היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היי טעק » פראבלעם אין קאמפיוטער? דא איז די לעזונג!

פראבלעם אין קאמפיוטער? דא איז די לעזונג!

2 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1479612

אהליצדיקים » 22/7/2005 18:20

אזא אשכול איז דא אין בחדרי חרדים, איך עפן דאס אויף זעענדיג א גוטע צוקונפט אויף דעם פארום. און אייגענטליך (והוא העיקר) א גרויסע דאנק פאר אנאנים פאר דעם פארום.

איך האב א ווינדאוי לעפטאפ, עס סטאַרט זיך זייער לאנג, ד.ה. אז נאכדעם וואס איך זעה שוין די גאנצע דעסקטאפ אפען, קען עס נאך געדויערן דריי-פיר מינוט ביז די "ביזי-לעמפל" הערט אויף צו בלינקען, און ביז דאן קען מען גארנישט טוהן אויפן קאמפיוטער.

עס איז מיר אבער מערקווירדיג אז צום סוף פון די דריי מינוט קומט ארויף א מעסעדזש פון אונטן בזה"ל:

Updates are ready for your computer. Click here to instal these updates


און אין די רגע וואס דאס קומט ארויף הערט זיך אלעס אויף, די לעמפל הערט אויף צו בלינקען, און אלעס איז רעדי צום באנוץ.

וואס מיינט די אפדעיטס?, איך האב עס איינמאל אינסאלירט איך האב נישט געזען עפעס וואס זאל זיך טוישן ביי מיר.

ביטע ענטפערן, יישר כח.

TheFact » 29/1/2007 22:15

איך האב שוין לאנג אויסגעלאשן דעם אויטא-אפדעיט מהאי טעמא

און מזמן לזמן - אין א שטילן מאנטיג אדער א גרינעם דינסטאג - נעם איך קער "מעניועלי" פון די אלע אפדעיטס למיניהם