גוטע וואך, גוטע וואך.
זעצט אייך, די בילקעלעך שטייען גרייט, די פיש איז שוין צושניטן און אריינגעלייגט אין טעלערלעך פאר יעדן איינעם, מיט אביסל קאטשיניא אין די זייט, כריין איז דא גענוג. אלזא - וואשט אייך.
לאמיר אנהייבן זינגען די זמירות (יענטאאש געב דעם טאון):
אתקינו סעודתא דמהימנותא שלימתא חדותא דמלכא קדישא וכו'.
נו, וואו זענט איר?
++
היינט איז געווען שבת ראש חודש, האב איך געהערט צום וויפלטן מאל דעם אומפארשטענדליכן אויסדרוק "אתה ירצת"... אפשר קען איינער מיר מסביר זיין וואס די תפילה פון "אתה יצרת עולמך מקדם" האט זיך פארשולדיגט אז מען דרייט ארום דעם צדיק מיטן ריש און מען רופט אים אן "ירצת"?
וואלט איר געמיינט אז איך האב דאס געהערט פון זיבן יעריגע קינדער... הלואי. איך האב דאס געהערט פון אן ערוואקסענעם(?) אינגערמאן וועלכער האט אנע בושות געגעבן א הויכן רוף אויס "אתה ירצת" זיכער צו מאכן אז יעדער הערט און שמייכלט זיך אונטער. און דער עולם האט טאקע געגעבן א האלבע שמייכל (המכונה: טובה שמייכל), אבער מיר איז שווער געווארן מיין אלטע קשיא: פארוואס???
אגב=
פארוואס איז געדרוקט אין די אלטע סידורים די דריטע צדקתך פאר די צווייטע, און די צווייטע פאר די ערשטע?
איך האב דאס שוין געפרעגט ביי די צען יאר, אבער איך האב זייט דאן נישט באקומען קיין ענטפער פון קיינעם. אפשר איז היינט מיין גליקליכע טאג.
ווען איר קומט אריבער צו מלוה מלכה, ברענגט מיט א תירוץ.
גוטע וואך.
תוקן על ידי - hutkh - 07/08/2005 9:12:30