היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א בעל הבית'ישע בליק אויף א רבי'שע מחלוקת

א בעל הבית'ישע בליק אויף א רבי'שע מחלוקת

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1488170

אינגערמאן » 27/7/2005 17:42

איך בעט רשות פון די מנהלים, צו באשטימען א באזונדערן אשכול, טראץ וואס ס'איז נוגע די פאליטיק העומדת על הפרק.

איך וויל פרובירן צו געבן אן אנדערן בליק אויף די פאסירונגען, מיט'ן איבערטייטשן די מחלוקת פון א רביש'ן הויף, צו א בעלת הבית'ישע משפחה.

באמערקונג: די נעמען זענען נאר פאר אילוסטראציע.

וואס וואלט איר געזאגט צו אזא מעשה

א וועלט בארימטע פילאנטראפ און עושר אדיר (לאמיר איהם רופן) ר' לייבוש ליפא בערגמאן, וועלכער האט פינף זוהן און פיר טעכטער, איז שוין אויף די עלטערע יארן, זיין גאנץ לעבן האט ער ליעב געהאט אלע זיינע קינדער גלייך, און זיי ארויסגעהאלפן, זיי אריינגעשטעלט אין ברענטשעס פון זיין וועלט פארצווייגטע גאלד-האנדל ביזנעס, און זיי זענען געווען לשם ולתפארת ווי שיין מען לעבט אינאיינעם, און מען טיילט צדקה א.א.וו.

ויהי היום, האבן 2 פון ר' לייבוש ליפא'ס קינדער, לאמיר זיי רופען, חיים משה און געציל, זיך איבערגעקליגט אויף די אנדערע קינדער, און ס'איז זיי געלונגן אז אין טאטענ'ס קאפ איז אריין - אדער זאגן זיי נאר אזוי - אז נאר זיי צוויי זענען איהם געטריי, די אנדערע קינדער זענען נישט אזוי געטריי, און דער טאטע ווארפט זיי ארויס פון די ביזנעס, פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, און אסר'ט זיי דריסת הרגל ביי איהם אין הויז.

זעענדיג אז די צוויי ברודער האבן זיי גוטע צוגעפיקסט, און נישט האבענדיג קיין אנדערע אויסוואהל, ווילן זיי גיין צו דין תורה,(אדער בלית ברירה אז די ברודער האבן צו גוטע קאנעקשאנס מיט אלע רבנים - צו ערכאות) און נעמן אן עיקול, אפצושטעלן די 2 באנדיטן פון אוועק גנבנ'ען אלעס פון זיי .

אבער די צוויי ברודער הייבן באלד אויף א ויצעקו פון געוואלד כיבוד אב מען רופט דעם טאטן צו דין תורה אדער ערכאות רחמנא לצלן, יזדעזע הארץ ומלואה, די געפילן זענען ווי אפגעשטארבן און די חושים זענעם פארטעמפ פון די גרויסע עזות, און אלץ קנס הערט דער טאטע אויף גיין צן זייערע שמחות, ער לאזט זיי נישט אריין איו שטוב, צוליב זייער געוואלדיגע חוצפה.........

אצינד, טראץ וואס איר קענט דעם נמשל ממילא איז אייך שווער צו טראכטן אויפריכטיג, אבער שטרענגט אייך אן און טראכט באמת וואס וואלט איר געהאלטן אויף אזא פאל

און דאס איז נישט סתם א משל, די מעשה האט שוין פאסירט - מיט געוויסע פרטים אנדערש - מערערע מאל ביי היימישע משפחות. און טראץ וואס לפנים משורת הדין, צו מקיים זיין כיבוד אב דאורייתא מיט מסירת נפש, קען זיין די קינדער דארפן אלעס פארשווייגן, ווייס איך נישט וויפיל קינדער זיי וואלט דאס געטוהן

אמתושלום » 27/7/2005 18:05

לייגסט אראפ א שיינע מעשה, אבער פון צווישען די שורות זעהט מען אז דו ביזט נוטה צו איין זייט.

די שאלה ביי דעם פאל איז צו איז אמת אז זיי זענען מחוצפים און דער טאטע איז אויפגערעגט אויף זיי, צו נישט.

נישט אזוי?

אינגערמאן » 27/7/2005 18:07

די פאקטן אז זיי האבן אלע יארן געלעבט בשלוה, און אפגעגעבן דרך ארץ אפשר נאך מער ווי די אנדערע, דערציילט מיר עפעס, ניין?

getme » 27/7/2005 18:47


אינגערמאן,עס האט גענימען היבש לאנג זאלסט מודה זיין
אבער ענדליך ביזסטע שוין מודה אז ביסט א זאלי

בנוגע די שיינע מעשה וואס די ברענגסט אראפ איז נישט
שייך צי קאמענטירן ווייל ביסט גאר נישט מחדש נאר
נאכאמאל די זעלבע זאלי גארביטש

כורמיזא » 27/7/2005 18:57

אינגערמאן, ביזט צוריק געווארען אן אהרוני?
[בילד – נישט אפגעהיט]

עפשטיין » 27/7/2005 19:04

נאר נארישע קינדער ענטפערן פאר א נקודה ביסט א אהרוני, זאלי.

האסט וואס צו ענטפערן מאך אויף דיין מויל אז נישט זיי שטיל.

יעדער האט רעכט זיך צו מאכען נייטראל אין אויסברענגען א נקודה, געפעלט דיר נישט פרעג אים אפ.

Ahroiny » 27/7/2005 20:06

ר' לײביש ליפא קאלעכט, שוין 10 יאר װאס ער קען נישט זאגן קײן תורה.

די קינדער קומען ארײן אין די ביזנעס און װארפן ארױס אלע אלטע קאסטומערס.
ר' לײביש ליפא זאגט צו אז ער גײט קומען אויף זײנע קינדערס שמחות, ער קומט נישט אן.
די 2 ערשטע קינדער גײען אין קאורט און בעטן קאסטאדי אױף דעם קראנקן לײביש ליפא.
די צײ קינדער װערן שרעקליך פארלױרן און פרובירן צו טון אלעס אז מזאל ארױס גײן פון קאורט אבער ס׳העלפט זײ א מכה.

זשוליאני08 » 27/7/2005 20:31

איך האב א בעסערע משל.

ס'איז געווען א קעניג, וואס האט זייער ליב געהאט קרים-טשיז.

זיינע קינדער איז נישט געפאלן אז ער קיקט נישט אויפן זייגער, האבן זיי אים געקויפט א נייע סווימינג פול, אז ער זאל קענען זיך קענען גוט אויסרוען זיינע ביינער נאך א שווערן טאג ארבעט.

ויהי היום, דער קעניג קומט אהיים, און זעט אז זיין יונגערסטער זון, וואס דארף איבערנעמען דעם טראן נאכדעם וואס ער שטארבט עסט מער נישט קיין קרים טשיז, האט ער אפגעמאכט אז ער צירייסט די סווימינג פול.

יעצט צוריק צום נמשל זאגט עטס טייערע גולשים:
איז דאס נארמאל אז מ'זאל דאס טאן פאר'ן קעניג.

ווער עס פארשטייט נישט דעם משל/נמשל, זאל לייענען וואס דער הרב אינגערמאן שרייבט. ווייל ביידע מאכן די זעלבע קאמען סענס.

13Hooper » 27/7/2005 21:09

אינגערמאן
גאנץ נאטראל אראפגעלייגט די שוידערלעכע פאסירונג אבער עיקר שכחת
וויאזוי וואלט הרב בערגמאן געוואלט אז טאמער איינע פין די נישט געטרייע קינדער וועלען קימען צי עיהם אויף די עלטערע יארען (איידעל גערעדט) נישט איבערגעקליגט, נאר מיט פרעכע שקרים אין פאלטשע מעשהלך אין אנרייצען אויף די געטרייע קינדער מיט די הילף פין זיין מענעדזער וואס איז דער ארכיטעקט פין דעם פלאן, אין מיינט נאר זיין אייגענע אין זיינע חברים אינטערעסע, וואס אגב זענען אלעמאל געווען הרב בערגמאנס גרעסטע שונאים נאר זיין מצב קען עס ליידער מער נישט אנטשיידען אין לאזט עס לויפען ווייל ער ווייסט אפילו נישט וואס גייט פאר אינטער זיין נאז נאר ער מיינט אז זיינע געוועזענע געטרייע קינדער זענען שוין מער נישט אינטערסירט אין עיהם אין ווייסט נישט אז זיין מענעדזער לאזט נישט צי די געטרייע קינדער אז מען זאל עיהם אויפקלערען וואס דא גייט פאהר

איך קען אנגיין אין אנגיין נאר איך וויל בעיקר זיך שטעלען אויף איין נקודה

וואלט הרב בערגמאן געוואלט אז מען זאל ריפען צי דין תורה דעם מענעדזער מיט זיינע אנדערע געלט אין כבוד פרעסערס אין אויב זיי דרייען זיך ארויס פין גיין צי ד"ת אפילו גיין אין קארט? אדער די האלטסט אז ניין
ער וואלט געוואלט ענדערשט זאל זיין שטיל אין לאזען זיינע שונאים איבער נעמען זיין ביזנעס אין די געטרייע קינדער וועלען זיך שוין א עצה געבען למשל מיט פאד סטעמפס אין סעקשען עיט?
א קארצע הערה דער מענעדזער מיט דעם בן השנואה לאזט אפילו נישט זאגען אפאר קאפיטלעך תהילים

getme » 27/7/2005 21:18


זשוליאני08

אינגערמאן » 27/7/2005 21:18

כורמיזא, כ'מעג נישט אמאל פרובירן דאס אויך... און ביזט טאקע דער איינציגטסע וואס האט דערהערט אז דער נמשל איז לטובת די אהרונים?

עפשטיין, יישר כח! הונדערט פראצענט גערעכט!

אהרוני, גאנץ גוט, אבער כ'מיין אז דו האסט געלייענט צו שנעל,

13 הופער, גיט געשריבן, אין די ליניע פונעם אשכול.

זשוליאני, ביזט ממשיך מיט דיינע זינלאזע נארישע תגובות, ביזט אפשר דיסלעקסיק, לייען נאכאמאל מיין ערשטע תגובה מיט אביסל מער געדולד. און געטמי'ס לייגן אויך נישט צו מער קאמען סענס צו די תגובה

תוקן על ידי - אינגערמאן - 27/07/2005 21:27:31

אינגערמאן » 27/7/2005 21:56

ער איז א .... ער כאפט עס נישט

פאר די חכמים וואס האבן נישט פארשטאנען מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, איך האב געשריבן א נייטראלע תגובה אבער דאך מער נוטה צו דעם צד אז 2 ברודער האבן זיך משתלט געווען אויפ'ן טאטן און אויף די משפחה.

מענדלדרעי » 27/7/2005 23:12

אינגערמאן

פיין אין וואויל אבער מסירות נפש דארף מען האבען פאר כיבוד אב ואם אין טין כל טצדקי דאס אפצושטעלן.

ניין דער וואס פארשווייגט טוט נישט קיין כיבוד אב דאורייתא מיט מסירת נפש.

ווארהייט » 27/7/2005 23:19

אינגערמאן.

* 1) דיין משל, רעדט נישט פון א אלטן טאטן, וואס איז ליידער נישט ביים דעת.

* 2) דיין משל רעדט נישט אז די קינדער האבן אפגעריסן דעם טאטן און לאזן אים נישט קומען צו שמחות.

* 3) דיין משל רעדט נישט אז מ'פירט אוועק דעם טאטן, און מ'לאזט נישט א יתומה זיך בענטשן ביים זיידן.

* 4) דיין משל רעדט נישט אז דער קינד וואס איז א משתלט, נעמט דעם טאטענס שונאים, פירט טיש פורים אויפ'ן טאטענס פלאץ, און מ'מאכט דארט קאלט ליצנות פון טאטן, און דער זון (נועם המידות) קאטשעט זיך פאר געלעכטער.

* 5) דיין משל רעדט נישט ווען אלע בילדער צייגן ווי דער אלטער טאטע האבן ליב דעם זון (מרוחק) אהבת נפש ממש, און בעט זיך אז מ'זאל אים געבן א בענקל... מ'גיט דאך נישט, הייבט זיך דער אלטער טאטע אויף פאר אים.

* 6) דיין משל רעדט נישט, ווען דער טאטע ליגט אין שפיטאל, און דער זון וואס איז מרוחק קומט אים מבקר חולה זיין, און די אנדערע קינדער (משתלטים) נעמען זיך שרייען מיט קולי קולות קעגן דעם זון בנוכח פונעם טאטן דער פאציענט.


זיי מוחל, מאך א נייעם משל, מיט די אלע 6 פונקטן
נאכדעם וועלן מיר דיר געבן א

מקוה_איד » 27/7/2005 23:24

איך ווייס נישט וואס מ'וויל פון דעם אינגערמאן'ס לעבן, זיין משל איז 100% פרא-אהרונים, איך עגרי מיט יעדעס ווארט!

זאליweaky » 27/7/2005 23:27

איך בין אויך מסכים מיט יעדעס ווארט.

ווען נישט די פארשאלטענע פאליטיק, וואלט נישט געווען קיין איין נארמאלער מענטש וואס זאל אנדערש האלטן.

אינגערמאן » 27/7/2005 23:30

ייש"כ פאר די אלע וואס האבן לכה"פ "פארשטאנען" וואס כ'שרייב, נישט קיין נפק"מ צו וועלכע צד איר באלאנגט.

און צו די אנדערע זאג איך ווי מ'זאגט אין אידיש
never mind forget about it

ס'איז סתם א שאד די צייט צו פארברענגן מיט אייך, אז איר פארשטייט נישט וואס מען רעדט מיט אייך.

13Hooper » 28/7/2005 00:27

אינגערמאן !!!
האסטי באמערקט אז קיין איין איינציגער זאלי האט דיר נישט גענטפערט, וואס זאלען זיי ענטפערען אויף דעם ? ווען זיי האבען נישט וואס צי ענטפערען ווערען זיי פארשווינדען אדער הייבען זיי אהן מיט קללות

sammy » 28/7/2005 03:18


מחמת הרחק מן הכיעור,
אביע את דעתי, "דעת בעל הבית" בקצרה.

עם כל ההבנה על הצער והעגמת נפש, שאותה פרשה עגומה גורמת למשפחה הנכבדה , לדעתי זה לא מצדיק הליכה בערכאות.
כין אין הצר שווה בנזק החילול השם (גם שם סאטמאר ) הגדול שיצמח מזה. אפילו נגיד שבסוף הם יזכו בערכאות, מ"מ גדול הפסדה משכרה!

כמובן שזאת דעתי האישית, דעת "בעל הבית" (שכלל לא בטוח שבמקרה הזאת, זה היפך "דעת תורה")

יאללה. עכשיו תגידו שאני זאלוני שעובד ב"דער איד" . ושסעמי זה בסך הכל עוד ניק של יוסף 90....

sammy » 28/7/2005 03:25


זשוליאני 08.
איזה קרים טשיז אכל הקעניג מהמשל שלך?
אני מקווה שלא של מהדרין......

13Hooper » 28/7/2005 04:03

סעמי
האסט א טעות, די ביסט א נארמאלער גולש אין קיינער וועט דיך נישט חושד זיין אז די ביסט ח"ו יוסף 90
יעצט אז איך האב דיר געגעבען א קאמפלימענט מעג איך מיר ערלויבען דיר זאגען אז ווען די האסט געשריבען אביע את דעתי, "דעת בעל הבית" בקצרה.
האב איך קודם געמיינט אז די שרייבסט "דעת בעל הבית הקצרה"

מענדלדרעי » 28/7/2005 04:23

מען דארף דן זיין וואס איז א גרעסערער חילול ה' וואס טוט זיך אין דער איד צו וואס מען טוט פארן סאטמארער רבי.

באראפארקער » 28/7/2005 06:16

אינגערמאן
דיין משל פעלט איין נקודה פין די מעשה.

די מעשה וואס וואלט געווען מער דומה צום נמשל, איז אז מר בערגמאן איז געווארען צוגרעדט פין די אינגערע קינדער אז ער זאל נישט געבען קיין פי שנים צום בכור, און די טעכטער זענען געקומען צום טאטען און אים צוגערעדט ער זאל זיי פארשרייבען א גלייכע חלק אין די ירושה מיט די זוהן,

דער בכור האלט עס נישט אויס, און ווערט ווילד, גייט צו דין תורה ערכאות וכו'.

ווער נישט ווילד, האסט דיין חלק, האלט דיך דערמיט, דארפסט טאקע האבען אלעס?

geferlich » 28/7/2005 07:49


13הופער סט.


חגיגה ה: כיון שאבדה עצה מבנים נסרחה חכמתם של אומות העולם

אין אידיש טייטש: יא ! וויבאלד די זאלמונים האבן נישט וואס צו ענטפערן, איז נסרחה חכמתם של....

=======

אינטערעסאנט און גאר אינטערעסאנט צו הערן ווי זיי שרייען: דער "משל" שטימט נישט..!!!



אוי !! געפערליך'ע חברה דאס...!!

זאליweaky » 28/7/2005 15:12

סמי:

היות שבדרך כלל אתה מהגולשים השפויים על כן אענה לך בקצרה.

(קודם כל, מה זה כיעור ???)

נניח שיש כאן בכלל תביעה בערכאות, אך על מה לדעתך נוצר ענין של "היתר בית דין" על הליכה לערכאות, אם לא לעת הזאת ?

אדרבא, תן עצה, מה הי' להם לעשות ?

לילך לדין תורה לריח"מ פר"מ, שכבר הביע דעתו כמה פעמים בנידון דידן ???

הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך (לא דעת בעל הבית...) אמר, שאם לא היו מניחים אותו ליכנס לאמו, הוא הי' קורא את המשטרה !

ולילך לערכאות עם מי שמסרב לבא לדין תורה, אינו חילול השם רק קידוש השם !

וכ"כ בפירוש רביה"ק זי"ע בויואל משה.

13Hooper » 28/7/2005 17:52

לא בויואל משה רק במכתבים