פאר א טשעינזש לאמיר זיך הרגנען אויף דעם, אוי!...איך האף אז נישט יעדער איז איינשטימיג מיט מיר...
פאר יעדן פון אייך באקאנט די מעשה פון די ספעיס שאטל דיסקאווערי וואס געפונט זיך יעצט אין די הויכע ספערן, אז די אינסאלעישאן טיילס האבן זיך צעעפנט און עס דרויעט א סכנה ביים אריינקומן צוריק אין אטמאספער אז דאס זאל עקפלאדירן.
איך כשלעצמי וואלט קיינמאל נישט צוריקגעקומן מיט אזא שאטל, אז יא וועט מיין ענדע זיין ווי דעם ישראלי מיט די הבדלה בעכער וואס איז נישט לאנג צוריק בטל געווארן במציאות ביים צוריקקום פון די לעצטע שאטל. דו געדענקסט?
לדעתי דארף מען ארויף שיקן נאך א שאטל וואס זאל אראפברענגן די אסטראנאטן, מיט מענטשליכע לעבנס שפילט מען נישט אפילו ס'קאסט נאך א ביליאן דאלאר. די צרה איז נאר מיט דעם שטאלצן נאסא אגענטור וואס טראץ זייערע דורכפעלער וועלן זיי זיך נישט ברעכן.
אדרבה, אויב קומען זיי אהער צוריק וועל איך זיי לאדענען אויף א אינטערוויו אין חדשות אנש, האלט אייך געשפאנט...!!
עניוועיס, מיין איך אז איך בין לאקי ווייל דאס וועט נישט פאסירן...
יעצט אהרונים....הייבטס אן שעלטן...
זאלונים....הייבטס אן שימפן....