היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » *ביה"ח קעיס ענדיגט זיך מיט מעידזשאר זיג*

*ביה"ח קעיס ענדיגט זיך מיט מעידזשאר זיג*

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1480151

פומבדיתא » 23/7/2005 03:10

היינט פרייטאג האט זיך דער קעיס איבער דעם בית החיים געענדיגט מיט א מעידזשאר זיג פאר'ן סטאטוס קווא, און קהל יטב לב איז ארויסגעגאנגען פון קאורט מיט א מעכטיגן נצחון אין די הענט.

קהל יטב לב איז אריין אין קאורט נאכדעם וואס די זאליס האבן פרובירט צו גנב'ענען די רעכט פון די סאטמארע חסידים צו מעגן באגראבן זייערע נפטרים אינעם בית החיים.

אבער ריכטער ראזנוואסער האט געגעבן זיין פסק אז עס דארף ווייטער בלייבן די סטאטוס קווא ווי ביז יעצט, אז יעדער סאטמארער איד דארף ערלויבט ווערן באגראבן צו ווערן אינ'ם בית החיים, נישט קיין חילוק צו וועלכע פארטיי ער באלאנגט.

האפנטליך וועלן די זאליס יעצט וויסן אז מיט מתים טשעפעט מען נישט און וועלן מער נישט פרובירן צו שטערן די סאטמארע חסידים פון באגראבן זייערע מתים, ווייל אויב יא וועט מען נאכאמאל גיין צו ריכטער ראזנוואסער און דאן וועט מען שוין נישט פייטן פאר'ן סטאטוס קווא נאר מען וועט גיין אלל די וועי נישט צו לאזן זאליס דארט באגראבן זייערע מתים.

תוקן על ידי - פומבדיתא - 23/07/2005 3:13:00

ארענדאר » 24/7/2005 08:50

פון חדשות אנ"ש

תיבהאישית

איך בין זייער צופרידען אז עס דער קעיס האט זיך געענדיגט, דער בית החיים ווי דער רבי זי"ע ליגט איז דער לעצטע זאך ווי מען דארף זיך שלאגן, ווייל דאס אז דער רבי זצ"ל איז געווען רבי, די איינציגסטע זאך אויף וואס ביידע פארטייען זענען איינשטימיג, נישט אזוי ???

תיבהאישית

איך האב יעצט מוצאי שבת גערעדט צו אסאך מענטשן (פארשטייט זיך אהרונים) פארציילן די נייעס, דער עולם איז זייער צופרידן דערפון, יעדער שטיצט שטארק דעם שריט פון קהל.