היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דעמאנסטראציע קעגן זאלי פריצות אין ק"י

דעמאנסטראציע קעגן זאלי פריצות אין ק"י

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1490475

ווארהייט » 28/7/2005 23:07

א מעכטיגע דעמאנסטראציע איז פארגעקומען אין קרית יואל נעבן די טרעילערס וואס די זאליס האבן געלייגט הארט נעבן די ישיבה פראפערטי אין קרית יואל, פאר זייער מיידל סקול.

הונדערטער תושבי קרית יואל, אריינגערעכנט עלטערע אידן מיט ווייסע בערד האבן זיך אראפגעלאזט אויף חזקי בראכ'ס לאט, און האבן מוחה געווען אויף די שרעקליכע פריצות בגדרי הצניעות אז די זאליס ברענגען מיידלעך בשאט נפש און שטעלן זיי אראפ נעבן א ישיבה.

די זאליס האבן שנעל געברענגט זייערע ביקעס וואס האבן אנגעפאנגען צו ווארפן שטיינער אויף די מוחים, פרובירנדיג זיי צו פארטרייבן פון דארט. עס איז געווען א געוואלדיגער קידוש השם ווען מען האט זיך נישט דערשראקן און פארגעזעצט מיט'ן פראטעסט.

די מוחים האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט איינרוען ביז ווילאנג מען נעמט נישט אוועק די טרעילערס פון נעבן א ישיבה. מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז מיידלעך זאלן זיך דרייען אין א פלאץ וואו בחורים לערנען.

תוקן על ידי - ווארהייט - 28/07/2005 23:23:08

ווארהייט » 28/7/2005 23:13

די פראטעסט איז ארגאניזירט געווארן דורך הרה"ח ר' י.ל.

עס האבן זיך באטייליגט כולל יונגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געברענגט געווארן מיט א באס פונעם הוניאדער כולל.

מען גייט איינמאל פאר אלעמאל ענדיגן די הפקירות אז מיידלעך דרייען זיך נאנט צו א ישיבה.

תוקן על ידי - ווארהייט - 28/07/2005 23:24:10

yoniboy » 29/7/2005 01:02

בעון ניבול פה בחורי ישראל מתים! דוקא

תוקן על ידי - davka - 29/07/2005 1:45:53