ברעיקינג ניוזברעיקינג ניוז
הגה"צ הראב"ד רבי משה שטערנבוך שליט"א, האט נישט געקענט דערהייבן די פרעשור און איז אנטלאפען אויף צפת אויף אפרוה.
דער ראב"ד איז געווען די איינציגסטע פון די חברי הבי"ד וואס האט זיך געשטעלט קעגן ארויסגעבן א בריוו אלע אנדערע חברי הבי"ד האבן געהאלטן אז מען זאל יא ארויסגעבן א בריוו א קעגן די הליכה בערכאות.
איך בין א חסיד פון כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר (וויליאמסבורג) שליט"א, און איך וויל פשוט זאגן פאר מיינע חברים דא אויפן פורם, לאזט ענק נישט פארפירן פון יוסף90.
בי"ד גייט נישט ארויסקומען מיט קיין בריוו!
הגר"מ שטערנבוך איז נאר דער תירוץ, ער האט געהאלפן בי"ד מיט געבן א וועג ארויס און דער גאנצער בי"ד (וואס איז געווען גרייט אינטערצושרייבן) אטעמט אפ אז מען קען ווארפען די שולד אויפן ראב"ד און זיי בלייבן כשר ביי ביידע זייטן.
סוכ"ס, איז נישט אין בי"ד אינטערעסע זיך צו ציקריגען מיט קיין איינע פון די צדדים אין סאטמער, ווי אויך האלט דער בי"ד (און איעדער בר דעת) אז מיט אונזער צד –וומ"ב- איז גרינגער זיך איבער צובעטען, ווייל מיר זענען ערליכע אידען און מיר האבן ברוך השם ערליכע רבנים וואס וועלן נישט אינטערברענגן די עדה פאר אינזערע פערזענליכע אינטערעסן, משא"כ דער צד שכנגד וועט אראפרייסען יעדן ערליכן איד וואס גייט נישט אין שפאן 100% און זיי וועלן צוברעכען די עדה און אינטערברענגן די מערכה קעגן ציונות און נישט קוקען אויף גארנישט.
ממילא קען זיין אז עס איז אויסגעהאלטן אלץ "עת לעשות לד'" און אלץ "כשם שמצוה לומר וכו'"
מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן ברוך הוא אלו' שהבדילנו מן התועים און מיר האבן ב"ה ערליכע רבנים און מיר וועלן ווייטער שטיצען די עדה וואס איז די גרעסטע כח קעגן ציונות בארצינו הקדושה.
און אין קאורט מיטן אייבערשטן'ס הילף, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד בעזהי"ת
כי לא יטוש ד' עמו, ולא תשכח מפי זרעו