פון היינט און ווייטער די סאטמארער וואס האבן נישט געוואלט עסן די עלי קטיף פון גוש קטיף ווייל סאיז בלוטיג מיט מתנחלים
מען האט דאס געקענט באקומען נאר אין בארא פארק
עס גייט אריבער צו די ]פאלאסטינער
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3126366,00.htmlאבער די סאטמארע וואס האבן עס נישט געגעסן ביז היינט, וועלן יעצט זיך פארלאזן אויף אראבישע נאמנות, שרייב ענדערש נטורי קרתא אנשטאט סאטמאר
וואס עפעס?
זיי קענען נישט קומען צו עפעס א הסכם מיט די עדה? אדער לכה"פ מיט עפעס א משוגענע נטורי קרתא רב?
בהוקרה,
דזשיד
שוין יארן וואס איך קוק אויף די גרינס מיט גליסטעניש!
יעצט וועל איך שוין קענען פארזוכן עס!
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס בלייבט נאך איבער צו זען אויב עס וועלן זיך נישט טרעפן צוהיצטע מתנחלים וואס וועלן עס צוברעכן פאר כעס.
אויך מעגליך אז זיי וועלן זיך דארט קלאמערן, וויסנדיג אז מען וויל דאס נישט צוברעכן.
אבער אויב עס וועט בלייבן, וועל איך מוזן דאנקען דעם אייבערשטן פארן דורכפירן דעם התנתקות, און מיר ערמעגליכן - צום ערשטן מאל - צו באקומען די כשר'ע עלי קטיף.
פאר א הכשר בין איך נישט באזארגט.
העכסטנ'ס וועט מען אהינשיקן איניגע פון די געמבלער'ס אין יריחו...
סך הכל וועט לכאורה זיין אזוי
נטורי קרתא וועלן עסן די בלעטער פון גוש קטיף, אן א הכשר, זיי דארפן נישט קיין הכשר, זייערע ברודער די אראבער זענען באגלייבט
די אראנדזש ריבען טראגעדיגע וועלן באיקעטירן די ארגינעלע גוש קטיף פראדערצירער פאר די חוצפה פון פארלאזן געצווינגענערהייט די שטחים,
דו נארמאלע - סאטמאר אריינגערעכנט - וועלן ווייטער עסן די עלי קטיף וואס ווערט איצט אויפגעשטעלט ערגעץ אין א"י - נישט אין די שטחים - מיט די הכשר פון די עדה
בקיצור קומענדיגע וואך גייט דאס בלוט אראפ פון די ירקות.
אויב עד עשכיו איז עס געווען רויט גייט עס יעצט ווערן גרין מיטן גוטהייסינג פון אבו מאזן.