היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » מwהאט געכאפט דער TIRE SLASHER

מwהאט געכאפט דער TIRE SLASHER

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1481763

הרמןרינהלד » 24/7/2005 12:19

ערב שבת די וואך איז מעכיל ארויס געפארן צו מתיבתא קעמפ וויילען שבת בצוותא חדא מיט רבינו שליט"א ארויס פארענדיג האט ער מיט גענומען הרב שמעריל ציטראננבוים וואס איז אויך געווען שבת אין מתיבתא קעמפ , אויף דער rt 15 האט ער זיך אנגעשטעלט נעמען געז ארויס קומענדיג פון זיין קאר טרעפט ער זיך אן מיט די רבנית העסא וואס איז ווארשיינליך געפארן צו די לאקסאוואקיסא קעמפס מעכיל געט איר א שאקל מיטן קאפ – א גיטען – ווי פארסטו פרעגט הרבנית העסא , ענטפערט מעכיל צו מתיבתא קעמפ , רופט זיך אן הרבנית העסא וזה לשון קדשה(1) מעכיל די האסט מזל אז איך האב נישט דא א מעסער ווייל איך וואלט דיך צושניטען אלע פיר רעדער , אין די רעסט וועט מען דיך אין הימעל שטראפען עד כאן לשון קדשה ,

קאמענטארן זענען איבריג

מעכיל האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטען איר נישט צו ענטפערן ער האט זיך אויסגעדרייט אין אריין אין זיין קאר אין געפארן ווייטער אין מתיבתא קעמפ אין זי איז מן הסתם ווייטער געפארן קיין לאקסאוואקיסא

ווען מעכיל איז אנגעקומען אין קעמפ און האט פארציילט די מעשה האט יעדער ספאנטאניש זיך אנגעריפען "נעבעך מיט דעם האט ער געלעבט "


______________________________________
(1) איך האב געשריבען לשון קדשה אין אידיש צוליב די פאלגענדע מעשה ווען ר' לייבוש רובין האט געטראפען ברוך חנא אין די מקוה נאכען זעהן אויפן טיר א מעלדונג מיט לשון קדשו פון רבינו מהרנ"צ אוטערגעשריבען פון ב"ח האט ער עהם געפרעגט ווען ער דריקט די לשון קדשו'ס אין אידיש און ווען אין לשון קודש האט ער געזאגט ווען איך בייג זיך צו אין הער וואס דער רב זאגט שרייב איך אידיש , ווען איך הער נישט אזוי קלאר אין איך פארשטיי וואס ער וויל זאגען שרייב איך לשה"ק . לויט דעם קען מען פארשטיין דאס וואס דער גילוי דעת ברצון מהרנ"צ וואס איז ארויס געקומען אין די שבעה אינטער געשריבען דורך ב"ח אין ש"פ איז געווען געדריקט אין לשה"ק וש"י .

הרמןרינהלד » 24/7/2005 15:13

איך האב געהאפט צו טרעפן די חברה וואס זענען געווען שבת אין מתיבתא קעמפ אין ביהמ"ד ביי שחרית זעהט אויס יעדער איז אהיים געקומען שפעט איך האב קיינער נישט געטראפען האט עמיצער מער פרטים אויף שבת איך האב געהערט אז עס איז געווען זעהר א ווארימער שבת ווערר ס'האט פרטים ביטע פאוסטען

צווייבאבוב » 25/7/2005 02:30

יא יא שוין ווייטער די זעלבע מעשיות
ענק האבן שוין געזעהן אז שמוץ אויף רמ"ד גייט נישט, אין אויף מהרנ"ץ ז"ל גייט אויכעט נישט האבן ענק זיך גענומען צום רביצין תליט"א, ענק האבן זעהט זיך אויס פארגעסן אז די מהרש'ס רעביצין די אבי אבות פין די איצטיגע באבובער ספליט לעבט נאך אין אז עטס ווילטס אנהייבן מיט שמיץ, מיין איך אז די פראבע אויף די צוויי רעביצינס וועט זיין זיין אזוי ווי די פראבע אויף די צוויי רבי'ס,
אזוי ווי רמ"ד איז קיינמאהל נישט געווען ביישמוצט, און נאר נאך די פטירה קומען ענק אויף מיט ענקערע בויכשמערצען, די זעלבע פינקטליך איז מיט די רביצין, אז זי איז אלעמאהל געווען אהנגענומען אלס אן פיינער און חשובער רביצין וואס אויף איהר האט מען געטייטלט מיט די פינגער "הלוואי אויף מיר אזעלכע טעכטער",
און די מהרש'ס רעביצין איז פינקט ווי רב"צ, אזוי ווי רב"צ אהן קיין קשר צו די איצטיגע ספליט, איז אלעמאהל געווען באשמוצט און באבוב און יאהרן לאנג איז ער געווען מנודה ומוחרם אין מ'האט זיך געשעמט מיט עם, אזוי אויכעט זיין מאמע, אסאך פאר די מהר"ש איז אוועק, איז זי אללעמאהל געווען באקאנט מיט איהרע "מעשים טובים" אין וואילטעטיגקייטן צו איהר מאן, אין גאנץ באבוב האט יאהרן לאנג מיטגעהאלטן איהרע רדיפות וואס זי האט גערודפט די מהר"ש אין די מהרנ"ץ, אלע געדענקען נאך איהרע "קוואקעריי" און געשריי וואס זי פלעגט שרייען,
איז בעסער זייטס שטיהל און וועקסט נישט אויף די נישט שיינע היסטוריה פין באבוב

הרמןרינהלד » 25/7/2005 07:19

שעמסט זיך נישט מדמה צו זיין
העסא פלעגט פייניגען איר מאן אויף אן אכזריותדיגע אופן איך האב דאס אליין געהערט מפי קדשו פון רבינו מהרנ"צ פאר מיין חתונה ער האט מיר געגעבן א חתן שמיעס אין זי איז אריין געקומען אין אראפגערעגט צו עם ווי ער וואלט געווען איר שמאטע האט מיר דער מהרנ"צ געזאגט למשל איך מאך מיט אבער חלילה צירוק צו ענטפערען עס וואלט נאר געמאכט ערגער


אדרבה פרעג אלע גבאים וויפל זי האט זיי געפייניגט במשך די לעצטע פאר יאר

אדרבה פרעג די אייניקלעך איך האב געהערט פון שמחה רובין א וואך נאך זיין חתונה "כ'האב אלע מאל געוויסט אז זי איז א שווערע פרוי אבער עד כדי כך וואלט איך זיך אין מיין ווילד'סטע חלום זיך נישט פארגעשטעלט

אדרבה פרעג אזא געטרייע גבאי ווי חזקי' שאנבערגער וואס די לעצטע דריי יאר האט זיך מוסר נפש געווען פאר רבינו זצ"ל נישט געשלאפען אין דער היים גאנצע נעכט , פרעג עם וויפל דער רעביצען האט עם פערזענליך גערודפ'ט

פרעג מאיר יוסף אייכנשטיין אפשר וועט ער עס שוין היינט לייקענען אבער איך האב עס אליין געהערט פון עם , אסאך אנדערע האבען עס אויך געהערט פון עם א טאג שפעטער , אז דער ערשטער יאר אלץ רבי און מתיבתא קעמפ האט ער איין נאכט איבער געשלאפען ביי מאיר יוסף אין די באנגעלוי ווייל זי האט עם נישט אריינגעלאזט אין די באנגעלוי , יא יא עד כדי כך
פרעג יחיאל גוטווין ווען ער האט אהיים געברענגט דער רב פון אויפנעמען קוויטלאך אין ביהמ"ד (וואס דרך אגב איז מען דארט געגאנגען נאר פאר איין סיבה פטור צו ווערען פין איר פאר א פאר שעה) האט ער נישט געקענט איבער טרעטן דער שוועל פין די טיר פאר זי האט אריינגעלייגט די הענט אין זיין בעקיטשע אין ארויס גענימען די געלט אז די נעקסטע אינדערפרי וועט זי קענען אריינלייגען אין די באנק כדרכה בקודש יעדן אינדערפרי צו זיין דער ערשטער אין די באנק

אין נאכדעם שעמסטו זיך נישט צו זאגען ווי אזוי אלע יארן איז זי געווען מפורסם אלץ א גוטע רבצין גיי קוק ארויס אינדרויסן אפשר שנייט יעצט

די האסט צוויי ברירות
א' פרעג דיר נאך טאמער אפשר ווייסטו נישט , איך האב דיר איבער געלאזט אדרעסען וועם צו פרעגן
ב' שרייב תיכף צירוק א תגובה וואס קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטען פיר אוועק דער שמיעס כדרכך יעדעס מאל


סאיז נישט א פאלייקענטער פאקט ביי קיינעם אויסער די

הרמןרינהלד » 25/7/2005 07:27

אדרבה גיי פרעג ר' מאירל ה"וו ווי אזוי איר מאמע האט געווארפן טעלערס ביי איר חתונה מיט כ"ק המהרנ"צ זצ"ל הכמ אויפען חתן מיט רבינו מהרש רבינו האט אנגעהאלטן דער חתן'ס האנט אין שטארק געקוועטש פאר גרויס בישה אמאל האט מהרנ"צ זיך אויסגערעדט צו ר' מאירל אין האט עם געזאגט דעמאלס האט מיר דער טאטע אויסגעלערנט ווי אזוי צו האנדלען אזעלכע סארט מענטשען

האלבערשטאם » 25/7/2005 19:01

איך האלט נישט אז עס איז יושר צו באשרייבען די חסרונות פון רעבעצען פריידא תליט"א.

זי איז שוין נישט ביי זיך אין קען זיך נישט מתגונן זיין.

MDU » 25/7/2005 19:06

Better not to write about any Rebetzin, It doesn't come in to this story. Anyway I think we should stop sall this fighting with L"H and Rechilus after what happened yesterday/today.

PLEASE PLEASE lets stop, you don't know who is next

It is not for us to settle let the KARPENKEP sort it out

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

האלבערשטאם » 25/7/2005 21:18

אנטשולדיגט
איך זע דער אשכול איז אויף דער אנדערער רעבעצין תחי.

מייזלס » 26/7/2005 21:14

איך האב געפרעגט פון שמערל צו די מעשה איז אמת אז ער איז געפארען מיט מעכל אין קעמפ.

די בושה האט אים איינגענומען, ער האט געלייקענט אז ער קען בכלל דעם מיכל.

גיי פארשטיי וואס איז די בושה.

dovid_yida » 26/7/2005 21:38

מייזלס

הרוצה לשקר ירחק עדותו...

וועמען ווילסטו דא נארן - שמעריל קען נישט מעכל? - דו האסט עם שוין געפרעגט? און ער האט דיך שוין גע'ענפערט? גיי זאג ליגנט פאר א צווייטער - און בכלל איך דארף נישט מעכל'ס מעשה צו באשטעטיגען אז העסי האט א קאפ פון א טעראריסט - קוק ווי אזוי זי האט טעראראזירט איר מאן ביזן לעצטן אטעם - שטעכען רעדער איז קליין געלט ביי איר...

איך האב גראדע יא באשטעטיגט די מעשה מיט שמעריל...

45thst » 26/7/2005 22:07




ווי אזוי האט זיך די רעבצין או יף געפירט ווען מען האט
געגעבען סיטס אין נייעם בית מדרש , ווי העסע האט געוואלט זיצען האט האט זי געזאגט ניין איך , ,איך וויל דארט













הרמןרינהלד » 26/7/2005 22:37

מטרת הקושיא לא ברור תפרש בבקשה

45thst » 26/7/2005 23:51

i mean to say that wherever hessa wanted to sit ,she wanted to sit there ,she was yenna chachkah

מייזלס » 27/7/2005 00:30

שלמה הנקרא דוד יודא

ווען די זעסט שמערל'ס פנים רויט ווי פייער ווען ער האט נאר געהאט א חשד אז איך טראכט אז ער איז א ידיד פון מעכל, ער האט געפלאמט פון בושה עד לב השמים.

גיי פארשטיי וואס איז די בושה צו זיין אין א קאר מיט מעכל.

איך וויס נישט צו ער שעמט זיך ווייל מעכל איז ווילד/גראב/באם, צו סתם ווייל ער האט אויפגעגראבען דעם קבר פון מוהר"ש.

הרמןרינהלד » 27/7/2005 01:04

שמערל שעמט זיך נישט איך האב ד מינוט אראפגעלייגט די טעל. מיט עם אין פארציילט פינעם שמיעס אין היידפארק די איינציגע זאך וואס שטערט עם איז אז מ' שרייבט זיך אויף היידפארק
ער שרייט צו מיר וואס גייט דיך אן, לאזען זיי שרייבען וואס זיי ווילען, די שרייב נישט צירוק ,זיי ציפרידען מאיז פטור געווארן פין זיי פארגעס מיש אויף א נייע בלעטל פארגעס

45thst » 27/7/2005 01:06

not so fast

45thst » 27/7/2005 01:10

this is a parshah that will not go away sooo fast

dovid_yida » 27/7/2005 01:13

ח. וו. הנקרא מייזלס/מענדלציט

דו ווילסט מיך מסביר זיין פארוואס שמעריל ווערט רויט - און דורך דעם אפפרעגען די מעשה - ס'גייט נישט אזוי - דער מעשה איז קראנט פשוטו כמשמעו - חוץ מזה - שמעריל מוז גארנישט זיין א ידיד בכדי צו נעמען א "היטש" מיט מעכל - ער איז נישט ערגער ווי ש. צ. דער "רויטע שוטה" וואס פירט "העסל די באבע פון פעסל" - און האב נישט קיין טענות וועגען אויפגראבען מהר"ש - ווען ענק האבען באגראבען מהרנ"ץ בידים - איין שטיקל אויף א מאל - און דאס צו גע'ענדיגט מיט א קאלטע וואנע כ"א אדר תשס"ד כידוע ודי למבין...

תוקן על ידי - bzalh - 27/07/2005 1:18:58

45thst » 27/7/2005 01:17

to duvid ,,are you shlem k.i see you are a good graamer hesel baba pessel .

מייזלס » 27/7/2005 01:59

איך פרעג נישט אפ די מעשה.

איך פארצייל דיר א פאקט אז שמערל שעמט זיך אז ער שמועסט בכלל מיט מעכל. אבער נישט סתם א בושה נאר אזא רויטע פנים וואס די האסט נאך נישט געזען.

ער האט נישט געלייקענט די מעשה ווייל איך האב אים נישט געפרעגט די מעשה, איך האב אים נאר געפרעגט די ערשטע שאלה צו ער איז געפארען מיט מעכל אין קעמפ אין ער האט געשפרינגען ווי א מאסקיטו.

לויט זיין כעס האט מען האט געקענט מיינען אז איך פרעג אים צו ער איז געפארען מיט מענדעלע חזיר.

גיי פארשטיי וואס איז די גרויסע בושה צו פארן מיט מעכל.


אגב איך האב נישט טענות אויף מעכל פאר אויפגראבען דעם קבר פון מוהר"ש, אדרבה איך וויל פארשטיין פארואוס שמערל האלט אז עס איז אזא בושה צו רעדן מיט אים האב איך דאס געלייגט פאר איינער פון די אפשאנס.


תוקן על ידי - מייזלס - 27/07/2005 1:59:56

rabbi88 » 27/7/2005 20:56

Reinhold and Goldberg

FICHEUNGER » 27/7/2005 21:08

UNGER AND RUBIN

45thst » 27/7/2005 21:09

halberstam and tauber

rabbi88 » 27/7/2005 22:10

For those who don't know or don't want to know, Reinhold and Goldgerg are the names of the two Bobover families who suffered horible tragedies in the past two weeks.
Have pity on yourselves and on your children and stop this!