א געשעפט! coming soon
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1515678
עס קומט ארויס א נייע אידישע מאווי אויפן אידישען שפראך בקרוב,
לויט ווי מען געט איבער גייט עס זיין א גרויסע סוקסעס
דא קען מען דאונלאדען די trailer
http://s46.yousendit.com/d.aspx?id=14SZXE04G83T90QKLM02WQRJDDטאקע די ריכטיגע צייט.
פונקט לכבוד דעם גרויסן "יום טוב" פון חורבן בית המקדש...
כלל ישראל ווינטשט אסאך הצלחה פאר די וואס וועלען זוכה זיין אהערצושטעלן היימישע אויסגעהאלטענע מאוויס. און דורך דעם וועט אויסגערוימט ווערן די נישט היימישע מאוויס ממחנינו.
גאנץ פיין
נישט שלעכט,
אבער ביטע רעד נישט אין נאמען פון כלל ישראל
כלל ישראל דארף נישט קיין אידישע באמישע מאויס, נישט די און זיכער נישט די ארגערע
דאס איז א פרישע משוגעת וואס יעדער שרייבערל רעדט שוין אין נאמען פון כלל ישראל
תוקן על ידי - אינגערמאן - 12/08/2005 14:45:57
אינגערמאן, לייען נאכאמאל וואס ער שרייבט: און דורך דעם וועט אויסגערוימט ווערן די נישט היימישע מאוויס ממחנינו.
ד.ה. אזוי ווי עס וועט דאך דאס נישט געשען במילא קען די ברכה נישט חל זיין
כורמיזא, דו זאגט שטענדיג גוט, זאגסט נאר צו ווייניג
דער מציאות אין די לעצטע 200 יאר האט טאקע באוויזן, אז ווי מער מען האט אדורכגעבראכן די חומה פון אידישקייט, אלס מער האט אידישקייט געבליט...
אויך דארף מען זען אז די היימישע ווייבלעך זאלן זיך אנטון ווי די גרועים שבאומות, אז די מענער זאלן ח"ו נישט נכשל ווערן אין מאנהעטן מיט ראייות אסורות.
די ליסטע פון די סארט "אויפטוען" איז נאך א לאנגע, אבער מיר וועלן דאס שוין איבערלאזן פאר די מנהיגים פון כלל ישראל וועלכע האבן איינגעזען די וויכטיגקייט פון צושטעלן היימישע טעאטער'ס על טהרת הקודש...
תוקן על ידי - allnewspic - 12/08/2005 20:31:35
וכדוגמת די אמאליגע גדולים וואס האבען געבראכען חומות הדת (לדעתך...), מיט דעם אויפשטעלען בתי חינות לבנות, און צייטונגען על משמרת הקודש (איך רעד פארשטייט זיך נישט וועגען די איד און בלאט).
בהוקרה,
דזשיד
דזשיד שטארק געזאגט!
אינגערמאן, דאס וואס דו שרייבסט אז עס איז א פרישע משוגעת אז א שרייבערל שרייבט אין נאמען פון כלל ישראל, וויל איך דיר זאגן אז עס איז נישט קיין פרישע משוגעת, עס גייט שוין אן יארן אין "דער איד" און לעצטנס אויך אין "דער בלאט". ווי עס זיצן אפאר שרייבערלעך און ווערן דער שופרה של יהדות החרדית.
אזויפיל רעאליסטישקייט אין איין אשכול אז די בת היענה'ס האלטן עס נישט אויס
יא יא.
ווען דער סאטמארער רב, אדער אנדערע גדולי ישראל וואלטן יעצט אפגעמאכט אז מען דארף ארויסקומען מיט א אידישע מואווי, החרשתי.
אבער ווען מורינו ר' זשיד פון היידפארק, און ווער ווייסט נאך וואספארא שמות הנרדפים באשליסן אז כלל ישראל איז שוין גענוג פארדארבן פאר זייערע פלענער, קומט מען אן וואו מען קומט אן.
איך ביי מיר בין כמעט הונדערט פראצענט, אז מורינו ר' זשיד וואלט נישט געמאכט קיין שותפות אין סיי וואספארא ביזנעס מיט די וועלכע האבן פראדוצירט די מואווי...
זייער מיינונג איז נאר גוט ביי אידישקייט ענינים.
מען גייט ארויף לייגן א גרויסן סיין איבער וויליאמסבורג:
HOLY WOOD
לדעתי איז עס סתם א וועג פאר די וואס מאכן עס צו מאכן געלט, פרנסה, אדער ווי אזוי איר ווילט עס רופען. די נישט אידישע מאוויס וועלן נישט "אויסגערוימט ווערן ממחנינו" אזוי שנעל. פאר די וואס זעהן נישט די חילוק צווישן אידישע מאוויס אין אידישע בתי זונות (אגב ביי די חינוך אסיפה אין עטרת אברהם איז משמע געוועהן אז ס'איז שוין דא) פרעג איך, וואס איז עס אנדערש ווי אחים גראוייץ? נישט אז איך בין חלילה חושד איינער דא אין פורום פין קוקען פילמס אין היברעיש.
אגב "צייטונגען על טהרת הקודש?" דער איד? דער בלאט? וואס? ווען? ווי?
תוקן על ידי - kutchma - 12/08/2005 18:49:15דו האסט עפעס א הוא אמינא, אז די נעקסטע מואווי'ס (אפשר שוין די יעצטיגע, ווער ווייסט ?) וועלן נישט פיטשערן קיין פרויען ?
און טאקע ענליך צו די דאזיגע וועלכע מען נוצט אין האליוואוד ?
משיח זאל זיי אודאי מקדים זיין.
לאמיך רעדן פונעם פינאנציעלן חלק.
ווי איך זע פונעם טרעילער האבן די חברה משקיע געווען אסאך געלט. קוקטס אויף די טייערע הייזער און קארס און פאליס קארס וואס זיי האבן געדינגען פאר דעם צוועק, און דער קאר און דער ווען וואס זיי טאטעלען ביים סוף פונ'ם טרעילער.
מיין שאלה איז: וועט זיך זיי דאס אויסצאלן?
איך קען דאך מיינע אידישע ברידער, די וואס רעדן היימיש-אידיש, און איך ווייס אז די גרעסטע רוב פון זיי קוקן נישט קיין פילמס, און די וואס קוקן יא וועלן נישט ארויסנעמען 20 אדער 30 דאלאר פון טאש צו קויפן א פילם. זיי וועלן עס ענדערש בארגן איינער פונעם אנדערן.
אגב, ס'איז שוין ארויסגעקומען א פילם אין אידיש מיט עטליכע יאר צוריק דורך איינס פון די זעלבע קאמפעניס וואס פראדוצירן די חרדי'שע פילמס אין עברית, (זיי האבן גענומען חסידישע יונגעלייט פון לאנדאן און צוזאמען מיט זייערע עברית-רעדנדיגע עקטארס פון ארץ ישראל און געמאכט א מישמאש) אבער ס'האט זיך נישט גוט אויסגעארבעט.
די גרעסטע ראי' אז ס'איז נישט געווען קיין סוקסעס איז אז זיי האבן קיינמאל נישט ארויסגעגעבן נאך איינס.
דער נאמען פון יענע פילם איז געווען "דער פארלוירענער זכרון".
אגב, קען איינער די יונגעלייט וואס עקטן אין דעם אידישן פילם.
ווער זענען זיי? וואו וואוינען זיי?
איך גיי שרייבען צי דער מאווי איז בעצם א גוטע זאך צי נישט (קלאר חזיר טרייף) נאר וועגן דעם מאווי אליין.
די עקטארס מאכען דעם טעות פון זיך פארשטעלען אויף א מאווי אין די זעלבע וועג ווי זיי וואלטען זיך פארגעשטעלט אויף א שפיל.
די וועלטען פון theatre און די פון cinema האבען א יסוד'יסדיגע חילוק אינעם פארמאט פון די עקטען. אויפען stage דארף מען עקטען אויף אן אויפען וואס מען געט זיך איבער פאר אלע נמצאים (project yourself), משא"כ אויף א מאווי דארף דער עקטאר זיך אויפפירען נאטירלעך און אינגאנצען איגנארירען דעם קעמערע. דאס אויפכאפען געהעריג דעם פנים פונעם עקטאר וכדו' איז דער אויפגאבע פונעם דירעקטאר און פון די קעמערע-מען.
ווען עקטארס אויף א מאווי פראבירען צו 'עקטען' אנשטאטס זיך פירען נאטירלעך באקומט די מאווי א forced געפיהל און עס פאלירט די גאנצע טעם.
דרך אגב, אלע 'היימישע' מאוויס אויף עברית (עכ"פ ביז פאר א פאר יאר צוריק) האבען דעם פראבלעם.
תוקן על ידי - A_Jew - 12/08/2005 19:46:10
Yosel Grossman From monsey is peretz
Yedel nieman from monsey
Mendy kirch from monsey
די יונגעלייט זענען אלע פין די עיר התורה מאנסי
גראסמאן
הערשקאוויטש
ניימאן
קירש
גרינבערג
מינץ
קאהן
police officer andy dale
ramapo
זיסקייט
דאס וואס דו זאגסט אז די גרעסטע ראי' אז מען מאכט נישט קיין געלט, איז פון דעם אז די פראדוצירער פון "פארלוירענעם זכרון" האבן נישט ארויס געגעבן נאך איינס. וויל איך בארייכערן דיינע ידיעות, אז דער יעצטיגער פילם "א געשעפט" איז טאקע פון די זעלבע חברה.
A_jew
ביזט 100% גערעכט.
מען זעט עס זייער בולט, ווי די עקטערס קוקען כסדר צו די קעמערע, - פארגעס נישט, אז אין די preview פון קוים איין מינוט לאנג, ווי מען פרובירט צו ווייזן די בעסטע שטיקלעך אז עס זאל כאפן דאס אויג אדער הארץ זעט מען עס שוין.
עס טשארצט קלאר ארויס די אומנאטורליכקייט, עס מאכט עס שטארק אומפראפעסיאנאל, אויסער די פארשטעלכצער וואס מאכט עס אויסזען ווי א פלעי פון, אדער פאר קינדער, אדער העכסטענס ווי די היימישע פלעיס, אבער זיכער קען מען עס נישט פארגלייכן צו א האליוואוד מאווי.
כבין מסכים אז סאיז נישט קיין עולה סאיז סך הכל כשרע ענטערטעינמענט און סדארף זיין פון דעם אויך, סמיינט נישט אז א חסידישער יונגערמאן מוז עס קויפן, גראבייס טוט דאס שוין יארן אין ארץ ישראל מיט אסאך הצלחה
ווען מוזיק טעיפס זענען ארויס געקומען האט מען אויך פארפירט, במציאות קען מען היינט נישט אן דעם, און יעדער היט זיין שטוב וואסערע יא אריין צו נעמן און וואס נישט
וועגן די עצם עקטינג דארף מען זען די גאנצע זאך צו קענען אנאליזירן אבער כבין נישט באזארגט ווייל צו פראפעשענל איז עס מסתמא סיי ווי נישט, נאר אזויווי די פלעיס די לעצטע פאר יאר, זייט שלמה פערל האט זיך אפגעלאזט דערפון איז נאך נישט געווען קיין מענטשליכע פראדוקשען, און אז מוויל זיך לערנען וואס הייסט עקטן דארף מען זיך לערנען פון שלמה פערלס דירעקשן ביי המלאך הגואל, פיני פריעד האט דארט געבראכן רעקארדס
חלק פון די טענות וואס מהאט דא ארויפגעברענגט איז ממש נעריש, אבי ממאכט דערפון א גאנץ געשעפט..
מה בסיכוי שלהם להרוויח?
האם מכת ההעתקות לא יהרוס את הסיכוי לרווח?
נו איך ווארט שוין אזוי לאנג ווי קען מען עס קויפן ???????? אויב עס איז שוין דא
יעצט פארדינט שוין מאנסי ריכטיג דעם נאמען "עיר התורה"...
זיידיאנטשי שרייבט:
זייט שלמה פערל האט זיך אפגעלאזט דערפון
דאכצעכמיר אז עס איז נאך נישט דא קיין אשכול דערוועגן, אויב נישט וואלט מען שוין געמעגט מאכן.
שלמה פערל מאכט נאכמאל א "יוסף שפיל" דעם קומענדיגן חול המועד סוכות. ליפא שמעלצער וועט זיין יוסף.
על ראשון ראשון.
איך האלט אז דער מאווי און בכלל דער רעיון פון 'כשר'ע מאוויס' איז חזיר טרייף. איך נוץ נישט סתם דער לשון חזיר טרייף, נאר אזוי ווי חזיר פושט טלפיו (הנקרא בלשוננו כשר חזיר פיסל) אזוי איז דער גאנצע רעיון פון כשר'ע מאוויס מקורו ביים סטרא אחרא. דאס קוקען אויף מאוויס איז מנוגד צו יודישקייט (ועוד אאריך בעזה"י) און דאס נוצען היימישע יודען און קלאמפיש מאכען א 'יודישע' storyline איז בבחינת מטהר את השרץ - עס קען נישט ווערן טהור.
איי וואס איז מיט די מענטשען וואס קוקען יא אויף מאוויס, איז נישט בעסער אז זיי זאלען זעהן א 'היימישע' מאווי? דער תירוץ איז אז ווילאנג זיי פארשטיין אז זיי טוהן אן עבירה מיטען קוקען איז נאך דא א האפענונג אז זיי וועלן תשובה טוהן, משא"כ אויב 'טוהן זיי גארנישט שלעכט' וועלן זיי קיינמאל נישט תשובה טוהן און נישט אויפהערן.
מיינע ידיעות אין די חילוקים צווישען plays און films, און בכלל דאס וואס איך וויס בנוגע עקטען, נעמט זיך פון דעם וואס איך האב מיר אביסעל אריינגעטוהן אין דעם נושא פון עקטען ווייל איך האב שוין געטוהן דערין. איך האב שוין directed אפאר שפילען און געשפילט אפאר מאל, ע"כ האב איך זיך אביסעל אינטרעסירט אין technique.
חוץ מזה, אודה וגם אבוש אז ביז פאר א שטיק צייט צוריק פלעג איך קוקען אויף הוליווד מאוויס (אויפען קומפיוטער, נישט חלילה אין א cinema), אבער, ווי איך האב שוין מקדים געוועהן, איך האב אלעמאל געוואוסט אז איך באגיי אן אומרעכט.
דער סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט קוקען איז ווייל איך האב שוין נישט געקענט שפירען קיין טעם אין קיין שטיקעל גמרא אזוי ווי אמאל. נישט ווייל איך האב געטראכט פונעם מאווי בשעת'ן לערנען, נאר פשוט ווייל די תורה הקדושה קען נישט רוהן בכפיפה אחת מיט א מאווי. והדברים ידועים ואכמ"ל.
איך האב געהערט א משל פון מורי ורבי ר' שמשון פינקוס זצ"ל אז אן ארימאן האט געהאט א רייכע פעטער וואס האט חתונה געמאכט. א גאנצע טאג האט דער ארימאן געפאסט כדי צו האבען אן אפעטיט ביים חתונה. לפנות ערב איז ער אבער געווארען הונגעריג האט ער זיך געוואשען און געגעסן אביסעל ברויט מיט צוויבעל. שפעטער ביים חתונה האט ער זיך באקלאגט אז דער גאנצע סעודה האט א טעם פון צוויבעל. 'דו נער' האט מען איהם געזאגט, 'אז דיין מויל האט א טעם פון צוויבעל האבען די בעסטע מעדנים נישט קיין טעם.'
'וואס א טעם', האט ר' שמשון ממשיך געוועהן, 'קען האבען א בלאט גמרא נאך א New York Times?!'
איך ווייס אז עס ליינט זיך אפשר כאילו איך בין זיך מתחסד אבער אויפען אינטערנעט, בעילום השם, קען איך דאך שרייבען דעם אמת.
דער אויבערדערמאנטע טעם איז שייך אפי' ביי 'היימישע' מאוויס. דאס קריכט אריין אין קאפ און רייסט דעם מענטש אוועק בכוח פונעם תורה און פונעם רבש"ע. און, ווי פריער דערמאנט, ווען דער מענטש פארשטייט בכלל נישט אז ער טוט עפעס נישט גוט וועט ער קיינמאל נישט תשובה טוהן.
בכלל, דאס מאכען א שיטה אז עס איז מותר כדי נאכצוגיין די תאוות האט א ספעציעלן גרויל. נישט גענוג אז דו ביזט א בעל עבירה ווילסטו נאך אויסרייסען די תוה"ק? לאז כאטש די תוה"ק כהוויתה יהא און טוה אפ כל דבר אסור, אבער מאך נישט צוליב דעם קיין נייע תורה.
עס איז דא א ווערטעל אז א פרייע האט דעשיקט זיין זוהן לערנען אין א קריסטליכע סקול מיטען נאמען Trinity School. נאך אפאר טעג קומט זיין זוהן אהיים און זאגט, 'Dad, you know what trinity means? It means the Father, Son....' דא האט זיך דער פאטער צובייזערט און געשריגען, 'There's one God and we don't believe in him!' דהיינו, איך טוה נישט גוט און איך ווייס אז איך טוה נישט גוט אהבער קום מיר נישט פארדרייען א קאפ אז עס איז באמת יא גוט.
When is it coming out???????????
any day
איינער וואס האט דאס שוין געדיינלאוד זאל ביטע עס נאכאמאל ארויפלייגען אויף yousendit.com ווייל איך וואלט עס געוואלט זעהן
IN STORES TODAY
GO AND ENJOY IT
Someone should put it on here or on Google
i saw it already, its preety good
let the man make some money
give it some time
where can i buy it?
how much does it cost?
Mostly Music $20
I bought it today at Hitech on 13th Avenue I paid $20.00 for it I think the concept is good but the actors are not so professional.
I must say for a yiddish FILM
Job well DONE!!
Whoever lets his young children watch this film will regret it. This Peretz has many lines that are disgusting. The idea that a Yid frightens a pregnant woman and causes her to die is bad. and then also steals the guys child is crazy. The car mechanic is nebech a upgefurener bucher that cuts his payes all the way up. If the players would of been goyim it wouldn't be as bad.
Yankel Greenberger is very good, also Velvel is good but very corny,
The story is interesting but if you have a stikel yiddish gefiel you are left with a bad taste. .
ב"ה איך האב עס שוין געברענט און געזיפט, איך דארף עס נאר ארויפלייגען אויף עפעס א זייט ווי YOUSENDIT
אז מ'זאל עס קענען דאונלאודען. האפענטליך שפעטער.
אויב איינער דא האט ערפאהרונג מיט די סארט זייטס און קען מיר זאגען פונקט וואס צו טאהן, איך דארף ארויפלייגען פיהר פיילס.
ארויסגעווארפען. איך האב עס געזעהן דעם פרייטאג (ניטל) - ארויסגעווארפען. עס האט דאך אזעלכע לעכער אז איך פארשטיי נישט וויאזוי זיי האבען עס נישט געכאפט. איינער ווערט נעלם און מען רופט נישט פאליציי? עוד חזון למועד.
תוקן על ידי - A_Jew - 07/01/2006 22:21:46
איך האב עס געזיפט, אין דריי פיילס פון עטוואס ווייניגער ווי א מעגאבייט יעדער איינער אבער ס'אפלאוד זיך נישט צו YOUSENDIT דאס הייסט ס'נעמט א יאהר מיט א מיטוואך און ווערט קיינמאל נישט פארטיג. אויב איינער האט א צווייטער עצה צו א צווייטער פלאץ וואו עס אפצולאודען, וואלט איך עס געטוען. אבער איך האלט נישט ביי'ם דאס צוטיילען אין אזוי פיל שטיקלאך ווי ס'פאדערט פאר MEGAUPLOAD אדער RAPIDSHARE
ברוך דיין האמת
פרץ גראסבערגס טאטע איז ל"ע אוועק
היינט 12 אזייגער גייט זיין די לויה ביי שומרי הדת אין בפ
נישט שלעכט
aaatozzz, עס שטייט קלאר אויפן דעקל אז דאס איז נאר געאייניקט פאר ערוואקסענע
.
.
[בילד – נישט אפגעהיט]