די גרויסע מעכטיגע נסיעה גייט זיך ענדיגען היינט ביינאכט ציווישען חצות און די נץ החמה.
ס'גייט זיך ענדיגען מיט מיליאנער אויגען אנגעבינדען דערויף צו זעהן דער מורא'דיגע מחזה.
ס'גייט זיך ענדיגען אין איינס פון צוויי וועגען, 1)מיט א פשוט'ע לאנדינג. 2)מיט א גרויסע אויפרייס, און ווי א באל פון פייער....
אויב ווי דער ערשטע, וועט דער שמחה פון דער אמעריקאנער פאלק זיין אומגעהויער גרויס..., א געווינס פאר דער מלאך דער שר פון דעם אמעריקאנער פאלק.
(און אודאי איז דאס נאר בזכות דער פ.ס. וואס זיי טוהן שטיצען דער אידישער בירגער, און לאמיר נישט פארגעסען פון "שערי חמלה" וכו'...)
אויב ווי דער צווייטע, וועט דער קלאפ צו דער אמעריקאנע מאראל זיין זועקת עד לב השמים...
(און פארשטייט זיך א נצחון פאר "אל-קאידה" צו פאר דער מתנחלים קעגען אמעריקה פארען שטיצען דער התנתקות... צו ווער אימער ס'וועט פארשטיין צו נעמען קרעדיט און פירען דעם רבונו של עולם'ס ביכער...)
עכ"פ, בלייבט איר אויף היינט ביינאכט מיט צו האלטען לייו דער גרויסע מסע המלכות אדער נישט?
פאר דער וואס ווילען בלייבען אויף,
http://www.nasa.gov/returntoflight/main/index.html
http://news.bbc.co.uk/2/hi/science/nature/4130238.stm#
בהוקרה,
דזשיד