היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שומרים: א כאפץ אים אין דאנטאן מאנהעטן!

שומרים: א כאפץ אים אין דאנטאן מאנהעטן!

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1514858

באראש » 11/8/2005 18:23


כאפץ אים!

רופט שומרים!

כאפץ אים!



דער גרויסער תלמוד חכם וואס איז געקומען צו פארן פון קווינס קעמפ א לאנגע וועג פון 2 שעה, איז אנגעקומען היינט קיין סיטי האל צו די אסיפת הרבנים מיטן מעיאר, די רבנים זענען געשטאנען נאך אינדעראויסן אויפן גאס, ווארטענדונג אויף 11:30 וואס איז די אפוינמענט, אזוי ווי זלמן לייב האט באמערקט ווי כ"ק גאב"ד קרית יואל קומט אן, איז ער בלייך געווארן ווי די וואנט די הענט און פיס האט אים געציטערט, אן ער האט אנגעהויבען צו לויפן מיט א ווילדן געלויף.

זיין הויז בחור און דרייווער האבן דאס הערש באמערקט ווען ער איז שוין געשטאנען ביי די קאר, זיי האבן געוואלט שרייען כאפץ אים, עס האט אויסגעקוקט ווי איינער האט אים דערשטאכן, ער האט געווינקען און געשריגן מיט כעס עפן די טיר, ווילאנג דארף איך לויפן דא.

ער האט זיך אריינגעזעצט אין קאר און געפלויגן ווי די אויגן טראגן אים.

די יודעי דבר זאגן קלאר אז ער איז אנטלאפן ווייל די רבנים האבן דן עווען דארטן איבער שאלות נחוצות בעיני מילה, און ער איז געשטאנען דארט ווי א ליימעלע גולם, עס האט אויסגעקוקט אין פראנט פון סיטי ווי מען האט אים געמאכט אויף אים א ברית מילה מיט מציצה בפה אינאיינעם, טא א וואונדער ער איז געלאפן זיך ראטעווען פון די בזיונות.

publih » 21/6/2012 21:32