין/קהלה וואס איז געווען דא נישט לאנג צוריק איז דאס נישט געשטאנען), עס זעט אויס איינער וואס האט געהאט א קאמפיוטער האט אפגעטייפט זיינע רעיונות און פארשפרייט.]
וועגען די עצם נושא, לדעתי איז דאס זייער גוט און געזינט, נאר מ'דארף זיכער מאכען אז די פלאץ איז אויסגעהאלטן אין עניני צניעות (פאר פרויען איז אויך אסור צו קוקען ווי עס איז דא צניעות פראבלעמען) און הכי טוב אויב עס איז אין א בילדינג.
עס איז יענע מעשה זייט ווען יעדער וואס האט א קאמפיוטער קען דרוקען אין שרייבען וואס ער וויל.
האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף?
און צו ציען די פעדעמער פונעם שמועס ווייטער
וויאזוי דארף/מעג א חסידישיע פרוי גיין אנגעטוהן צום שווימען
מפי השמועה
ס'רוב גייען מיט א לאנגן חלוק כמו טי-שירט אויף א שווים-קלייד
וואס איז די מקור אויף דעם אז א פרוי ציווישען פרויען האט עפעס א חיוב פון צניעות מער ווי א מאן ציווישען מענער?
און אויב איז יא דא א מקור אויף דעם, וואלט איך שטארק הנאה געהאט, ווען איינער קען דא מסביר זיין דעם ענין שכל'דיג.
בהוקרה,
דזשיד
פון די גמרא בבא בתרא נ"ז ע"ב איז משמע אז ווען די פרויען האבען געוואשען וועש ביים וואסער זיינען זיי געזעצען אויפגעדעקט [בגלוי שוק העכער די קני] ווי מענער האבען זיי געקענט זעהן, די רבנים פון דעמאלאט האבען נאר געזאגט אז מענער דאס הייסט ערליכע זאלען נישט דארטן אדורך גיין.
דער איסור פון גיין בגילוי וכו' נישט בצניעות אפילו שלא בפני אנשים איז א מקור אין די גמרא, ווי די גמרא ברענגט אויך צו די מעשה פון קמחית וואס האט זוכה געווען צו זיבן זון כהנים גדולים, ווייל "מעולם לא ראו קורות ביתי שער ראשי".
חוץ מזה פסק'עט דער מנחת חינוך אז: דער לאו פון ולא תתורו גייט אויך אן ביי נשים. פארשטייט זיך אז עס איז פיל הארבער ווען עס איז דא מענער, סיי אלס עצם צניעות, און אויך אלס מחטיאו. ה"י.
למעשה, גייען די מאדערנע קרייזן אונטער א מחיצה מיט שווים-קליידער, די היימישערע טוען עפעס אן אויפ'ן שווים קלייד
אבער די פרומערע זענען נישט צופרידן צו דעם אויך נישט, און אזוי לויטעט די קול קורא'ס פון די רבנים אז א שווים קלייד איז אסור, סאו וויאזוי דארף מען גיין, גענצליך אנגעטוהן?
בןמלך,
שטותים קען מען צוזאם ווארפען אהן קיין סאך ידענות, אבער ס'נעמט נישט אסאך מיה דאס אפצופרעגען.
דאס וואס די שרייבסט וועגען קמחית, וואלט איך דיר געפרעגט, א"כ ווי אזוי קען א פרוי גיין אין מקוה?
און בד"א, אין סימן ב' (שו"ע או"ח), איז מבואר א פוקטליכע הדרכה פאר מענער אויך, ווי אזוי זיי זאלען זיך אהנטוהן אנע דעם וואס קורות ביתם זאלען זעהן עפעס פון זייער בשר, האבען פארדעם מענער זיך מונע געוועהן פון ווייקען אין מקוה'ס, אדער פראברענגען אין סווימונג פול?
און דאס וואס די שרייבסט לא תתורו, איז א שטות וואס איז נישט פאר א תגובה, אבער כדאי ס'זאל נישט אהנקומען אהער דער תמימות'דיגע גולש, און אהנעמען דיינע ווערטער פאר א אמת, וואלט איך דיר פשוט איבער געפרעגט וואס איך האב שוין אויווען געשריבען,
א מאן (וואס דער לאו פון "לא תתורו" איז צו איהם געוואנדען), מעג גיין אהנגעטוהן שלא באופן צנוע ציווישען אנדערע מענער? א"כ מה נשתנה א פרוי?
אויב איז שייך דער לאו פון "לא תתורו" ביי פרויען, איז עס נאר אז א פרוי זאל זיך נישט דרייען דארט ווי ס'איז א מקום ווי מענער גייען אהנגעטוהן שלא באופן צנוע, און אודאי נישט אויף ווי אזוי די האסט עס געשריבען.
דאס אלעס שרייב איך נאר מסברא, אז איינער האט עפעס בפירוש'ע מקורות, הנני מוכן ללמוד.
בהוקרה,
דזשיד
כל כבודה בת מלך פנימה
עס איז דא עפעס מער ביי א בת מלך
תוקן על ידי - Pirro06 - 17/08/2005 0:29:55
עס איז נישט דא אזא הלכה פון א איסור פאר פרויען צווישען זיך נישט זיין בגלוי בשר.
והראי' די משגיחה אין מקוה.
דער איסור פון לא תתורו גייט דאך אהן אפילו שלא בגילוי בשר והמסתכל אפילו באצבע קטנה...כאילו.. דאך האלטן רוב פוסקים אז נשים האבען נישט דעם איסור התסתכלת. עיין בשו"ת דברי יואל שחולק נמרצות על הערך ש"י בסי' ח' ומשום זה אפשר לנשים להסתכל מבעד למחיצה בביהמ"ד סאטמאר.
בןמלך
דיין ראי' פון קמחית איז נישט קיין ראי' ווייל דער הלכה איז נישט אזוי. לויט אלע פוסקים איז נישט דא אן איסור פון גילוי שער ביי זיך אין שטיב בפרט שלא בפני אנשים.
קימחית איז געוועהן א חסידה און האט זיך געפירט מיט אן עקסטערע צניעות יותר משורת הדין ולפיכך זכתה לבנים כהנים גדולים.
דער לאו פון "לא תתורו" איז שייך אויך ביי פרויען. אזוי זאגט דער הייליגער מנחת חינוך בי די לאו פון לא תתורו, זשיד ענטפער נישט פאר דו קוקסט עס נאך אינעווייניג, איך האבעס אויך שווער געקענט גלייבן ביז איך האב עס געזען אינעווייניג.
א שטיקל מיספארשטענדעניש איז דא, וואס מיינט דער איסור. דער איסור בפשטות מיינט אז א פרוי דארף אויך אין א געוויסע דרגה היטן די אויגן אקעגן פריצות. (מנחת חינוך).
די קשיא פון א משגיחית איז נאריש, ווייל יעדער פארשטייט אז אזוי ווי מענער גייען אין מקוה צוזאם, מיינט דאס נאכנישט אז מ'מעג קוקן ווי מ'טאר נישט. ריכטיג?
נאר עס איז דא ענין פון קדושה וטהרה, גייט מען אין מקוה וויאזוי מ'מוז. וועלן מענטשן ארומגיין אויף די גאס אן מלבושים ווייל מ'גייט דאך במילא אזוי ארום צווישן מענטשן אין מקוה. דאס זעלבע מיט די אנדערע דערמאנטע משגיחית, ווייל אן דעם קומט מען נישט אן צו די טהרה כדבעי. אבער מער האט מען נישט מתיר געווען. אם יש דעת יש הבדלה. מ'קען נישט מאכן א קוגל מיט א בויך סברה, און אפפרעגן דערמיט אן אפענער מנחת חינוך.
בדרך אגב, איז אויך דא א מדובר אין די פוסקים לענין תחת כיפת הרקיע וואס איז מעגליך הארבער ווי תחת קורת גג.
בןמלך
איך האב נישט גאזאגט אז דער מנחת חינוך זאגט נישט וואס די זאגסט אבער להלכה איז נישט אזוי אהנגענומען..
א פרוי וואס איז מסתכל באצבע קטנה של איש כדי להנות איז נישט עובר קיין שום איסור,און א מאן יא!
ווייל מ'פסק'נט נישט ווי דער הייליגער (יא הייליג ווייל ער איז געגאנגען מיט א פאשטיילע אויף די אויגען כדי שלא להסתכל) מנחת חינוך
זיין גאנצע ספר זאגט ער בפירוש איז נישט להלכה
איך האב שוין ערוועהנט אז דער ערך ש"י האלט אויכעט ווי דער מנחת חינוך להלכה דאך זאגט סאטמאר רב אין שו"ת דברי יואל הנ"ל אז מעולם האט מען נישט מונע געוועהן נשים פון הסתכלות אויף מענער, ולעננינו כל שכן פון פרויען אויף פרויען.
דו האסט נאך נישט מסביר געוועהן פארוואס מענער מעגען גיין אין מרחץ בעירום אין פרויען נישט, ממה נפשך אויב דער איסור איז משום הרהור טו פארוואס מעגען מענער.
איבער די משגיחית האסטו נאך נישט מיר דער נארישער געגיבען צו פארשטיין אפשר ווילסטו פרעגען ביי די וואס ווייסען ווי די משגיחית קוקט?
איך וויל צולייגען דא א גרויסע טעות וואס איך מיין איז נשתרבב געווארען אין די תגובה פון "בןמלך", איך האב שוין געשריבען דערוועגען, אבער ס'זעהט מיר אויס שלא הובנתי.
אפילו לויט די פוסקים וואס די וועסט טרעפען אז זיי האלטען אז דער לאו "לא תתורו" גייט אהן פאר נשים אויך, איז דאס נאר אז א פרוי וואס איז מסתכל אויף מענער איז עובר אויף דעם איסור, נישט אז א פרוי וואס איז מסתכל אויף אנדערע פרויען זאל עובר זיין אויף עפעס א איסור.
און לדעתי איז דער זעלבע לגבי א מאן מיט אנדערע מענער, הגם אז אין געוויסע "אחרונים" קען מען אפשר טרעפען פארקערט.
בהוקרה,
דזשיד
יא, דערלעבט בארא פארקער, עס זענען דא פרומע קעמפס ווי מ'דארף שווימען מיט אונטערהעמדער.
ווען איינער האט עס פארציילט, האב איך זיך אונטערגעשמייכלט, האט מיר דער פארציילער - וועלכער האט א קינד אין אזא פרומע קעמפ - געזאגט אז ער האט זייער הנאה דערפון, אין א צייט וואס מיר לעבן דערין וואס עס קומען ארויס אזויפיל נייע מושחת'דיגע כלים מיט רעיונות, מעג זיין נייע רעיונות אין פרומקייט אויך. ער איז טאקע גערעכט.
ענטפער מיר אבער טייערער ידיד, פארוואס איז אלעמאל לייכטער חוזק צו מאכן פון פרומקייט ווי פון שייגעץ שטיק??..
ווילאנג די פרומע מושחתים הייסען נישט בכלל פארמאכען סווימינג פול שטערט מיך נישט.
נאך א העמד איז נישט עק וועלט.
אבער איך בין משוכנע אז די שופרשופר'ס וועלן נאך אמאל פארשפארען אלע סווימינגפול אין די היימישע קעמפס
ציבסליך הייבט באראפארקער אן ארויסציגעבן זיין האס קעגן אידשקייט
מיש נישט צוזאם פרום מיט ערליך.
זיי האבען נישט קיין שייכות.
קיינער גלייכט זיך נישט מיט די גדלות פין ראפשיצער רב זי"ע, אבער זיינע ווערטער און שיטות וועגען פרומע זענען אקטועל.
עס זעהט מיר אויס אז די האסט פשוט געגרייזט, די האסט געמיינט איך מיין אלע "פרומע" אידען, היינו איך מיט דיך און יעדער,
בין איך מודיע
ניין
נישט דאס האב איך געמיינט,
געמיינט האב איך די "פרומע" עלעמענט מענטשען וואס ביי זיי אין הארץ בודזשעוועט א שנאה קעגען די גאנצע מענטשהייט, און זיי געבען ארויס זייער שלעכטס אין א מאסקע פון "פרום", למשל, זיי שרייען קעגען שייטלעך ווייל זיי "פארגינען" נישט אז יענעמס ווייב זעהט אויס אביסעל שענער, וה"ה מעקאפ,
געווענליך זענען אזעלכע מענטשען בכלל נישט פרום, זיי זענען זיך מתיר צו טוהן אסאך דברים אסורים מכח זייער "פרומקייט" ווי למשל,
קוקען אויף נשים צו זעהן ווי "מאדערען" זיי זענען.
קוקען ווי מען דארף נישט אין מקוה וד"ל.
רעדען לשון הרע אויף יענעם, און מיט א היתר, ווייל יענער איז א מסית ומדיח.
און די ליסט גייט אהן פאר גאר לאנג.
באראפארקער, ביזט גערעכט.
די אלע וועלכע שרייען אקעגן שייטלען, זיי קוקן אויף פרויען, זיי פארפיגן אויף ג. מקוואות, און זיי זענען די ערגסטע עלעמענטן וואס איז נאר דא.
ווידער די אלע וועמענ'ס פרויען גייען מיט די אויסגעלאסנסטע שייטלען, און מאכן זיכער אויף אלע אופנים אז יעדער - מאן צו פרוי - וואס גייט אדורך זאל זען הערן און שמעקן אז א פרוי איז יעצט אדורך, זיי ווערן קיינמאל נכשל אין קוקן אויף פרויען, זיי זענען די איינציגע וועלכע האלטן אלע תרי"ג מצוות, און אדאנק זיי וועט משיח אונז אויסלייזן פון גלות.
(כאטש געווענליך מיש איך זיך נישט אריין אין קיין אשכולות וואו דו מיט זשיד - די א.ג. אויפגעקלערטע - זעען אלעס איינזייטיג און מיט א בלינדע שנאה, אבער יעצט פאר א טשעינדזש האב איך יא עפעס געשריבן, און כ'וועל ניטאמאל צוריקקומען זען וואס מען האט געענטפערט.
זייט מיר אלע געזונט)
ועקי
בראפארקער
דעס וואס דו האקסט אויף פרומע איז נישט קיין כלל, איינער צוויי דריי אבער נישט מער וואס זענען אין דיין קאטארגאריע פון פרומע. אבער רוב וואס האקן דערויף מיינען עס ערנסט יעדנפאלס למחצה לשליש ולרביע.
באראפארקער
בעיקרון האלט איך מיט דיר, אבער דאך דו ביסט מפריז על המדה דא.
איך האב זייער ליעב דו וואס ווילען שטארקן אידישקייט, איך האלט נאר אז זיי טארען נישט מלביש זיין זייערע אקציעס אונעם מאנטעל פון "הלכה".
אוודאי דארך א חסידישער איד זיך פירען כדרך היראים און איך עס נישט קיין פיצא אין גאס, און מיינע טעכטער וועל איך ממריץ זיין אז זיי זאלען גיין שווימען כדרך הצניעות.
אבער איך זאג זיי און פאר אנדערע, אז די וואס פירען זיך נישט אזוי זענען נאך אלץ 100% אויסגעהאלטן לפי השו"ע.
דער "היימישער" עולם האט נישט קיין השגה וואס איז מותר לפי הלכה פשוטה! און א יעדער חסידישער איד מוז דאס וויסען, כדי נישט אראפ צו קוקען אויף אידען וואס זייערע דרכים אדער זייער מנהג איז נישט אזוי.
דאך האלט איך אז דו קנאים אין דו אידישקייט פארזארגערס זענען עומדים בפרץ, א סאך נישט קיין שיינע זאכען ווערן צוריק געהאלט דורך זיי.
SO I LOVE EM AND HATE EM ALL TOGETHER! GO FIGURE
תוקן על ידי - yohcee718 - 18/08/2005 18:03:00
אינגערמאן אינגערמאן!!
ווען איר וואלט געוואוסט וואס עס וואלט זיך אויסגעלאזט פון אייער אומשולדיגע אשכול וואס איר האט דא געעפענט (תשעה באב?) וואלט איר אודאי געקלערט דריי מאל איידער איר קליקט אויף שלח תגובה...
עס האט זיך אנגעהויבן אין סקווירא, געענדיגט אין בארא פארקער... הוי! עס נעמט נישט קיין עק. שוין צייט צו לייגן א שלאס אויף דעם אשכול אויך, און אוועקווארפן די שליסל...
איך בין קוים אחראי אויף מיין אייגענע געשרייבעכץ, כ'האב דא געמאכט א גילוי דעת אויף דעם שוין לאנג,
אבער אויף יענעמ'ס בין איך זיכער נישט אחראי.
חוץ אפשר נאר אלץ ערבות וואס דאס איז צו יעדן איד, נישט נאר צו מיין אשכול.
אז עס איז שוין דא א וויטיגער אשכול וויל שוין בענעדיקט לייגען א שלאס.
נאך א מזל אז ער האט נישט דעם שליסל צו פארשפארען דעם שלאס, ווען יא וואלט געווען צרות.
עס דארף דא קומען א כתוב השלישי און פארגלייכן.
די אמת'ע דיפערענצן צווישן די גולשים זענען נישט אזוי גרויס, עס דארף נאר אביסל צענומען ווערן.
אזוי ווי דאס ווארט "איד" האט פיל באדייטן, אזוי האט דאס ווארט "פרום" פיל באדייטן.
א איד וואס איז א מדקדק במצוות, קויפט חשובע טייערע תפלין, מהודר'דיגע ארבע מינים, צאלט טייער געלט פאר פרייוועט מלמדים צו לערנען מיט זיינע קינדער, צאלט טייערער צו קויפן פון א מהודר'דיגע שחיטה, קוקט אויף א פראדוקט און איר בעל מכשיר בעפארן קויפן, גיט שיין צדקה כפי יכולתו און דאס גלייכן, דער איז א חשובער פרומער איד. ער איז אויך פול מיט חן ווען ער איז מעורר אויף עפעס אין אידישקייט, אפילו אויף עסן פיצא און לאנגע שייטלעך, און אוודאי אויף די עקלדיגע פירצה פון שמאלע קליידער וכדומה.
א איד וואס פארשלאפט יעדן טאג זמן קר"ש, און זיצט קוואקן לשון הרע א שעה צוויי פארן דאווענען, און עסט געשמאק מכל הבא בידו, ער ווערט פלוצלינג א חסיד פון אלע מכשירים, און ווען עס קומט צו זיינע אינטערעסן ווערט ער א גרויסער תמים. און תפלין ומזוזות קויפט ער מציאות, און זיין דקדוק במצוות איז מן השפה ולחוץ, און ער קומט פלוצלינג בונטעווען און מוסר זאגן אויף פירצות, איז עס... עקלדיג.
אבער דאס עצם טרייבן שפאס און אוועקמאכן פרומע און פרומקייט שטאמט פון די משכילים. דאס איז געווען זייער הויפט ארבעט, חוזק מאכן פון אלעם הייליגן.
די רבנים האבן זיי באטיטלט ווי ליידיגגייער, ברענגען נישט קיין נוצן פאר קיינעם, עפ"ל, וכדו'.
פארן שטן איז די בעסטע זאך אוועקצומאכן אלע פרומע און מוסר זאגער, און דעמאלס וועט שוין יעדער מיט א רואיגקייט קענען טוהן כל הישר בעיניו. היו לא תהי'.
בן מלך
דברי פי חכם חן וש"י
בן מלך
אוודאי אזוי, אבער ע"פ רוב זענען די שרייערס מושחתים אליין, די וואס מיינען ערענסט זענען איידלער
ר' אהרן האט דאך שוין געהאקט וועגען די שווימען גיין!!!
איז דען דא א גרעסערע לוחם למען קודשי ישראל פון דעם הייליגער צאנזער רב?
דא קענט איהר ליינען ווי אזוי ער עצה'ט א רב אהנצוגיין מיט א קאמפ קעגען "העומדים נגד התורה הקדושה"
לייענט און שטוינט!
[בילד – נישט אפגעהיט]
אין סקווירא איז לעצטענס געווארן גרויס דער פראבלעם פון מיידלעך ארויס פון סקול, וואס רעוואלטן קעגן די עלטערן.
זיי ארבייטן אין אלע אפיסעס אין מאנסי-מאנהעטן, זענען ביזי מיט די אינטערענט, טוען זיך אן פענסי . די סקווירא מיידלעך זענען היינט באקאנט אלס זייער מאדערן געווארן. זיי טרייען זייער בעסט!
[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעכט זענען די רבנים וואס פארפירן קעגן לאזן די טעכטער ארבייטן אין אפיס.
די בעסטע אפיס מיט א פרעמדע מאן, איז סם פאר די נאטורליכע איידעלקייט און צניעות פון א אידישע טאכטער
אין הכי נמי,
איך קען נישט זעהן דיין בריוו.
צבי, נישט ריכטיג.
עס טרעפט זיך ליידער פון די סארט וואס דו זאגסט. אבער בלויז א מיעוט. ווייל די ריכטיגע מושחתים זענען פארנומען מיט השחתה. אויך ווילן זיי נישט אז א צווייטער זאל יא זיין ערליך און פרום, ווייל דאן ווערט ער אויטאמאטיש א מופרך און אויסוואורף, ווייל ער איז ערגער פון יענעם.
-
שוכמאכער,
איך רייב מיר די אויגן צו זען צו איך זעה גוט.
דו ביסט גאר בשמחה אויף יענעם'ס צרות? איך קען עס נישט פארשטיין. וואס איז די שמחה?
1) אז אידן זענען געפאלן?
2) אז א הערליכע פרומע קהלה האט שוין "ב"ה" אויך שוואכקייטן?
3) אז א חסידות וואו דו געהערסט נישט דארט, האט א פראבלעם?
וואס דער ענטפער זאל נישט זיין, איז עס נישט עטיש און נישט מאראליש, און ווייט פון מענטשליך אדער אידישלעך.
ועל כולם איז די גאנצע מעשה מן הסתם נישט אמת.
I challenge you
בן מלך צו טרעפען א שרייער וואס מיינט עס מיט אן אמת
צבי, באראפארקער, דשיד
זייטס מוחל אין בטעות שרייבטס אמאל א תגובה אויף די פארקערטע זייט אויך קעגן די פילע פריצות וואס גייט היינט אן דייקא ביי די וואס די מסורה איז נישט אזוי געווען זייערע עלטערן אדער באבעס זענענן נאך געגאנגען פיל בעסער
קעגן דעם וואס מאנכע פרויען גייען נאך פיל ערגער ווי... שמאל געפאסט לאנגע שייטעלן וכדומה
יא היינט צי טאגס דארף מען האבן שרייערס אפילו שלא לשם שמים ווייל נאר א דאנק דעם וועט זיך נאך אפשר האלטן אידישקייט ביי אינז
ליבעראלן מיט אידשקייט איז צוויי קעגן געזעצטע זאכן
עטץ זענטץ ליבעראלן אין די ליבראל אדיע פארט זיך נישט מיט אידשקייט. איך מיין אז אז די וועג ווי אזוי פילע פרויען גייען היינט צי טאגס פאדערט שרייערס אפילו שלא לשם שמים
צבי
איך בין א טרעוולער איך פלי בערך פיר פינף מאל א יאר
איך בין געווען היי יאר אין ירושלים אין פאריאר אויך,
עס איז אינטערסאנט צי זען ווי זייער אפט טרעפט מען א ליבאביטשער אויפן וועג אין מען שמיעסט מיט אים פריינטליך
דערנעבן זעט מען זיצן איינע א גויטע נאך בערך א שעה שמיעסן הייבט מען צי באמערקן אז די וואס קיקט אויס ווי א גויטע די מיט די לאנגע האר ביז אינמיטען די ריקען ציפלויגען אין די קליידער ווי עס קיקט אויס, איז גארנישט קיין גויטע,עס איז גאר דעם ליבאוויטשער'ס ווייב!!
כ'האב עס שוין געהאט מער ווי איינמאל אין כ'האב עס שוין געהערט פין אנדערע אויך
תוקן על ידי - שלום_משה - 23/08/2005 6:32:27
איך נעם מיך נישט אהן פאר שוכמאכער אויף דעם פרט וואס עס זעהט אויס ווי ער פרייט זיך אויף יענעמס צרות, אבער אויף אזוי פיל האט ער א שטארקע נקודה, אז ווען מען גייט איבער די מאס מיט הגדרות, פלאצט עס און עס האט א פארקערטע השפעה.
אין סקווירא איז א פאקט אז מען טוט מורא'דיג שטארק קלאפען אויף די נשים (נוסח תולדות אהרן - ועוד), ממילא געשעהט אזוי אז די מיידלעך ווילען דוקא זיך יא באווייזען.
איך באשטעטיג נישט אז די פאקט וועגען סקווירא מיידלעך איז אמת, אבער אויב יא, מאכט עס סענס.