היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שומרי שבת: זייט געווארנט!

שומרי שבת: זייט געווארנט!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1487298

בןמלך » 27/7/2005 06:04

עס איז ארויסגעקומען א נייע "טוילעט" פון די "קאהלער" קאמפאני, וואס האט א מעכטיגע פלאשער, און שיסט ארויס די וואסער מיט א מעכטיגן שטראם, און די גרויסע פלאמבינג סופליי און "סופער" געשעפטן פרואוון יעדן צוצורעדן דאס צו קויפן, טראצדעם וואס עס קאסט א גוטע 500-600 דאלאר.
אלזא, וואס איז דער טריק מיט דעם געזונטן פלאשער? עס האט אן עלעקטרישן פאמפ, וואס העלפט ארויסשמייסן די וואסער מיט א מעכטיגן קראפט. זייער פיין, אבער לענין שבת קודש איז דאס גאר אן ערנסטער פראבלעם. ע"כ חכמים הזהרו...

jid_613 » 27/7/2005 08:17


נו, ווי געט מען זיך א עצה אהן אזא מעכטיגע פלאשער?

א שבת זייגער וואלט אפשר נישט גע'ארבעט?

בןמלך » 27/7/2005 18:00

אויף דעם איז דא מערערע פאטענטן, צ.ב.ש. א קאמפאני ווי "טאוטאו" האט ערפינדן א ברייטן בית קיבול וואו די סוער לויפט ארויס, אזוי ארום ווערט די בית הכסא נישט פארשטאפט. "קאהלער" און "עלדזשער" זענעו אויך נישט הינטערשטעליג מיט זייערע פאטענטן, ווי, שטארקע וואסער פרעשער קאמבינירט מיט שטארקע לופט דרוק.
גיי נאר אריין צו "וואורלד ווייד" (ווינדזאר") פלאמבינג אויף 14 ביי 41.
אדער צו דעקא-ווער אויף מקדאנעלד עוו. אדער צו די גרויסע לייבן ווי "האום דיפאו" אדער "לאו'ס".
זיי וועלן דיר געבן אן אויסוואל פון דא ביז יופיטא.

פדן_ארם » 27/7/2005 19:28

אפשר קענען זיי ערפינדען פאר שבת א שמעק (שטינק בלע"ז) סענסאר װאס זאל אקטיװירן דעם פלאשער.