היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל ט"ב בכי' לדורות

הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל ט"ב בכי' לדורות

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1490810

Mench » 29/7/2005 03:20

ווען הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל איז מיט רשעות ארויסגעריקט געווארען פון דער איד דורך די דעמאלסדיגע אין היינטיגע שותפים משה פריעדמאן אין זלמן לייב טייטעלבוים האט ער געזאגט בזה"ל דער אינגערמאנטשיק וויל אלעס וואס רביה"ק האט אויפגעשטעלט חרוב מאכן אין לאמיר האפן אז מיט דער איד וועט זיך עס ענדיגן !!

shia550 » 29/7/2005 03:33

גאנץ משפחת טייטלבוים איז א בכיה לדורות?

אזוי קען מען פארשטיין פון דעם קעפל.

KJfireman » 29/7/2005 03:34

ביי א צווייטע געלעגנהייט האט ר' סענדער זצ"ל געזאגט:

דער עלטערער זאגט שיינע דרשות, אבער איך גלייך בעסער דעם יונגערן ברודער, ווייל ער איז א "מתון" ער טראכט גוט אדורך יעדע זאך פאר ער טוט דאס.
דער עלטערער מאכט אסאך טעותים ווייל ער איז זייער איבערגעאיילט...

זאליweaky » 29/7/2005 03:38

ווען רבי סענדער איז געפארן קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זלמן לייב, ווען עס איז שוין געווען א רעדע אז ער גייט דארט ווערן רב, האט ער גערעדט ביים קבלת פנים.

האט ער אנגעהויבן "ברשות דעם און יענעם, ברשות דעם סיגעטער רב ר' זלמן לייב, ברשות ר' חיים הערש מייזליש" וכו'.

ווען מען האט אים שפעטער געפרעגט פשט דערפון, האט ער געזאגט, "איך וועל נישט האבן קיין חלק אין צוברעכן סאטמאר!"

תוקן על ידי - זאליweaky - 29/07/2005 3:40:38

איחודמעמבר » 29/7/2005 03:46

ר' סענדר ע"ה פלעגט האבן א גרויסן קאמף מיט אהרן וועלכער האט כסדר געוואלט רעדן ביי מסיבות און כינוסים, פון וואס ר' סענדער ע"ה האט זיך פשוט געשעמט.

איך האב אליין געהערט פון ר' סענדר דער גרויסער איש האשכולות ובר שכל ווי ער רעדט זיך אפ: כ'האב געזאגט דעם קרית יואל'ער רב, איר זענט א רב און נישט קיין פראפאגאנדע מיניסטער. אייערע דרשות דארפן אנדערש אויסזען. לאזט איבער די פראפאגאנדע פאר מיר.

אבער - האט ר' סענדר ע"ה אויסגעפירט - ער האלט זיך פאר קלוגער פון מיר און פאר דעם טראגט ער טאקע אזא פנים...!

Mench » 29/7/2005 06:29

אלעס איז פיין אין גיט וואס די זאגסט בשם ר' סענדר ע"ה עס קען זיין אז דער רב איז געווען א יונגערמאן אין איז פשוט געווען א ת"ח אין נישט קיין פראפעגאנדע מיניסטער אבער עס וועט נישט פארענפערען דעם ווייטער קוק וואס ר' סענדר ע"ה האט געזאגט פאר עטליכע יודען נאכדעם וואס זלמן לייב/משה האבן צוגעכאפט דער איד פין אים על לא דבר , דער אינגערמאנטשיק וויל אלעס וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט חרוב מאכן !!!

איחודמעמבר » 29/7/2005 18:37

רבי סענדער האט קיינמאל נישט געוואלט טאן אהרן טייטלבוימס שמוציגע ארבעט.
דאס האט ער געלאזט פארן "חכם" בערל פריעדמאן...

slam123 » 29/7/2005 18:45

שטעלט'ס ענק פאר אז מ'שטייט אויף איין צופרי און מ'הערט אז די צוויי ברודער האבן שלום געמאכט איך בין זיכער אז די אהרונים וועלן זאגן דער אלטער קאלעכט מ'דארף אים ארויספירן און מאכען ר' מענדעל'ע רב הצעיר און די זלונים וועלן זיך נעמן שעלטן ר' ז"ל און זאגן כ'האב געוואוסט אז מיט דע סיגוט'ע חברה קען מען נישט גיין צום טיש
DO NOT TAKE IT PERSONAL IT'S ONLY A JOKE