היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שרעקליכע טראגעדיע אין סיגעיט

שרעקליכע טראגעדיע אין סיגעיט

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1490792

Mench » 29/7/2005 03:08

שרעקליכע טראגעדיע אין סיגעיט , א יונג ווייבל וואס האט לעצטע וואך געהאט א דרילונג 3 קינדער האט געכאפט א שווערע הארץ אטאקע אין איז אויף א רעספערעטער מען דארף מעורר זיין רחמי שמים !

אסתר בת חיה לרפו"ש

ווארהייט » 29/7/2005 03:13

אדרבה, לאמיר אלע תהלים זאגן

אבער אגב, ווער איז איר טאטע/מאן

ווי וואוינט זי, אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל???

שלמהחיים » 29/7/2005 03:16

זאל זי האבן א רפואה שלימה בקרוב
בתוך שאר חולי ישראל,אמן

וועמענס טאכטער??

יענקעלע11 » 29/7/2005 03:18

ביטע נישט שפילן קיין פאליטיק מיטן געזינט פון א היימיש אידיש קינד, א אידישע נשמה, איז מצפה לרחמי שמים מרובים לאמיר אלע מרבה זיין בתפלה ותחנונים לרפואתה.

יענקעלע11 » 29/7/2005 03:26

יא איך ווייס וער דאס איז, א היימיש וויליאמסבורג ווייבל.

rotzer » 29/7/2005 03:46



אויף דער נאכט האט זיך די פרוי שלעכט געשפירט און הצלה איז גערופען געווארן אבער זי האט ניט געוואלט גיין אין שפיטאל און לאזען די קינדער אליינס אין קימפערטארען היים און דער נאך וואס מען האט בייקומען א באשטעטעגונג פון איר דאקטער אז עס פעלט ניט אויס צי גיין אין שפיטאל איז די פרוי געבליבען אין קימפערטארען היים און אונדערפרי האט מען איר געפונען און א קריטישע מצב.

Mench » 29/7/2005 06:33

יעצט הער איך הערשט ווער דאס וויבל איז , איך וואלט חלילה אזא אשכול נישט געעפענט ווען איך ווייס ווען עס איז אריינגעמישט פאליטיק מיין חבר האט מיך גערופען אין געזאגט אז עפעס יונג ווייבל אין סיגיעט האט געכאפט א הארץ אטאק,

האב איך פלען געוואלט מעורר זיין דא פאר יעדעם , ..... והוא רחום יכפר ...............

satmar123 » 29/7/2005 06:57

ברוך דיין אמת!!

Mench » 29/7/2005 06:59

וואס זי איז אוועק נעבעך , ???????????????

shabbos_23 » 29/7/2005 07:02

SATMAR123 די ווייסט זיכער וואס די שרייבטס?? איך האף אז די האסט געמאכט א טעות

satmar123 » 29/7/2005 07:05

ליידער איז עס אמת, בערך פאר 10 מינוט צוריק

shabbos_23 » 29/7/2005 07:08

ברוך דיין האמת - פין ווי נעמסטו דאס? איז עס קראנט?

jid_613 » 29/7/2005 07:36


קען אפשר איינער דא זיין אזוי גוט, און מגלה זיין ווער דאס ווייבעל איז?



בהוקרה,
דזשיד

זיידיאנטשי » 29/7/2005 07:43

ממשפחת פר"מ - ק"י
זי האט נעבעך בערך צען יאר נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, פאר צוויי יאר צוריק געהאט די ערשטע מיידל און צוויי וואכן צוריק דרילינג

נעבעך נישט דערלעבט קיין נחת און צום סוף איבערגעלאזט די פיצקעלעך עופהלעך יתומים.. סרייסט דאס הארץ

עד מתי טאטע זיסער?
ויה"ר שלא נשמע עוד שוד ושבר אכי"ר

ליכטיג » 29/7/2005 09:23

ברוך דיין אמת!!!!!!

איך געדענקט נישט אזא ביטערער זומער ביי אידישע קינדער אין נו יארק.

13Hooper » 29/7/2005 16:32

איר פאטער איז א יוד א צדיק וואס דערפרייט נעבעך א יעדען קראנקען יוד מיט א גיט ווארט אין מיט נארהאפטיגע מאכלים זיין נאמען איז ---- גראס,

ה' יחזקהו ויאמצהו

בענעדיקט16 » 29/7/2005 17:17

ר' אהרן יודא גראס? אזוי האב איך פארשטאנען פון די מייק קאר.

man10952 » 29/7/2005 17:25

Baruch Dyen Haemes

זאליweaky » 29/7/2005 17:48

ברוך דיין האמת.

איר פאטער איז הר"ר אהרן יודא גראס.

איר מאן איז הר"ר אליעזר צבי פריעדמאן, בן הר"ר משה פריעדמאן (מאנרא'ער).

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

בענעדיקט16 » 29/7/2005 17:52

ווייסט איינער וואס די דרילינג באשטייט פון? יונגלעך? מיידלעך? (נישט אז דאס וועט טוישן דעם מצב, סתם).

Maashpia » 29/7/2005 18:26

לפחות איין יונגעל.
איך מיין אז דער ברית איז נאך נישט געװען.
איר בליט איז לא עלינו פאר סם׳ט געװארן און דאס האט גורם געװען 3 הארץ אטאקעס. די לעצטע פאטאל.
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותנו די!

kutchma » 29/7/2005 19:20

צוויי מיידלעך (IDENTICAL) אין איין אינגעלע.

אן אמת'ע בראך. ווי קען מען דאס אריבערטראגן.

איחודמעמבר » 29/7/2005 19:44

עס זענען געווען הארצרייסענדע לויות אין וויליאמסבורג און קרית יואל.
לאמיר האפן אז עס זאל שוין זיין דאס לעטע קרבן!

ארגינעלער » 29/7/2005 23:31

וואו איז דער פארוקטער מענדלאוויטש, שלמה פעדער'ס איידים?

ער ווייסט ווער ס'איז שולדיג אין יעדע צרה.

אלזא, מר. מענדלאוויטש, וואס זאגט מען דארט אויבן אין הימל? ווער איז שולדיג אז ר' משה מאנראער'ס טאכטער איז אוועק?

תוקן על ידי - ארגינעלער - 29/07/2005 23:36:41

שוכמאכער » 31/7/2005 17:33

מ'האט איר געדארפט ארייננעמען אין האספיטאל. הצלה האט געמאכט א טעות. מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף א דאקטאר אויף'ן טעלעפאן.

דאס האט שוין פאסירט אפט מיט פרויען נאכ'ן האבן א קינד. זיי זענען דעמאלס אין א מצב סכנה, ובפרט נאך האבן דריי קינדער.

בענעדיקט16 » 31/7/2005 17:56

איז די ברית טאקע נאכנישט געווען?

אויב ניין, ווען וועט דאס זיין?

shia550 » 1/8/2005 00:52

איך מיין אז מיר אויף היידפארק מוזען מאכען שטיקל שטילשטאנד לעילוי נשמת די קרבנות.

כאטש אויף א טאג צוויי

shabbos_23 » 2/8/2005 05:35

ווי זיצט די משפחה שבעה??

בענעדיקט16 » 2/8/2005 06:47

84 ross street צווייטע שטאק

משיח_השם » 3/8/2005 00:31

שוכמאכער שרייבט הצלה האט געמאכט א טעות

ווען עטס זאלטס וויסן וויפיל הצלה דארף זיך ארום רייסן מיט מענטשן זיי זאלן זיך לאזן פירן אין שפיטאל, וואלט עטס אנדערש גערעדט.

עס האט מיר א הצלה מאן געזאגט, וויפיל ער גייט אדורך ביז ער קען משכנע זיין א מענטש אריין צו פארן. ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם פון דעם פאציענט איז. מען דארף נעמען טעסטס און עקסרעיס אין שפיטאל צו דערגיין וואס די מחלה איז. מענטשן מוטשענען און מוטשענען אז מען זאל זיי נישט אריין טראגן, ביז הצלה האט נישט קיין ברירה און רופט אן דעם דאקטאר פון דעם פאציענט, און יענער אומ'אחריות'דיגער דאקטאר זאגט אויפ'ן טעלעפאן אז דער פאציענט קען בלייבן אינדערהיים. וואס דאן קען הצלה לעגאל איבערלאזן דעם פאציענט.

שפעטער ווען עפעס געשעט זאגט מען נישט אז דער דאקטאר איז שולדיג, מען זאגט הצלה האט געמאכט א טעות.

שוכמאכער » 3/8/2005 01:39

משיח השם, דו ביסט נישט גערעכט! פרעג נאר די אין הצלה וואס ווייסן עכט.

סתם דער פאציענטס דאקטאר קען "נישט" הייסן בלייבן אינדערהיים. אויב יא, קען מען דערנאך נעמען הצלה אין קארט, און נישט דעם דאקטאר.

דער איינציגסטער וואס קען הייסן בלייבן אינדערהיים, איז דער "מעדיקעל קאנטראל" פון די הצלה, אונטער וועמענס לייסענס יעדע מעמבער ארבייט. אדער א פאראמעדיק וואס איז דארט.

א סאך און זייער א סאך מעמבערס האבן זיך שוין אפגעבריט פון איבערלאזן א פאציענט אינדערהיים. יא, זיי האבן געמוטשעט זיי ווילן נישט גיין אין שפיטאל, אבער אביסל שפעטער איז דער פאציענט געשטארבן.

פרעג נאר ביי די פירער, זיי האבן צענדליגער געריכט לאו סוטס פון אזאלכע מעשיות. און נישט אומזיסט קען מען היינט נישט לאזן א פאציענט אינדערהיים אין פלעטבוש, אן א קאארדינעיטאר.

אין וויליאמסבורג איז דאס די גרעסטע עוולה פון הצלה. זיי האבן שוין אזוי געהארגעט מער ווי איין מענטש. דארט טוט יעדער מעמבער ממש וואס מען וויל! אבער איך גיי נישט דא אויסגיסן זייער שמוציגע לאנדרי ברבים.