אז איך בין שוין יא דאהי, לאמיר אויסנוצן די טייערע צייט מיט עפעס זאכליך.
עס איז דא א טעמע וואס איך האב שוין לאנג געוואלט באארבעטן, און דאס איז: אידישע אויסדרוקן!
איך רעד נישט דא פון: "האק נישט קיין טשייניק" "א יאר מיט א מיטוואך" וכדומה. דאס לאז איך פאר מר. קרעמער און אנדערע מברר צו זיין.
איך וועל מסביר זיין פון וואס איך רעד יא:
מענטשן האבן א נאטור אז ווען מען הערט אן אומגליק ל"ע, אדער ווען מען גייט צו א לוי', מנחם אבל זיין ל"ע, אלעמאל ווען אזא סארט טעמע קומט ארויף אין א שמועס, ענדיגט מען אפ דעם שמועס מיט די פיר ווערטער: "וואס קען מען טאן"?
אז איר וועט עפענען א גמרא מסכת בבא קמא (דף ל"ח ע"א) וועט איר זעהן אזא מעשה:
די גמרא דערציילט: רב שמואל בר יהודה איז אים ליידער אוועקגעגאנגען א טאכטער פון דער וועלט ל"ע, האבן די רבנן געזאגט פאר עולא: "לאמיר גיין מנחם אבל זיין דעם רב שמואל'ן". האט עולא געזאגט: "וואס האב איך צו זוכן ביי א ניחום אבלים פון די בבלי'שע (עולא איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער, ער האט נאר גענידערט קיין בבל צו לערנען דארטן תורה), זיי שעלטן דאך ח"ו"!
וואס הייסט?
"זיי זאגען דארטן: וואס קען מען טאן? איז דאך משמע פון דעם אז ווען דו וואלסט עפעס געקענט טאן, וואלסטו דאס געטאן, און די צרה וואלט נישט פאסירט, דאס איז רעכט חירוף וגידוף. ווייל אז די צרה איז געווען אפגעשריבן פון אויבן, קענסטו גארנישט אויפטאן, אפילו דו וועסט טאן און טאן"!
עד כאן די מעשה; פון דא און ווייטער דער וואונדער: פארוואס נאך אכצן הונדערט יאר פון ווען די גמרא איז געשריבן געווארן פירן מיר זיך נאך אלץ צו זאגען: "וואס קען מען טאן"?
++
עס איז דא אן אויסדרוק ביי מענטשן (דערווייל האב איך עס נאכנישט געהערט ביי אידן ב"ה) ווען מען פרעגט זיי: וויאזוי זענט איר? ענטפערן זיי: בעסער ווי עס קומט זיך מיר! אין ענגליש: BETTER THEN I DESERVE
לכאורה איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענער ענטפער!
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (י"ט ע"א) ווען א מענטש איז מצדיק עליו את הדין (ער זאגט די ברכה פון דיין האמת) זאל ער אויך זאגען דעם נוסח: רבונו של עולם, איך האב אסאך געזינדיגט פאר דיר, און דו האסט מיר נישט באצאלט דערויף אפילו איינס פון טויזענט קעגן מיינע זינד וכו'.
זאגט אבער די גמרא גלייך נאכדעם: ניין! א מענטש זאל נישט אזוי רעדן! ווייל "לעולם אל יפתח אדם פיו לשטן", דאס מיינט: א מענטש טאר נישט ארויסרעדן א ווארט פון זיין מויל וואס דער שטן זאל זיך קענען ארויפכאפן דערויף און זאגען "קוק, דער מענטש אליין זאגט אז מען ברויך אים נאך שטראפן"!
די זעלבע סארט שמועס געפונען מיר אויף מערערע פלעצער אין חז"ל, אז מענטשן האבן זיך ארויסגעכאפט ווערטער פון זייער מויל, און זיי האבן נישט גוט אפגעשניטען דערויף, ווי עס שטייט: ברית כרותה לשפתים! א בונד איז געשניטן געווארן אויף די לעפצן פון א מענטש, אז וואס ער רעדט ארויס אויף זיך, סיי גוטס און סיי שלעכטס, קען מקוים ווערן.
יעצט ווען א מענטש זאגט אז עס גייט אים "צו" גוט, און עס איז אים "בעסער ווי עס קומט זיך אים", מיינט דאך דאס אין אנדערע ווערטער אז ער איז צופרידן מיט ווייניגער פון וואס ער האט. דארף מען דאך מורא האבן אז מען וועט אים פון הימל טאקע צונעמען דאס וואס ער האט יא!
אין קורצן: א מענטש ברויך זייער אכטונג געבן אויף די ווערטער וואס גייען ארויס פון זיין מויל! די וועלט זאגט: די גרעסטע שונא פונעם מענטש קען אמאל זיין זיין אייגענע צינג!
++
נאך איין קלייניגקייט (וואס עס קען זיין אז מיט דעם בין איך נישט גערעכט).
ביי לויות רח"ל הערט מען אסאך מאל ווי די מספידים ענדיגן מיט דעם:
זאל שוין דאס זיין דער לעצטער קרבן, עליה השלם כל הקרבנות כולם.
ווען איך הער די ווערטער (און איך הער עס אפילו פון די גרעסטע רבנים און תלמידי חכמים) לויפט מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער!
וואס איז די אפטייטש פון עליה השלם כל הקרבנות כולם? דאס מיינט דאך אז אויף דעם זאל מען "אנהייבן" מקריב זיין אלע קרבנות, אפשר נישט?
דער פסוק "והקטיר עליה חלבי השלמים" שטייט דאך ביי די קרבן תמיד וואס מען איז מקריב אינדערפרי, און די גמרא דרש'נט פון דעם ווארט "עליה" אז אויף דעם תמיד פון צופרי (דאס הייסט: און נישט פארדעם) זאל מען מקריב זיין אלע קרבנות פונעם טאג!
איך וויל אפילו נישט מסביר זיין וואס די אפטייטש פון זייערע אומשולדיגע ווערטער קענען באדייטן - רחמנא ליצלן!
אבער - אזוי ווי איך האב מקדים געווען - עס קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט דעם, קען זיין אז די רבנים און תלמידי חכמים ווייסן יא וואס זיי טוען און זאגען, אבער איך מוטשע זיך שוין מיט דעם א לענגערע צייט.
לאמיר הערן וואס איר האט צוצוגעבן אדער אראפצונעמען.