היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » יום ג' נישט רעדן פאליטיק

יום ג' נישט רעדן פאליטיק

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1484613

Mench » 25/7/2005 21:22

איך וואלט געוואלט מעורר זיין מען זאל מחזק זיין די אלטע תקנה פין נישט רעדן קיין שום פאליטיק אין לשון הרע לכה"פ א יעדע דינסטאג,
אין לאמיר האפן אז בזכות פין דעם זאלן זיך די ביטערע טעגליכע צרות אויפהערן , אין מען זאל שוין זוכה זיין צי די גאולה שלימה בב"א,
איז יעדער מסכים ??????????????????????????????

gishmoker » 26/7/2005 17:57


אז איך וועל מסכים זיין וועט עפעס אויפטוהן?

גוט, איך רעד נישט היינט קיין פאליטיק.

barelan838 » 26/7/2005 18:25

די פראבלעם איז אז יעדער צד היילט אז זיין שרייבן און רעדן איז הצלת כלל ישראל, בבחינת עת לעשות להשם הפרו תורתיך, א חלק פון מיינע שואלים דא און קאנטרע האבן זיך אפגערעדט אז לעצטענס איז מיין טעלעפאן ליניע פארנומען מען קען נישט אריינרופן לשמוע את דבר השם, וואס זאל איך אבער טון אז מיין נאטיץ ביכל מוז זיין אריינגעשטעקט און צו געטשעפעט צום ליניע כדי לעמוד על המשמר, עס נעמט מיר אוועק צייט פון מיינע לימודים בעוה"ר

מהיכי_תיתי » 26/7/2005 18:27

1) ווי אלט איז די תקנה ?
2) ווער האט דאס מתקן געווען ?

תוקן על ידי - מהיכי_תיתי - 26/07/2005 18:27:27

יאנקל » 26/7/2005 18:33

שרייבן מעג מען?

מקוה_איד » 26/7/2005 18:34

הייסע נייעסן, מוז מען שרייבן, דאס איז ממש א דבר שאין הציבור יכולין לעמוד, מ'מוז דאך זיין אפ-טו-דעיט.

ווידער סתם קריגערייען און פערזענליכע צ'עפרייען, וואלט איך מציע געווען מ'זאל גענצליך אפשטעלן, רוב ליינערס זענען נישט נייגעריק דערויף.

למשל די פעמילי קעיס אשכול איז 70% בייבישע קריגערייען, וואס עקלט און איבלט יעדן, ווען יעדער איז ווען מסכים וואלט איך ווען אלעס אפגעווישט און איבער געלאזט בלויז די טריקענע נייעסן.

מהיכי_תיתי » 26/7/2005 18:46

איך ווארט אויף א תשובה אויף מיינע צוויי שאלות ווער עס וויל נישט שרייבן דא

קען מיר שרייבן אין תיבה אישית

KJfireman » 26/7/2005 18:55


די תקנה האט מען געמאכט לרפואת יואל בן צביה

עס האט אנגעהאלטן אפאר וואכן, נאכדעם איז געווארן א "סלאו סיזען" אין די פאליטיק האט מען פארגעסן דערפון...

טרעקטער » 26/7/2005 19:02

פייערמאן פאנגט שוין אן מיט פאליטיק און אידיש בלוט.

מהיכי_תיתי » 26/7/2005 19:12

האסט נישט גענטפערט אויף מיין שאלה איך האב נישט גערעגט פארוואס איך האב געפרעגט ווער

KJfireman » 26/7/2005 19:24

וואס א שייכות האט דאס מיט פאליטיק, ער האט געפרעגט ווען מען האט געמאכט די תקנה, האב איך געענטפערט.

בדרך אגב ווייסט איינער פארוואס ווען מען פרובירט אויפצוזוכן אלטע אשכולות קומט ארויף א תקלה נומער?

barelan838 » 26/7/2005 19:27

לפי עניית דעתי הקטנה, אזוי ווי עס זענען דא א נייע הנהלה א נייע רעגירונג דארפן זיי קודם איבערזייען אשכולות וואס דארפן פארניכטעט ווערן

טובעין » 26/7/2005 19:35

עס איז נישט דא קיין נייע הנהלה.

סך הכל סגני מנהלים.

דער אייבישטער זאל העלפען זיי זאלען מצליח זיין, אבער דער מנהל בלייבט דער זעלבער.