היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווי איז דער היינטצייטיגער רעוואלוציאנער?

ווי איז דער היינטצייטיגער רעוואלוציאנער?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1508023

דיפלאמאט » 7/8/2005 21:50

פארשידענע מחשבות נעמען איבער מיין מח די לעצטע צייטן, באטראכטנדיג דעם מצב הדור אין וועלכע מיר געפונען זיך, וואס דער שורש הדברים פון דעם געפערליכן רוחניות'דיגן התדרדרות איז ווייל עס איז נישטא די עיני ומנהיגי העדה וואס זאלן אמת'דיג מיינען בלויז כבוד שמים, אדער על כל פנים מאכן דעם אנשטעל ווי דאס איז זייער איינציגער ציל, און דעריבער איז נישט פאראן צום געפונען א פלאץ אין דער וועלט ווי עס זאל נישט ברענען דער אש המחלוקת (בלויז בעלזא האט דעם מזל און פריוויליגיע זיך צו בארימען אז ביי זיי איז שטיל און רואיג, אבער ווי פארשטענדליך איז דאס בלויז מזל. ואכמ"ל) וואס פשט דערפון איז, אז די גדולים אונזערע זוכן בלויז הערשאפט און דיקטאטורשאפט איבער דעם פאלק, און ווילן ארויפצווינגען זייער אוטאריטעט אויפן ציבור, אן דעם וואס דאס זאל האבן כהוא זה מיטן בורא עולם.

אז זיי זאלן ווען וועלן דעם טובת הציבור און אויך מיינען זייער אייגענעם כבוד וואלט מיר נישט געארט. דאס וואלט שוין געווען אין א בחינה פון בוחר הרע במיעוטו (טראץ וואס דאס גייט געווענליך נישט ביינאזאם, דהיינו, מיינען זיך, פלוס דעם אויבערשטען) דאן וואלט נאך געקענט עפעס ווערן דערפון, ווען זיי זעען וואס עס שפילט זיך אפ פאר זייערע פארגלייזטע אויגן, ווי דער וועלט שטורעמט אן אויפהער צוליב זיי, (און ווער איז דען שולדיג אויב נישט זיי אליינס?) וואלטן זיי געהאט דאס ביסל שכל און אויפגעגעבן.

אבער ווי קען מען דאס צולאזן? זיי מוזן דאך ראטעווען דעם דור... אן זיי קען דאך די גאנצע אידישקייט חלילה אונטערגיין... ווי קען מען לאזן דעם דור זיך אליינס פירן? ווער וועט דען ארויסגעבן די שרייענדע הילכיגע איסורים וואס פארפלייצן די גאסן אן אויפהער? ווי קען אזא זאך אפילו אין וויסטן חלום געהערט ווערן?

*******************************************

"רעוואלוציע" איז א ווארט וואס ברענגט דעם עולם צו טראכטן פון מלחמות און בלוט פארגיסונגען. אבער דאס איז נישט תמיד דער ריכטיגער באדייט פונעם ווארט. פאר א דוגמה קען מען צוברענגען דעם דעמאקראטישן רעוואלוציע וואס האט למעשה איבערגענומען א גרויס חלק פון דער וועלט (וואס טראץ אירע פילע פראבלעמען, איז עס נאך אלס – דערווייל – דער בעסטער וועג ווי צו פירן א רעגירונג) וואס דורך דעם ווערט די רעגירונג געפירט דורך רוב ציבור, אנשטאט ווי אמאל אלס א מאנארכיע.

ביי אידן איז אויך פיל מאל געווען מענטשן וואס האבן רעוואלטירט געגן דעם אנגענומענעם סיסטעם וואס איז געפירט געווארן ביז זייערע צייטן. אמאל איז דאס געווען לטובה און מאנכע מאל איז עס געווען פארקערט. אבער לאמיר נעמען פאר א ביישפיל דעם בעל שם טוב הק' וואס האט איבערגעדרייט די וועלט מהיפך להיפך אין פילע ענינים, וואס אפילו די היינטיגע מתנגדים זענען (על פי רוב) מודה אין זיין גרויסקייט און אין זיינע אויפטוען.

יא, א שטורמישע מחלוקת איז פארגעגאנגען צווישן חסידים און מתנגדים ביז נישט לאנג, און ווי דער סאטמאר רבי זצ"ל האט געזאגט אז די סיבה וואס דער ווילנער גאון האט זיך מתנגד געווען געגן דעם כת איז געווען ווייל ער האט בעיניו הק' פארגעזען וואס עס גייט פאסירן צווישן די חסידישע קרייזן, און די קריגערייען און רייבערייען וואס דאס וועט בקרב הימים צוברענגען (אויסער נאך פארשידענע ענינים וואס דאס האט מיט זיך נאכגעברענגט. אבער דאס איז נישט אונזער טעמע יעצט).

ווילט זיך פרעגן ווער גייט זיין דער היינטיגער רעוואלוציאנער? ווער גייט אויפקומען מיט פרישע איידיעס וואס זאלן טוישן די נארישע מאסן וואס גייען נאך די ר ע ב ע ל ע ך ווי שאף צו די שחיטה. זעט מען נישט אז דאס איז אלעס שוא ושקר און בלויז נארישע פוסטע סחורה? איז דען דאס געווען דער ציל פון חסידות? האט דער מייסד פון דעם נייעם דרך אין עבדות ה' געוואלט אז דאס זאל פארוואנדעלט ווערן אין א פארטיי וואס זאל זיך פירן פונקט ווי אלע אנדערע נארישע גוי'אישע שטרעמונגען?

ווי מיר זעט דאס אויס וועט דאס נישט אזוי שנעל פאסירן, און דער קומענדער רעוואלוציע צו עבדות ה' וועט קומען בלויז דורך משיח צדקינו. אבער דאס טאר נישט אפשרעקן יעדן פערזענליך צו פרובירן וואס ער קען, און מעגליך איך בין נישט גערעכט און אז דו, יא דו וואס ליינט און שרייבט אויף היידפארק וועט זיין דער וואס וועט טון דאס אומגלויבליכע.

נו, אויף וואס ווארטסטו?


gishmoker » 7/8/2005 21:54


הרב ר' משה בער בעק שליטא מיינט עס ערנסט,

נאר ליידער מעשה שטן הצליח און מען האלט אים פאר א נישט נורמלי

ליכטיג » 7/8/2005 21:56

אויך ר' אלטער משה גאלדבערגער

ליכטיג » 7/8/2005 23:08

דער רווח פון די חסידישע הויפען איז יצא הפסדו בשכרו.

יעדער איד באקומט זיין הילף.

גרויסע הויפען איז א שטיקל פראבלעם,{הגם עס האט אנדערע בענעפיטן} אבער ווי קלענער דער הויף מער פארדינט דער חסיד.

יעצט איז דא א קריזיס אין פארשידענע חסידישע הויפען אבער עס איז שוין כמעט מוצאי יום טוב, באלד וועט זיך יעדער מסדר זיין איש על מחנהו ואיש על דגלו, אין חסידות וועט ווייטער בליען, אין אידישע קינדער וועלן הנאה האבען פון דעם ברוחניות ובגשמיות

jid_613 » 8/8/2005 02:42


וכה דברי ר' בערעל וויין הי"ו:

SUCCESSFUL SUCCESSIONS

Apr 01 2005

In the Orthodox Jewish world today there are a number of unfortunate struggles over dynastic successions. Some are in the Chasidic world – especially when a rebbe passes away leaving no son to succeed him. Others are in the yeshiva world, where competing members of the former rosh yeshiva's family each feel entitled to assume the role of leadership in the yeshiva. That these struggles bring very little honor to the institution or dynasty involved goes without saying. Unfortunately, when the struggle reaches the domain of the masses, violent behavior occurs. Yet, Jewish history teaches us that disputes over succession are almost inevitable in such circumstances. And the usual ''resolution'' of the matter is that the institution or dynasty splits into two and a new institution and dynasty is formed. As economically inefficient and socially divisive as this ''solution'' is, it is often the only way out of a morass that can otherwise eventually lead to greater violence and permanent discord. The explosion in the numbers of different sects and dynasties in the Chasidic world in the nineteenth century was a direct result of contested successions, either when a rebbe died without sons or had too many sons. Thus, many of the great Chasidic dynastic groups have many offshoots, branches and sub-branches, all claiming to be legitimate heirs to the dynasty involved.

For the first century of the Chasidic movement, many of the rebbes were chosen in a democratic, meritocracy-driven fashion by the Chasidim of the group itself. Thus, some great but unlikely rebbes appeared and on the whole were quite successful. There even was a woman who served as a rebbe. The most noted unlikely rebbe, in my opinion, was the great Rabbi Simcha Bunim of Pshischa. In the 1840's he was a licensed pharmacist – some say that he was the only Jewish licensed pharmacist in Polish Russia – as well as formerly being a merchant and customs agent in Danzig. He wore Western style ''short'' clothing, knew a number of European languages, had attended concerts and the theater and was an accomplished bridge player. In today's Chasidic society, none of these attributes would be considered necessary or desired for the position of rebbe. Nevertheless, he was one of the most dynamic and successful leaders of Chasidic Jewry in the nineteenth century. From the 1860's onwards Chasidus has become exclusively dynastic, and when no clear successor is available in the dynasty, then disputes, splits and sometimes violence occurs.

Dynastic succession in the yeshiva world is also a product of nineteenth century Eastern European Jewish life. Originally, this was seen as a way to mitigate any struggles over the leadership of the yeshiva. In practice however, it did not always turn out to be that way, especially when the contesting parties for the leadership of the institution each had legitimate family credentials. Usually the matter ended up in a rabbinical court for decision, though often one of the parties involved, dissatisfied with the compromise that the court offered –which was almost invariably a compromise instead of a clear up or down decision – simply left the yeshiva and began his own institution. The most famous case of dynastic succession occurred regarding the leadership of the yeshiva in Volozhin where the contestants were Rabbi Naftali Zvi Yehuda Berlin (Netziv) and Rabbi Yosef Dov Soloveitchik (Beis HaLevi.) The court then decided basically in favor of Rabbi Berlin and Rabbi Soloveitchik left Volozhin to become the rabbi of Slutzk and later of Brisk. Rabbi Soloveitchik's son, Chaim, eventually married the granddaughter of Rabbi Berlin and became one of the leading heads of Volozhin yeshiva. Not in all instances, did these matters end as smoothly.

The Torah itself provides for dynastic succession in the offices of king and the High Priest. However, the Torah provides that the son succeeding his father be worthy of occupying the office. Sometimes, this also became difficult to define or enforce. The prime example in Jewish history deals with a descendant of Shimon Hatzadik (c.330 BCE) called Chonyo. He was not chosen to be the High Priest in Jerusalem, the Sanhedrin opting for a younger brother of his to fill the post. Chonyo thereupon moved to Alexandria in Egypt, built there a replica of the Temple in Jerusalem and served as the High Priest there. That Temple stood for many generations and his descendants served as bogus High Priests in a bogus Temple. None of this may make for pleasant reading, but it should inform us not to be too surprised when such unfortunate incidents and disputes occur. Let us nevertheless always hope and pray for harmony and peace to reign amongst our ranks.

Shabat shalom.
Rabbi Berel Wein



http://rabbiwein.com/column-895.html



להנאתכם,




בהוקרה,
דזשיד

tzvibp28 » 8/8/2005 18:02

בערל וויין איז א פארצייטישע מתנגד וואס האלט אז די הייליגע בעש"ט איז געווען אBELOW AVERAGE אינגל וואס האט ליב געהאט זיך שפילען אין וואלד און די אלע מעשיות וועגן זיך טרעפן מיט צדיקים נסתרים, ר' אדם בעל שם, און אחי' השילוני זענען פאנטאזיעס
זיין מיינונג אויף חסידות איז ווערט א פייג

דיפלאמאט » 9/8/2005 05:00

ליכטיג,

פון ווי נעמסטו אז עס וועט באלד בעסער ווערן? עפן דיר אויף די אויגן וועסטו זען אז איבעראל קריגט מען זיך און מען הרג'ט זיך על לא דבר, ברודער האבן זיך פיינט, עלטערן זענען צוקריגט מיט די קינדער, און משפחה מיטגלידער באטייליגן זיך נישט ביי אייגענע שמחות. זעסט אז דאס זאל זיך אויפהערן?

דזשיד,

דיר קומט א ספעציעלע יישר כח פארן צוברענגען די ווערטער פון דעם חשוב'ן היסטאריקער ר' בערל וויין, וואס איז דאכט זיך פון די גרעסטע, אויב נישט דער סאמע רייכער ידען אין אידישע היסטאריע.

ער האט זייער גוט און קלאר ארויסגעברענגט אין קורצע ווערטער דעם ענין און א שאד וואס ער שרייבט דאס אויף די ענגלישע שפראך וואס דער עולם דא פארשטייט נישט (אזוי זעט אויס...).

מיר געפעלט ווי ער שרייבט איבער דעם הייליגן ר' בונם מ'פרשיסחא זצ"ל, וואס איך ווייס נישט אויב ער האט געהאט אלע קוואליפיקאציעס וואס ער ברענגט ארויס, אבער ווי נעמט מען היינט אזעלכע וואס פארשטייען אביסל די דרויסענדע וועלט אויך?

צבי

אפשר זאגסטו מיר ווי דו האסט געזען אין זיינע ווערטער עפעס שלעכט אויף חסידים אדער אויף זייער מנהיג? ווי עס שיינט ווייסטו נישט ווער דער בערל וויין איז, און האסט נאכנישט עספיעט צו הערן גענוג פון אים, דעריבער שפייסטו אויס אויף אים אזעלכע לגיונות. גענוג בלויז צו הערן זיין היסטאריע קאסעטע ווי ער צולייגט דעם גאנצן השתלשלות פון חסידים ומתנגדים, צו זען ווי ער האט שוין גאר גוט ארויס דעם ענין, און ווי ער שעצט דאס חסידות.

tzvibp28 » 9/8/2005 05:56

באזניי שמעתי אויף די טעיפס וואו ער רעדט ארום תולדות החסידות

ליכטיג » 9/8/2005 06:35

יא איך קוק אויף די אלע מחלוקתן פון אמאל אין איך זע עס האלט זיך גארנישט.

האלטס דען אז דאס זענען מחלוקת לשם שמים שסופן להתקיים?

זאליweaky » 9/8/2005 06:45

פאר די אלע וועלכע ווארטן צו זען ווי דאס ארגינעלע אידישקייט גייט אונטער, קען איך בלויז זאגן איין זאך.

וואס מער עס זעט אויס ווי אידישקייט גייט אונטער, אלץ נענטער זענען מיר צו דער אנטפלעקונג פון משיח (נישט דער פונעם פארום...).

עס איז מיר נאר אינטערעסאנט, וויאזוי מען קען דא צוברענגען פון איינעם וועלכער גרעבצעט נאך די משכיל'ישע "היסטאריקער", כאילו דער קדוש ה' ר' בונם איז געווען אין טעאטער וכדו' רח"ל.

נישט יעדער אפטייקער אין פוילן איז געווען א טעאטער שפילער...

די גרעסטע פלא איז נאך אז קיינער פון די "היסטאריקער" אין דעם פארום, פילן נישט פאר וויכטיג צו מוחה זיין אויף די דאזיגע געמיינע פאנטאזיעס.

ווארהייט » 9/8/2005 16:39

וועקי

איך האב נישט גענומען די מיה צו ליינען

נאר דער שוטה רשע וגם רוח, שרייבט די פאלגענדע ווערטער
The most noted unlikely rebbe, in my opinion, was the great Rabbi Simcha Bunim of Pshischa. In the 1840's he was a licensed pharmacist – some say that he was the only Jewish licensed pharmacist in Polish Russia – as well as formerly being a merchant and customs agent in Danzig. He wore Western style ''short'' clothing, knew a number of European languages, had attended concerts and the theater and was an accomplished bridge player.

זאג אים, אז 100 יאר נאך ווען זיין זיסן מוח'ל וועט שוין ליגן ביי די ווערים, וועט קיינער נישט אינטרעסירן ווער און וואס ער איז געווען, דעם חוכעם בערל וויין, אבער אזוי זעהן אויס אויבער חכמים, עס דאכט זיך אז היסטאריע איז א זאך וואס מען פאנטאזירט, זאל זיך אים עס אוודאי דאכטן

כורמיזא » 9/8/2005 18:26

בנוגע ר' בערל וויין, דאס וואס ער שרייבט דא, ווערט געברענגט אין פארלעסליכע ספרים פון סיפורי צדיקים, און עס איז באוואוסט פאר ווער עס קען נאר אביסעל היסטאריע, (ער האט געשפילט א גאנצע נאכט מיט קארטען כדי צוריק צוהאלטען א יוד פון אן עבירה).

איך מיין אז על פי תורה איז נישטא קיין שום היתר אנצורופען א יוד בפרט א תלמוד חכם מיט אזעלכע נידריגע לשונות ווי שוטה רשע וגס רוח בפרט אז עס שקר.

האלטסט אנדערש פון אים? נעם נישט אן זיין מיינונג!

שלמה_זלמן » 9/8/2005 18:36

צו דעם וואס שרייבט אז ס'איז שוין באלד מוצאי יום טוב:

פון דיין מויל צו גאט'ס אויערן. הלוואי זאלן מיר האלטן דארט. לעצטע וואך האב איך גערעדט מיט א איד א ישיש, א שריד דור האחרון, האבן מיר גערעדט וועגן די סאטמאר מחלוקת, גיט ער מיר א זאג מיט א קרעכץ: "מיינסט אינדערהיים איז געווען בעסער? א נעכטיגן טאג" און ער האט אנגעהויבן אויסצורעכענען מחלוקת'ן פון דערהיים וואס איך בין נשתומם געווארן.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די אינסטיטוציע פון רבי'סטעווע האט שוין לאנג באנקראטירט. וואויל איז פאר די וואס קלאמערן זיך ארום א חשוב'ן איד וואס איז חשוב פאר זיינע אייגענע מעשים. א מאנארכיע פון ערליכע אידן? מאן דכר שמיה.

שלמה זלמן

בןמלך » 9/8/2005 18:38

כורמיזא, דו שרייבסט אריין זייער זיסע פשט'לעך אין דעם מר. וויין'ס פלאפלעריי.
אבער, קוק אריין אין זיין באשרייבונג, וועסטו נישט טרעפן די ווערטער וואס דו ביסט אזוי שיין מסביר פארוואס אפשר איז דער הייליגער רבי בונם אמאל געגאנגען אין א....
צו שרייבן אויף אזא צדיק וקדוש אזעלכע באגריפן ווי, אז ער איז חלילה געגאנגען אין א טעאטער וכדו' איז בזיון ת"ח און עלבון התורה אויפ'ן העכסטן גראד. זיי נישט ברוגז.

דיפלאמאט » 9/8/2005 19:01

בןמלך, זאליוועקי,

כורמיזא שרייבט דאך גוט אז ער האט עס געזען אין פארלעסליכע ספרים, נו, וואס איז? מוז מען טאקע באהאלטן דעם אמת?

דאס איז דאך איינע פון די גרעסטע פראבלעמען ביי אונזער דור, אז מען מוז גיין אין א גרויסן ברייטן הוט, מיט פארלאזטע פיאות, וכו' און אויב איז מען נישט קדוש מרחם קען מען קיין ערליכער איד נישט זיין.

כורמיזא » 9/8/2005 19:08


[בילד – נישט אפגעהיט]

בןמלך » 9/8/2005 19:20

יישר כח כורמיזא, פאר'ן ברענגען אן אריגינעלן קאפי פונעם מעשה ביכל.
ווען מר. וויין זאל דאס אזוי באשרייבן ווי די מעשה ביכל וואלט געווען פפין. במציאות שרייבט ער עס אין גאר א פארקערטן ריכטונג.
אעפ"כ קומט דיר קרעדיט, כורמיזא, פאר'ן דן זין א איד לכף זכות. דאס איז א שווערע און וויכטיגע עבודה. חזק ואמץ.

זאליweaky » 9/8/2005 23:41

ווער עס איז באקאנט אין חסיד'ישע ספרים ווייסט, אז אלע ווי איינער (כ'רעד נישט פון ליקוטי שיחות...) שרייבן אז מציל זיין א נפש מישראל, איז נישט קיין היתר עובר צו זיין קיין עבירות.

איך ווייס אויך אז דער רבי ר' בונם איז געגאנגען שפילן 'שאך' מיט א סוחר און אזוי אים מציל געווען, ועוד כהנה וכהנה.

מעגליך אפילו אויך קארטן, לא ראינו אינו ראי'.

אבער גיין אויף א פלאץ וואו מען קען זען ראייות אסורות ???

רחמנא ליצלן מהאי דעתא !

(איך האב בכוונה מדגיש געווען "טעאטער").

דיפלאמאט » 10/8/2005 02:28

זאלי,

דו געדענקסט נאך ווי עס האט אויסגעקוקט די טעאטערס פון אמאל?

ווען חז"ל רעדן פון בתי טיאטראות מיינט עס אינגאנצן נישט צוליב ראיות אסורות!

כורמיזא » 10/8/2005 08:18

זאלי, און איך האב בכוונה מדגיש געווען: וגם הלך במקומות הגרועים...

עס זעט אויס אז דו האסט נישט געליינט די מעשה פון עשר אורות, ווייל דארט שטייט קלאר אז ער האט געשפילט קאָרטען, און דו וואלסט נישט געשריבען לא ראינו אינו ראיה

דיפלאמאט » 16/3/2006 21:25

דא האב איך געטראפן ווי ר' גרשון יעקבזאהן ז"ל זאגט ענליכע זאכן ווי מיר האבן דאן געשריבן.







וואו געפינט מען היינט אַ מרדכי?

גרשון יעקבסאָן
 

מגילת אסתר איז נישט בלויז אַ היסטאָרישער דאָקומענט, אַן אָביעקטיווע שילדערונג פון די דראַמאַטישע געשעענישען אין מלכות אחשורוש, נאָר עס איז אַ וועג-ווייזער פאַר אידן און ספּעציעל פאַר אידישע פירער ווי מען דאַרף זיך פירן אין גלות, ווי מיר דאַרפן האַנדלן מיט אַנטיסעמיטן און בכלל וועגען די באַציאונגען פון פאַרטרעטערס פון אידען מיט שטאַטסלייט און הערשער פון לענדער און אימפּעריעס.


מרדכי הצדיק, דער מנהיג פון אידן אין פּערסיע האָט איבערגעלעבט אַ קריטישען פּעריאָד פון אַ גזירה, וואָס האָט געדראָט מיט דער פיזישער פאַרניכטונג פון אַלע אידישע שבטים, גרופּעס און שיכטן וואָס האָבען דאַן געלעבט אין די 127 מדינות און אינזעלן פון אחשורוש'ס קעניגרייך. אחשורוש האָט געגעבן המנ'ען דאָס וואָפן צו קענען פאַרניכטען די אידן. המן איז באַטראַכט געוואָרען ווי אַ ''מעסיקער'' מיניסטער, וואָס האָט געהאַט אין זינען די עקאָנאָמישע אינטערעסן פון אחשורוש'ס אימפּעריע און האָט אַרויסגעוויזן אַן ''אַנטיפּאַטיע'' צו די אידישע קהילות און צו דעם אידישן פירער, מרדכי.


אויך דאַן האָט מען אָנגעבאָטן מרדכי'ן איינצוגיין אויף פּשרות און געפינען אַ וועג ווי דורכצוקומען מיט דעם ''פּאַטריאָט'' המן. אָבער ''מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה'', מרדכי האָט זיך נישט געבויגן און נישט געקניט. ער האָט זיך געהאַלטן שטאָלץ און אונטער קיינע באַדינגונגען זיך נישט געלאָזט איינרעדן, אַז ער זאָל מאַכען אַ קאָמפּראָמיס.


מרדכי איז נישט געקומען צו אחשורוש'ן און אים געזאָגט, אַז ער איז ''אַנטוישט'' וואָס אחשורוש האָט געגעבען המנ'ען אַ פרייע האַנט צו טאָן מיט די אידן ווי זיין האַרץ גלוסט. ער האָט אויך נישט געלייענט קיין סטייטמענטס צו דעם קעניג אחשורוש. מרדכי האָט קודם כל פאַראייניקט די אידן, מאָביליזירט די אידישע יוגנט און אָנגעפאַנגען מיט זיי לערנען תורה און אידישקייט. דאַן האָט ער אינטערווענירט, אַז אויך די מלכה אסתר זאָל זיך סאָלידאַריזירען מיט די אידישע מאַסן. ערשט דאַן איז געשען דער נס און די גזירה איז בטל געוואָרען.


דער אידישער פאָלק און די אידישע מדינה געפינען זיך איצט אויך אין אַ שווערע לאַגע. מיר זענען צעזייט און צעשפּרייט און מיר זענען צעריסען און צעשפּליטערט. די אַראַבער האַלטען אין איין פּלאַנירען ווי אונז צו פאַרניכטען און זיי באַקומען אויף דעם אי אַ מאָראַלישן הכשר און אי פיזישע מיטלען צו קענען, חס ושלום, פאַרווירקלעכען זייער בלוטיקע שטרעבונג. דער אידישער פאָלק און ארץ ישראל ליגן אונטער דעם שווערען שטיוול פון אַראַבישן אויל איינפלוס און אונטער דעם דרוק פון די אַזוי-גערופענע ''פריינט'' אונזערע. די אייראָפּעאישע לענדער, די ציוויליזירטע וועלט, וואָס האָט בלויז מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק צוגעקוקט גלייכגילטיק ווי עס ווערען פאַרניכטעט מיליאָנען אידן, זענען איצט נישט אַנדערש. ציוויליזירטע מדינות פאַרקויפן וואָפן צו די אַראַבער, וואָס וועט שטעלען אין אַ גרויסער סכנה ישראל און אירע מיליאָנען אידן.


און וואָס טוען מיר, וואָס טוען די אידישע מנהיגים אין אַזאַ צייט?


קודם כל רייסן זיי זיך אַרום צווישען זיך. יעדער איינער וואַרפט שמוץ אויף דעם צווייטן און מען שלאָגט זיך אַרום. אין ישראל גופא האָט זיך די פירערשאַפט דערלויבט צו אַ סקאַנאַליעזען מצב. די פּאָליציי שלאָגט פרומע קנאים אין ירושלים, וועלכע פאָדערן מען זאָל אין ירושלים נישט מחלל שבת זיין. די, וואָס פּראָטעסטירען קעגען דעם, באַנוצען זיך מיט מיטלען, וואָס רופען אַרויס פאַראַכטונג ביי די מערסטע אידען. די רבנים זענען שטיל און פאַרנעמען זיך מיט קליינשטעטעלדיקע מחלוקת'לעך און די עסקנים מאַכן דערקלערונגען און מיינען, אַז מיט דעם האָבן זיי באַוויזן אַ העלדן-טאַט און געראַטעוועט דעם אידישען פאָלק.


דער הויפּט פּראָבלעם איז די שטימונג פון פאַרצווייפלונג און אומזיכערקייט וואָס הערשט צווישען אידן. עס איז נישטאָ קיין אַנטשלאָסנקייט צו שטרעבן צו אַ גייסטיקער רעוואָלוציע וואָס זאָל דערמינטערן די פאַרחלש'טע און בלאָנדזשענדע און געבען זיי אַ שטראַל פון האָפענונג, אַז עס דערוואַרט זיי אַ ישועה. דער עולם פילט זיך דערדריקט און פאַרלוירן. איבעראַל הערט מען די שטימען פון פאַרלעגענהייט און צווייפל.


אויסטערלישע טיפּשים פּאַראַדירן מיט האַס און מיט העצעס און דערמוטיקן דעם אַנטיסעמיטיזם מיט דעם, וואָס זיי דעמאָנסטרירן פאַר די גויים ווי אידן פירן מלחמות. עס איז נישטאָ דער מרדכי וואָס זאָל לערנען דאָס פאָלק ווי זיך נישט צו בוקן און נישט קאַפּיטולירן צו די ווילדע אינסטינקטן און גויאישע פאָדערונגען. מיר זענען אונטער דעם אַוואַלאַנש פון אָפענע און באַהאַלטענע גזירות און קיינער טראַכט נישט אפילו ווי צו ראַטעווען דאָס וועלט אידנטום. מען ליגט אונטער דעם אייזערנעם שטיוול פון אויסערליכע און אינערליכע באַדריקער און אַלץ וואָס מיר הערען איז דעם אידישען קרעכץ, ווען מגילת אסתר גיט אונז אַ קלאָרן דרך ווי אַרויסקריכען פון דער היינטצייטיקער דילעמאַ: לך כנוס את כל היהודים...

)* גרשון יעקבסאָן ז''ל האָט געשריבן דעם אַרטיקל לכבוד פּורים 1981.
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 16/03/2006 21:49:58

oldpop254 » 20/3/2006 03:30

א גרויסער ראיה גרשון יעקבשווילי זיין ארוגנעלער נאמען ער איז פון גרוזיע דער אמת קען יעדער זעהן מיט אייגנע אויגען אז דער שטן האט אין די היינטיגע ציימען נארדי פייער פון מחלוקת אפילו דארט ווי סעז נישט דא קיין רב אדער רבי ווי אין כרעסלב ווי ער זעהט אז די זאך בליעט אביסעל שיקט ער די פייער פון מחלוקת דער מי בראש 
ידעבם כן נבט אז נישט נענאנגען מיט א שטרוינעם היטל די גמרא זאגט אז השית האט אים געזאגט באי אני ואתה ובן ישעי ניטיל בגן עדן האט ער נאכאמאל געוולט הערין און גפרגט מי בראש און אז השם האט גזגט בן ישי בראש האט ער גמאכט עגלים ווילסטו אז די הינטיגע עזבי קיר זאלען נישט וועלן זיין בראש
אדפאפ254[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] 

שם_אחר » 18/4/2006 19:11

צוריק קוקענדיג צום אנפאנג פון דעם אשכול האב איך באמערקט אז מ'רעדט דא פון רבי'ס רעוועלוצינערן, וואלט טאקע געווען פאסיג ארויפצולייגן כ"ק אדמו"ר מוואלאבאוט שליט"א

tzudick » 18/4/2006 20:07

איך האלט אז  דער באדייט פון "חסידות" היינט האט נישט קיין שייכות מיטן אמאליגען חסידות,
מען האט אינזין "נאר" געלט און כבוד, און פארשטייט זיך דער "פארטיי" 

א דיין "מוז" פאסקענען ווי זיין "באס" וויל
אויב די האסט אפאר טאלער קענסטו טוהן וואס די ווילסט,
אויב איינער "שטייט אין וועג" וועט מען עם ארויסווארפען,
מען מעסט א רבי לויט וויפיהל "רבנים" קומען צו זיינע ,"שמחות"
מען מאכט "זיכער" אז דער "רבי" זאל בטעות זיך נישט טרעפען מיטן אנדערען
א "ברודער" איז א "פראבלעם"

אין אפילו איינער וואס ארבעט נישט אויף זיינע מידות, קען לכתחילה אויך זיין א "רבי"

דיפלאמאט » 21/4/2006 16:53

אין איינע פון די פילע ספרים וואס קומט ארויס אין די מאסן פון הרה"צ ר' שמשון פינקוס זצ"ל האב איך געזען א אינטערעסאנטע מעשה איבער דעם ענין פון זיין א רבי.

אין בני ברק איז געווען א אדמו"ר וואס האט געהאט א ביהמ"ד אן חסידים. איינמאל איז ער אריין צום חזון איש און געפרעגט אז אפשר איז ער נישט ראוי צו זיין א רבי פון חסידים. האט ער אים געענטפערט אויב טוט ער אויף אפי' פאר איין איד דורך דעם וואס ער האט אן די איצטלא דרבנן, לוינט זיך שוין ער זאל זיין א רבי.

אריינטראכטנדיג א מינוט, האט ער געזאגט אז אויב איז ער דער וואס שטייגט דורך דעם וואס ער איז רבי איז עס אויך ווערד.

איך מיין איך גיי ווערן רבי...

וועגן דעם אויבנדערמאנטן ר' שמשון פינקוס זצ"ל פאדערט א באזונדערע באשרייבונג, ער איז דאך אליין געווען א רעוואלוציאנער און אויפגעטוהן גדולות ונצורות פאר אידישקייט מען האט עס נאר אנגעהויבן איינצוזען ערשט נאך זיין טראגישער פטירה. ועוד חזון למועד אי"ה.

וועגן דעם וואלאבאוטער צדיק שליט"א איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דער בליק האט צוריקגעצויגן און זיך עפנטליך אנטשולדיגט איבער דעם הערליכן ארטיקל וואס זיי האבן אים באשריבן אינעם אדר אויסגאבע.

דער איד האט געלערנט יארן לאנג אין כולל, דערנאך איז ער אריין אין די ליין פון משמח זיין חתן כלה, און היינט איז ער ברוך ה' שיין מצליח אין זיינע געשעפטן האט ער אנגעהויבן פירן רביסטעווע וואס איר איינע ציל איז צו מאכן פרייליך אידישע קינדער.

אקיצור, ראוואלוציאנערן פעלן נישט, מען דארף זיי נאר אנערקענען און שטיצן און העלפן זיי זאלן אנגיין מיט זייער הייליגער ארבעט.