היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » רבי טודרוס זילבער - דער איד איז טריפה

רבי טודרוס זילבער - דער איד איז טריפה

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1484463

אויסשווארץ » 25/7/2005 19:36

רבי טודרוס זילבער האט ביי די לוי' פון רבי יעקב שפיערער ז"ל אז דער איד איז גורם צו אלע מחלוקת
עס איז טריפה
און מ'טאר עס נישט אריינעמען אין שטוב.

babyfish » 25/7/2005 19:39

הגאון הקדוש מקאשוי זצוק"ל האט איהם שוין מקדים געווען

mechel19 » 25/7/2005 19:50

ITS A STEP IN THE RIGHT DIRECTION
לאמיר זיך אלע פארנעמען בקבלה נישט צו ליינען דעם איד, דאס וועט זיכער גאר אסאך רעדוצירן די מחלוקת.

אינגערמאן » 25/7/2005 21:07

און אויך נישט דער בלאט, און די אנדעדע צייטונגען, קינער איז נישט ריין פון פאליטיק

נאר די עלים לתרופה און די מעלות

Catskills » 25/7/2005 21:17

האסט פארגעסטן פון "די אידישע ליכט" מיט די "עונג שבת"

shabbos_23 » 25/7/2005 21:23

ווי האט ר' טודרוס מספיד געווען?

mechel19 » 25/7/2005 21:24

אינגערמאן, במקום גדולים אל תעמוד, ווי קומסטו צו אסערן דעם בלאט, מילא דער איד האט אויף זיך איסורים פון גדולי הרבנים אבער דער בלאט איז דאך נאר גיאסערט פון ברוך מרדכי ל.

אינגערמאן » 26/7/2005 01:32

איסור מאן דכר שמי', איסורים לאז איך פאר די חשובע' רבנים ואדמורי"ם ורשכבהגי"ם.ומי אני ומה אני להכניס ראשי בין ההרים הגבוהים והנוראים.

דא איז געשטאנען "לאמיר זיך אלע פארנעמען בקבלה נישט צו ליינען......

א קבלה איז זיכער כדאי צו אונטערנעמן נישט צו לייענען גארנישט, נאר אויסגאבעס גענצליך ריין פון פוליטיקה, אזא שטייגער ווי די מעלות, אידישע ליכט, עלים לתרופה, און אויך די תורה וועלט

תוקן על ידי - אינגערמאן - 26/07/2005 1:42:09

geferlich » 26/7/2005 01:48


וואו האט ר' טודרוס מספיד געוון?

זאליweaky » 26/7/2005 01:51

עלים לתרופה, ריין פון פאליטיק ???


און המחנה החרדי ???

getme » 26/7/2005 02:50


אינגערמאן, אויב די מיינסט עס אמת'דיג מיט דיין קבלה
דעמלאטס פארלאז שוין הייד פארק-חדשות אנ"ש וואס דא איז די ערגעסטע פין אלע

לאמיר זען צי ער האט עס געמיינט אמת'דיג

אינגערמאן » 26/7/2005 04:37

געטמי, כ'בין שוין לאנג געגאנגען! כ'קוק נאר אלץ צוריק אויף הינטערוויילעכץ, ווי יענער בורח מן הכבוד, וואס קוקט אלץ צוריק צו ס'כבוד לויפט איהם שוין נאך.

getme » 26/7/2005 04:45

אינגערמאן, כ'האב נאר געמאכט א ווערטעל כ'האף די בלייבסט מיט אינז
מ'האמיר שטארק הנאה געהאט פין דיר דא

איחודמעמבר » 26/7/2005 07:21

אויסשווארץ האט א מעשה...

ר' טודרוס האט אינגאנצן נישט גערעדט ביי די לויה.

פייפער » 1/8/2005 03:39

/
[בילד – נישט אפגעהיט]