היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » געוואלד, ברית חדשה אויף אידיש!!!

געוואלד, ברית חדשה אויף אידיש!!!

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510333

דיפלאמאט » 9/8/2005 05:15

א שוידער האט מיר ארומגענומען היינט גייענדיג אויפן גאס ווי איך שפאציר זיך אזוי אויף מיין געוועליכער רוטין, באמערק איך ווי איינער שטייט נעבן א טישל און פארפירט געפערליך. אין מיין נייגער וואס דער האט צו פארקויפן זע איך ווי ער האלט דארט געפערליכע ביכער וואס קענען פאר'סמ'ן איידעלע אידישע מוחות. אבער קיין סאך צייט צו זען זיינע סחורה האט ער מיר נישט געגעבן, נאר באלד אנגעהויבן צו פרעפלען זיינע שטויות, און איך אלס איינער וואס האט אביסל שטודירט דעם ענין, האב זיך נישט געלאזט פון אים, און אים אנגעהויבן צו פרעגן אזעלכע פראגעס וואס ער איז געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.

אבער נישט דאס וויל איך ארויסברענגן, און נישט יעדער איז געאייגנט דאס צו טאן און אדרבה עס איז בעסער צו שטיין ווייט פון די חברה, ווייל צומאל האסטו נישט וואס צו ענטפערן און דאס ערגסטע איז צו בלייבן מיט די ציין אינדרויסן, וואס האט מיר געפערליך דערשראקן איז אז זייער טריפה ביכל ברית חדשה איז איבערגעטייטשט געווארן אין א היימישן פליסיגן אידיש, וואס אך און וויי אויב דאס פאלט אריין אין א בחור'לס האנט, ער קען זיך אפ'סמ'ן די יארן זיינע פון וואו ער וועט זיך שווער זען אינדרויסן. נישט אז דארט איז דא אזעלכע געוואלדאוונע זאכן. לגמרי נישט. עס איז דא דארט א אנשטויס פון פארדרייטע ווערטער און פארקריפלטע לשונות, און אלעס... געבויט אויף "אונזער" תורה.

עלטערן ברויכן זיין זייער וואך אויף דעם נייעם פראבלעם און אכט געבן אז א קינד זאל דאס נישט איינשטעקן אין בוזעם (עס איז געדרוקט אין א קליינעם פארמאט) און עס דורכשטודירן.

עס ווייזט אז א געפערליכער שטרויכלונג איז אויפן וועג אהער, אז זיי האבן שוין נישט געטראפן וועם צו פארשמייליגן נאר אונז אידיש רעדנדע. ווער ווייסט וואס נאך ווארט אונז אפ?

yankees » 9/8/2005 05:31

ליבער פריינד. איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער ס'איז באמת נישט דא וואס צו טון אין די נייע אפענע וועלט. די אלטע צייטן זענען פארביי. יעדער וועט אנקומען צו לייענען וואס עס ציט עם. אז די וועסט עם אויפווייזן מיט א בעסערע סברה ווי יענעם שרייבער וועט ער דיך אויסהערן. א בחור איז נישט קיין קעלבעל ער קויפט וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל גרינגער.

דיפלאמאט » 9/8/2005 05:40

איך מיין אז אויב וועט ווערן א ביכער פארפלייצונג פון דעם סארט זאל מען פארשפרייטן ביכער אויפן פארקערטן ריכטונג אזוי ווי עס איז דא צו באקומען אויף ענגליש, עברית און אויף נאך שפראכן.

צום אלעם ערשטן וועט מען אבער מוזן געבן לעקציעס פאר אונזערע מלמדים ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דעם פראבלעם... אין ישיבה האט מיר קיינער נישט געוואוסט צו ענטפערן אויף די פראגעס מיינע, ביז דער פון אויבן האט מיר צוגעשיקט דעם ריכטיגן שליח.

משיח_השם » 9/8/2005 05:46

הרב דיפלאמאט

דו שרייבסט: וואס אך און וויי אויב דאס פאלט אריין אין א בחור'לס האנט, ער קען זיך אפ'סמ'ן די יארן זיינע פון וואו ער וועט זיך שווער זען אינדרויסן. נישט אז דארט איז דא אזעלכע געוואלדאוונע זאכן. לגמרי נישט. עס איז דא דארט א אנשטויס פון פארדרייטע ווערטער און פארקריפלטע לשונות, און אלעס... געבויט אויף "אונזער" תורה

לכאורה קוקן מיר די ווערטער אויס ווי א סתירה. אויב איז נישט דא דארט אזעלכע געוואלדאוונע זאכן, דאן פארוואס איז אך און וויי אויב עס פאלט אריין אין א בחור'ס הענט?

בכלל לויט ווי דו זאגסט אז דו ביסט באהאוונט אין די זאכן, פרעג איך דיר, וואס איז טאקע דער גרויסער מאלער אויב ליינט מען וועגן די קריסטליכע רעליגיע. ווער וועט דען נאכגעשלעפט ווערן דערנאך? זיי האבן דאך נישט וואס צו פארקויפן.

דיפלאמאט » 9/8/2005 05:54

איך וועל אייך געבן איין דוגמה. איך האב זיך אמאל גע'טענה'ט מיט עמיצן וואס ארבעט אין א קירכע, און בתוך הדברים האט ער געזאגט זאכן וואס ווערט געברענגט אין אונזער תנ"ך וואס וויבאלד מיר לערנען דאס נישט היינט, ליידער, האב איך אים נישט געקענט אפווענדן דערמיט. און דאס האט מיר פארדרייט דעם מח, ביז... איך האב געטראפן מיט וועם דאס דורכצושמועסן, און אזוי האב איך אנגעהויבן שטודירן דעם עסק, און היינט קען איך ענטפערן וואס מ'ברויך. אבער נישט יעדער ווייסט אוואו זיך צו ווענדן, און ווען א קינד פרעגט גאנץ א נארמאלע פראגע איז דער ענטפער געווענליך אז מ'טאר נישט פרעגן און נישט טראכטן וועגן די זאכן, דעריבער ווערט דער מח צוביסלעך פארזשאווערט.

אוודאי זענען די קריסטען נישט אינגאנצן משוגע, זיי האבן זיך אויפגעבויט א גאנצע רעליגיע אבער אויב ווייסט מען נישט ווי זיך אפצוגעבן דערמיט, אויב און ווען עס וועט קומען דער טאג וואס מען וועט זיך נעמען אויף אונזערע אידישע ביינער, דאן ווייס איך נישט ווי עס וועט פירן.

משיח_השם » 9/8/2005 05:57

וואס הייסט עס האט דיר פארדרייט דעם מח? האסטו דען געקלערט אז עס איז דא עפעס ממשות אין דעם קריסטליכן גלויבן? לויט ווי איך ליין פון דיינע אנדערע תגובות ביסטו נישט אפילו אזוי גלויביג אין חסידישע רבי'ס, נו פארוואס פונקט אין יוזל?

איי דאס אז דו האסט נישט געקענט ענטפערן א קשיא אין תנ"ך, דו אליין זאגסט דאך אז דער עולם טראכט נישט אזויפיל. עס וועט קיינעם נישט שאטן אז מען וועט נישט קענען פארענטפערן א תנ"ך, די אידישקייט וועט ווייטער אנגיין, אזוי ווי עס גייט אן ביז היינט.

jid_613 » 9/8/2005 05:59


נא רבותי, ווי גייט דער ניגון, "משיח משיח משיח, איי יי איי יי ייי ייי....."

שלום עליכם ר' משיח, לאנג טיים נאו סי.

און אוי ווי פאסיג טאקע זאלסט אהנקומען פונקט ווען מ'רעדט דא פון.....






בהוקרה,
דזשיד

ליכטיג » 9/8/2005 06:40

דיפלאמאט האט א שטיקל נקודה.

ביי אונז לערנט מען נישט קיין תנ"ך, אין ווען איינער ברענגט פאר א ישיבה מאן ישעי' נ"ג אדער זייער אנדערע שטיקלעך אין תנ"ך אין תהילים וואס זיי זענען מסלף בלייבט ער מיטן צינג אינדרויסען.

אוודאי איז נישט דא קיין חשש אויף א שומר תורה ומצות אז ער זאל ווערן פארכאפט צו נוצרות, אבער צו בלייבען מיט די צונג אינדרויסען איז נישט באטעמ'ט.

כורמיזא » 9/8/2005 08:55

רובא דרובא מענטשען גלייבען וואס זיי לייענען, בפרט איינער וואס איז איינגעוואוינט צו גלייבען.

ווען א דורכשניטליכער מענטש ליינט ביכער וואס זענען געשריבען אין זיין שפראך, אויב מאכט ער זיך נישט אפ אז ער גלייבט גארנישט, אפילו ער וועט נישט גלייבען אלעס, אבער דאך וועט זיין זאכען וואס ער וועט גלייבען.

לגבי די אוונגליון, אויב גלייבט ער נאר איין זאך פון 10 זאכען קען ער שוין זיין א ריכטיגע פוליתיאיסט, וואס כל זמן עס ווערט אים נישט פארענטפערט איז ער עובר אויף איסורי דאורייתא.

דעריבער איז עס טאקע א גרויסע סכנה און מ'דארף שטארק אכטונג געבען סיי אויף זיך און סיי אויף די קינדער, און מ'דארף אויסלערנען די קינדער נישט צו לייענען קיין מאטריאל וואס מ'ווייסט נישט ווער די מחבר איז אדער ווער עס געט אן הסכמה.

עס איז אויך כדאי אז די קינדער זאלען וויסען אז עס קען זיין א יוד מיט א ברייטע בארד און א פלאכע קאפעליטש און ער איז א פשוטע נוצרי.

און די לייענער פון היידפארק מעגען אויך וויסען אז אפילו אין אונזער פארום וואס איז געשריבען אין א היימיש יידיש קען זיין ארטיקלען וואס איז געשריבען געווארען דארך א קריסטליכע מיסיאנער.

מלוה_מלכה » 9/8/2005 09:11


לעניית דעתי איז אויב איז דאס אמת איז עס א שרעקליכע ווייטאג אז מען האלט שוין דארטן. מען וואלט געדארפט איבעדרייען דעם טישל צי סתם אויסטיילן ציפקע צרות פאר דעם פארקויפער.

מענין לענין באותו ענין, ידוע וואס די צדיקים האבן כסדר געווארנט מען זאל שטיין ווייט פון ספרי חקירה ווי דער מורה נבוכים צי שער האמונה אין חובת הלבבות צוליב די חשש אז די קושיות וועט מען דערהערן און די תירוצים נישט , און דאס איז שוין געזאגט געווארן אויף ספרי קודש כל שכן אויף להבדיל די דאזיגע ביכער.

...רבוש"ע לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גויים חלילה...

דיפלאמאט » 9/8/2005 19:04

משיח השם,

ווען דער מח הייבט אן צו פרעגן (גאנץ נארמאלע) קשיות, מיינט דאס נאכנישט אז ער גלייבט אין יוזל'ן.

איך וויל נישט פרעגן דא וואס מיר האט דעמאלט געבאדערט, ווייל איך האב נישט קיין צייט דאס צו פארענטפערן, אבער פריוואט וועל איך דיר ביי א געלעגנהייט שיקן דאס וואס האט מיר שווער געמאכט אין יענע טעג.

בןמלך » 9/8/2005 19:08

כורמיזא
:addSymbol('');
:addSymbol('');

shia550 » 9/8/2005 21:22

כורמיזא

אין עס פאלט אייך אפילו נישט איין צו לערנען מיט איינער קינדער תנ"ך מיט עקרי היהדות כדי עס זאל זיי גארנישט שווער זיין?

13Hooper » 10/8/2005 04:04

מען דארף זיין על המשמר אפילו פין יודען
http://atwood.co.il/godol/Rabbi%20Goldberg.pdf

yankees » 10/8/2005 04:33

א עלטרע יוד פון סאטמער האט מיר אמאל געזאגט אז אמאל אינדערהיים פלעגט מען יא לערנען תנ"ך מיט די קינדער. נאכמער יעדע בעל הבית האט געהאט א שיעור אין "חק" יעדען טאג, נאר נאך די מלחמה האט עס סאטמער רב ז"ל מבטל געווען צוליב סיבות.
איז דאס ריכטיג?

עפשטיין » 10/8/2005 07:58

ניין ס'יז נישט ריכטיג.

אין דערהיים האט מען נישט געלערנט תנ"ך וועגען די משכילים האבען געקאכט אין תנ"ך.

חק יא, אבער די חברה האבען בעיקר מעביר סדרה געווען.

בןמלך » 10/8/2005 19:25

אוודאי איז כדאי צו לערנען תנ"ך, און פרעדיגן אין די קינדער די ריינע אמונה. דער מציאות אבער פון די טבע האנושי איז, יא נתפעל צו ווערן פון א זאך וואס מ'הערט, בפרט פון א מענטש וואס איז א גוטער בעל הסבר, און נאך א געזונטער דריי קאפ.
עס איז א פשוט'ער קל וחומר פון צייטונגען וואס מענטשן ווערן אזוי מושפע דערפון און פארדרייט יעדן דעם קאפ. כ"ש ווען א לעבעדיגער מענטש וועלכער איז ספעציעל צוגעגרייט אויף די באגעגענישן. ה"י.

yankees » 11/8/2005 01:24

עפשטיין:
אינטעראנס! אז מ'קוקט אריין אין די אלטע חק'ס זעט מען א ליקוט פון צענדליגע מפרשים אויף תנ"ך. וואס איז לכאורה איבריג.
מעביר סדרה צו זיין דארף מען ניטאמאל קיין רש"י.

כ'האב פעסטגעשטעלט די סיבה פארוואס סאטמער רב האט נישט געהאלטן פון לערנען תנ"ך מיט קינדער. ווייל אז מ'לערענט די אלע מלחמות וואס יודן האבן געהאלטן מיט די גוים די שבעה אומות. און ווי אזוי זיי האבן געשאכטן גוים יעדן טאג. ביים איינעמען ארץ ישראל. קען מען זיך ח"ו טועה זיין און עס צוגלעכענען צו די היינטיגע רוצחים. אונזערע פרייע ברודער אין מדינת ישראל.

ליכטיג » 11/8/2005 05:44

אגב איך האב באמערקט אז אויף היידפארק האט א מיסיאנער שוין אויך צוגעשטעלט א פורום אויף א פערפעקטן עברית.

איך לייג נישט דא קיין לינק ח"ו אבער seems those nudnicks are all over.

כורמיזא » 11/8/2005 08:03

ליכטיג מיין כוונה איז נישט געווען דווקא 'ארטיקלען' אדער עקסטערע פארומס, איך האב געמיינט אפילו קליינע הודעות פון א שורה צוויי, און אין אינזער פארום 'חדשות אנ"ש'.

עפשטיין » 11/8/2005 19:48

באקומען אין תיבה אישית פון א ניק לחייםיודען.

שלום וברכה
היות איך האב געזען אייער ויכוח בנוגע דעם סאטמאר רב'ס זצ"ל שיטה לימוד תנך מיט די קינדער, האב איך אייך געוואלט זאגן אז עס איז מיר פשוט א פלא אז סאטמארע יונגעלייט זאלן דאס נישט וויסן.

עס איז דא א ספר חידו"ת במסיבת להחזקת מוסדות התורה פונעם סאטמאר רב זצ"ל סוף חג איז דא דארט געדרוקט די אסיפת מלמדים וואס דער סאטמאר רב זצל האט געגעבן פאר די מלמדים בשנת תשכז וזל"ק שם:

(דף רמב עב אות ד) ...מצד שישנם כמה פסוקי תנ"ך שלא הובאו בגמרא, ויכולין להיות אפי ת"ח גדול ולא יהי' לו ידיעה בנ"ך כלל, [וכאשר הי' מעשה באחד שחשב שירבעם הי' קןדם מרע"ה], והכ"ד כתבי קודש הרי ניתנו לישראל ללמוד והם חלק מהתוה"ק, על כן מההכרח ללמוד עם הילדים גם נ"ך.
והאמנם שכמה צדיקים בדורות שלפנינו היו מקפידים שלא ללמוד נ"ך, זה הי' לפי שהאפיקורסים לקחו להם דרך ללמוד נ"ך בדרך לא טוב ... דישנם כמה ענינים בתורה שלא יובנו עפ"י פשוטן ויכולין להשתבש בפירושם להוציאם לדברים הפכיים, ועד שאמרו ז"ל...
וה"נ בענין נ"ך חששו הצדיקים שילמדו נ"ך ולא יבינו אמיתית הדברים שאין הדברים כפשוטן, לכן פחדו מזה ואמרו שב ואל תעשה עדיף בזה. אבל האפיקורסים שבזמנינו חדשים מקרוב באו אינם מקושרים בתנ"ך כלל ואינם יודעים ואינם בקיאים בתנ"ך ... ע"כ אין לנו לחשוש לחשש הנ"ל ויכולין ללמוד עם הילדים נ"ך. עכל"ק


APPLE » 16/8/2005 00:35

כורמיזא

איך מיין אויב איר באמערקט אזא סארט זאך זאלט איר אונז אויפמערקזאם מאכען, אדער לפחות דעם מנהל.

meshug » 16/8/2005 08:13

הגזמתם.

למה שהמיסיונרים ינסו להשקיע את הונם לשכנע אותנו?

הסיכוי שלהם שואף לאפס.

הם משקיעים אצל עולי רוסיה שמה לדאבונינינו יש להם הצלחה.

shia550 » 16/8/2005 08:55

ווען זיי האבען איין היימישע קרבן וואלט זיי עס ווערט געווען ווי צען טויזנעט פרייע.

אפילו אזוי באשרייבען זיי יעדער משומד ווי ער וואלט געווען מקודם א שומר תורה ומצוות.

עפשטיין » 17/8/2005 02:39

מאכסט זיך נאריש.

זיי זענען אויף א מיסיע, און דארפען יעדעם משכנע זיין.

פונקט ווי די מוסלעמענער דארפען יעדן משכנע זיין מיטן שווערד.

טובעין » 18/8/2005 01:40

אויף קול מבשר האט מען היינט געזאגט אז מיסיאנערן האבען איבערגעלאזט מאטריאל אויף אידיש ביי די היימישע געגענטער אין מאנטריאל.