מעמבערס צעווילדעוועט
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1502281
איך רוף אלע מעמבערס פון אלע צדדים זיך צו קאנטראלירן אביסל און נישט שרייבן ווילדע אטאקעס, גילוי שמות, זידל-נעמן כינויי שמות.
ובפרט איז געווארן א פרישע מיאוסע ערשיינונג פון ניבול פה.
ביטע ברודער'לעך, סטאפט, הערט אויף, ס'איז אן עקל און א גרויל, האלט אן דעם הויכן ניווא פון ביז לעצטענס, ווישט נישט אפ מיין גאהנצע הארעוואניע להבל ולריק
אינגערמאן ידידי
ווען "ווארהייט" איז דער ערשטער היינט צופרי צו שרייבן אויף יוסף90 פון "זופניק מקוה", פארשטייט מען גלייך ווער איז דער פראוואקאטאר
90
עס איז נישטא קיינער, קיינער, קיינער וואס איז מסכים מיט דיינע אויסגעלאסענע אומווערדיגע און עקלהאפטיגע געשרייבעכץ.
די ביסט דער געמיינסטער שרייבער אויף היידפארק.
קיינער איז מיט דעם נישט מחולק.
אלעס האט א גבול.
איך ברענג פאקטן, אין די שרייבסט סלאגאנס.
וואס דרייסטי א קאפ מיט שקרים.
ווען די האסט א דורכפאל (כמעט יעדן טאג) הייבסטו אן א מערכה קעגן איינעם וואס די מיינסט אז ער איז ווארהייט.
די ביסט דער וואס איז עובר אויף על תקנות הפורום טעגליך, און ביסט ווי א בכור וואס מעג אלעס טאן פאר יעדן.
פרא אדם יולד, ויד כל אדם בו
טיך ברענג א פאקט פון היינט
ווי "ווארהייט" האט אנגעהויבן מיט ניוול פה, און די שרייבסט ווידער בלויז דעמאגאגיע
יישר כח אינגערמאן.
די האסט אויסגעקלאפט הויך אויפן טיש, און דברך עשו פירות.
עס קומט דיר דעם קרעדיט.
איך זעה אז ס'איז געווארן שטיל און רואיג
"אינגערמאן" ארבעט אווערטיים!! וויאזוי קען ער אפילו מעקן, ער איז דאך נישט דער מנהל משנה!!
מסתמא, צדיקים מלאכתן נעשית על ידי אחרים!
אינגערמאן, האלט אן די גוטע ארבעט, מיט אלע דיינע כוחות.
מיר שטיצן דאס מורא'דיג.
זאל טאקע זיין "חדשות" א פלאץ ווי מען קען ארויפגיין ביי פרישטאג און לאנטש, און זיך באמת דערקוויקן פון פרישע נייעס, [האפענטליך און מיט א תפלה אויף די ליפן: "גוטע" נייעס].
אינגערמאן, מיטן מנהל און מנהלי משנה: א גרויסן יישר כח
ווער עס מיינט אז מיט באשמוצען יחידים אין שמוציגע טריק'ס שטייט ער בעסער דא.
ניין בפירוש נישט!!!
יעדער האט ליב ווען מען שרייבט נארמאל אן קיין קללות, מען קען יעדער פאונט ארויסברענגען גוט אויף א ריינעם אופן.
אבער וארההיט מיט נגח האבן א גרויסע טייל אין באשמיצן יחידים
איך האב נישט געזאגט קיין נעמען.
ווער נישט ציווילעוועט.
גלייב מיר נאר איין זאך אז ווען איינער מאכט צען אשכולות ווייסט יעדער אז ער האט וואס צו באהאלטען.
יוסף90
די ביסט דער וואס גרייפט אן אנדערע גושלים ובפרט ווארהייט.
די ביסט דער הדיוט קופץ בראש מיט בזיונות קעגן אנדערע.
הער אויף וועלן אנדערע אויך אויפהערן.
רויטמאן30
מוזט נישט אייביג צוריק ענטפערן
מען מעג אויך שולדיג בלייבן
פאק איין
מיסער פיש.
וואס ווילסטו פון מיר האבן.
מיינסט אז די מיזט איבעראל אריינרעדן און צאמשטעלן ניקים.
מנחת אלעזר שרייבט
ווער עס מיינט אז מיט באשמוצען יחידים אין שמוציגע טריק'ס שטייט ער בעסער דא.
ניין בפירוש נישט!!!
יעדער האט ליב ווען מען שרייבט נארמאל אן קיין קללות, מען קען יעדער פאונט ארויסברענגען גוט אויף א ריינעם אופן.
יוסל90 ענפערט
אבער וארההיט מיט נגח האבן א גרויסע טייל אין באשמיצן יחידים
די נאר זאל ארויס גיין פון מקוה
איך רעד אלץ א ציווילער בירגער, איך בין שוין נישט מנהל משנה, כ'האב דאס אנגענומען בשעתו נאר לכבוד דזשובוי צייטווייליג, און ווען ס'איז געקומען די צייט האב איך דאס אויפגעגעבן.
וואס זאל איך אייך זאגן, ס'איז א שווערע ארבייט חברה, או איר העלפט נישט צו דאס צו מאכן גרינגער
אינגערמאן, מעגסט פאררעכטן דיין לשון: איר העלפט נישט צו.
ס'איז "נישט" ריכטיג.
איך האלט -און איך שטעל מיך פאר אז אסאך אסאך חברים האלטן אזוי- אז: מיר ווילן א פריינטליכע געשמאקע פלאץ ווי זיך אפצוריען נאך א שווערע שטיקל מלאכה ביי די ארבעט.
מיר אלע ווילן זעהן נייעסן, א שמועס, א פאליטיק, און סתם א גוטס...
עס געהט אונז חיות, און שמחה, ווען ס'איז רואיג.
ס'יז נישט דא מער ווי צוויי דריי ווילדע גולשים דא.
רוב ווילען א געשמאקע אטמאספער, נייעס יא, פאלעמיק אויך, אבער מיט א טעם.
צודערזאך, גערעכט, סורי פאר מיין אויסדריק
איך וויל עס מתקן זיין אין די אריגנאלע תגובה, אבער כ'קען שוין נישט
אט איז די נייע גירסא
וואס זאל איך אייך זאגן, ס'איז א שווערע ארבייט חברה, או ס'איז דא אזעלכע וואס העלפן נישט צו דאס צו מאכן גרינגער
רוטמאן90
וויפל טעג ביזטו שוין נישט דא געווען
ווער האט דיר פארציילט 10 מינוט נאכדעם וואס איך האב געשמועסט וועגן רויטמאן אז ער דארף דא מגיב זיין
דרשוני!
Yingerman Keep it up