לויט ווי איך געדענק, איז דער מנהג ביי אונז אין באבוב, (און איך שטעל מיך פאר אין אסאך אנדערע ק"ק אויך), צו מאכען הבדלה אויף ביער.
היינט האב איך באמערקט, אז די מ"ב ברענגט צו דער דגול מרבבה, וואס האלט אז מ'קען מאכען הבדלה אויף "וויין".
פארשטייט זיך, אז טאמער קען מען אריין כאפען א גלעזעלע וויין, וואלט איך נישט פארפאסט אזא געלעגענהייט....
איז עכ"פ, בין איך נייגעריג, ווער דא ווייסט פון עפעס א קהליה בישראל, וואו מ'פירט זיך טאקע אזוי, צו מאכען הבדלה אויף וויין.
יישר כחכם.
בהוקרה,
דזשיד
באקומען אין אישי פון "מיסטער".
<כמדומה ברוב תפוצות ישראל כן המנהג, להבדיל על יין (או על מיץ ענבים עכ"פ).>
יישר כח, איך בין נאר נייגעריק אויב די האסט א מקור אויף דעם.
בהוקרה,
דזשיד
שו"ע סי'תקנ"ו ס"א
עס איז פארהאן אזלכיגע וואס טרינקען ניט אליינס נאר געבען עס פאר קינד
אויך קאן זיין אז מען מעג נאר טרינקען רוב כוס
אינטערסאנט אז אין באבוב איז דער מנהג מוצ"ש חזון צו מאכען אויף וויין און מען טרונקט אליין. עפ"י הלכה איז מוצאי ת"ב נישט הארבער (און אפשר לייכטער) פון מוצ"ש חזון, עכ"ז איז די מנהג מוצאי ת"ב צו מאכען אויף ביער.
טאקע אינטערסאנט ענקער מנהג.
ווייל עס שטייט בפירוש אין שולחן ערוך אז לילה זה קיל טפי מתשעת הימים ואינו אלא מנהג,
א גרויס חלק וועלט פירט זיך ווי דער דגול מרבבה בשם מהרי"ל צו מאכען אויף וויין.
דער אלי' רבה און פרי מגדים זאגען מען זאל געבן פאר א קינד צו טרינקען.
אבער אסאך פירן זיך צו טרינקען אליין אפילו לעצטע וואך אזוי ווי דער תרומת הדשן.
די שאלה וואס טוט זיך מיט גרעפ דשוס, וואס האט א הלה פון וויין לענין קידוש, וואס וועט זיין לענין שמחה?